די טראַדיציע פֿון עסן האָלופּצעס (פּראַקעס) און קרעפּלעך סוכּות, זאָגן טייל מענטשן, איז ווײַל די־אָ "געשטאָפּטע" שפּײַזן סימבאָליזירן אַ יאָר פֿול מיט שפֿע; אַנדערע זאָגן, אַז ס׳האָט באמת אַ שײַכות מיטן זיבעטן טאָג הושענא־רבה, ווײַל פּונקט אַזוי ווי יענער טאָג איז אַ "באַהאַלטענער" יום־טובֿ (מע קען דעמאָלט טאָן כּמעט אַלע מלאָכות), גרייט מען צו אַזעלכע פּאָטראַוועס, וווּ מע קען נישט זען וואָס ס׳איז אינעווייניק באַהאַלטן.
אין דעם רעצעפּט ווערן ביידע טעמים פֿאַראייניקט. די עפּל, וואָס סימבאָליזירן די שפֿע, ווערן "באַהאַלטן" אין טייג. אַ געשמאַקער צושפּײַז מיט אַ גלעזל הייסער טיי, ווען איר זיצט אין סוכּה בײַ נאַכט...
שפּריצבוימל
4 קליינע עפּעלעך
1/4־1 טעפּלעך מעל
1/2 טעפּל פּוטער אָדער מאַרגאַרין
1/4 טעפּל סמעטענע
1 לעפֿל מאַראַנצן־זאַפֿט
4 לעפֿעלעך צוקער
בערך 1 לעפֿל פּוטער אָדער מאַרגאַרין
1 געלעכל פֿון אַן איי + אַ לעפֿעלע קאַלט וואַסער
באַשפּריצט אַ גלעזערן בעקן מיט שפּריצבוימל. הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (176 צעלזיוס).
נעמט אַרויס דעם קערן פֿון די עפּעלעך. ס׳איז נישט נייטיק די עפּל אָפּצושיילן.
ניצנדיק צוויי מעסערס, שנײַדט די פּוטער אַרײַן אין מעל, ביז עס ווערט דערפֿון קרישקעס. גיט צו די סמעטענע און מאַראַנצן־זאַפֿט, און מאַכט דערפֿון אַ טייג. דעקט צו דאָס טייג מיט פּלאַסטיק און שטעלט עס אַרײַן אין פֿרידזשידער אויף אַ שעה.
וואַלגערט אויס דאָס טייג און שנײַדט עס אָן אויף 4 קוואַדראַטן. לייגט אַרײַן אַן עפּעלע אין יעדן קוואַדראַט. באַשיט יעדעס עפּעלע מיט אַ לעפֿעלע צוקער, און אַ לעק פּוטער אָדער מאַרגאַרין. קוועטשט צונויף די עקן פֿונעם קוואַדראַט, כּדי צו פֿאַרדעקן דאָס גאַנצע עפּעלע. מישט צונויף דאָס געלעכל און דאָס וואַסער, און באַשמירט עס אויף אַלע עפּעלעך.
לייגט אַרײַן די עפּעלעך אינעם בעקן, און באַקט זיי 40־50 מינוט.