משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַן אַלקאַהאָליקער. איך בין ניכטער געוואָרן מיט פֿינף יאָר צוריק און איך בין שטאָלץ מיט מײַן פּראָגרעס. איך גיי אויף אַן "איי־איי"־זיצונג ("אַנאָנימער אַלקאַהאָליקער") יעדע וואָך, און האָב בדעה אַזוי צו טאָן אויך ווײַטער, כּדי איך זאָל קענען בלײַבן ניכטער. איך האָב ערשט אָנגעהויבן אַ באַציִונג מיט אַ מיידל, וועלכע איך מיין איז אַזוינס און אַזעלעכס. ווען זאָל איך איר אויסזאָגן דעם סוד וועגן מײַן שיכּרות?

ניכטער


טײַערער ניכטער,

עס קומט אײַך אַ מזל־טובֿ פֿאַר אײַער דערגרייכונג. איך וואָלט אײַך געעצהט, איר זאָלט נישט צו לאַנג וואַרטן און איר אַנטפּלעקן דעם סוד. אויב זי קען נישט פֿאַרנעמען דעם פֿאַקט, אַז איר זײַט אַן אַלקאַהאָליקער, איז דאָך בעסער, פֿאַר אײַך, צו מאַכן אַ סוף פֿון דער באַציִונג וואָס גיכער. אויב זי קען יאָ ווײַטער אָנגיין מיט אײַך, וויסנדיק וועגן דעם, וועט זי האָבן מער צוטרוי צו אײַך. בלויז מיט אַזאַ צוטרוי איינער צום אַנדערן קען מען בויען גוטע באַציִונגען. זאָל זײַן מיט גליק.


טײַערע חזנטע,

איך בין 25 יאָר אַלט און איך וויל נישט חתונה האָבן. נישט הײַנט, נישט מאָרגן — קיין מאָל נישט. איך וויל אויך נישט האָבן קיין קינדער. ווען מע הערט מײַנע געדאַנקען וועגן דעם ענין, ווערט מען שאָקירט. מע האַלט, אַז נאָר אַ קאַלטבלוטיקער מענטש וואָלט אַזוי געטראַכט. דער אמת איז, אַז איך שטעל, אין מײַן לעבן, דעם טראָפּ אויף מײַן קאַריערע; איך האָב ליב צו וווינען אַליין, און איך האָב נישט ליב קיין עופֿעלעך און נישט קיין יונגע צי עלטערע קינדער. פֿאַר וואָס דאַרף איך תּמיד פֿאַרטיידיקן מײַנע געפֿילן און באַשלוסן, וואָס שטימען נישט, זעט אויס, מיט די געזעלשאַפֿטלעכע נאָרמעס?

שוין באַשלאָסן


טײַערע שוין באַשלאָסן,

איר זענט נישט מחויב צו פֿאַרטיידיקן אײַערע באַשלוסן פֿאַר קיינעם נישט, אַחוץ זיך אַליין, און אויב איר זענט אין גאַנצן צופֿרידן מיט דעם, טאָ פֿאָרגעסט וועגן די "געזעלשאַפֿטלעכע נאָרמעס". אָבער, אויב איר ווילט אָנהאַלטן פֿרײַנדשאַפֿטן מיט מענטשן, און מע שמועסט וועגן אײַער צוקונפֿט און משפּחה, דאַרפֿט איר זיך ריכטן אויף די זעלבע רעאַקציעס וואָס איר האָט געהערט ביז אַהער. דאָס ליבן זיך מיט אַן אַנדער מענטשן און דאָס אײַנפֿירן אַן אייגענע משפּחה דריקט אויס די הויפּט מענשטלעכע שטרעבונגען. ווען מע באַשליסט קעגן דעם, קען מען דאָס אויסטײַטשן ווי עגאָיסטיש. איר קענט זיי באַווײַזן, אַז ס‘איז לאוו־דווקא אַזוי, אויב איר פֿירט זיך ווי אַ מענטש וואָס שאַצט אָפּ אַנדערע; אָדער איר קענט באַשטעטיקן זייערע נעגאַטיווע מיינונגען מיט עגאָטיזם.


טײַערע חזנטע,

איך האָב, קיין עין־הרע, זעקס שיינע, קלוגע און טאַלאַנטירטע אייניקלעך; אייניקע גייען נאָך אין גימנאַזיום, די אַנדערע אין קאָלעדזש און גראַדויִר־שול. איך בין געווען אויף אַלע זייערע שׂימחות און שיק זיי תּמיד קאַרטלעך און מתּנות אויף געבוירן־טעג און חנוכּה. כאָטש זיי פֿירן זיך אויף העפֿלעך צו מיר ווען איך קלינג צו זיי, האָבן זיי דערווײַל נאָך קיין איין מאָל מיר נישט אָנגעקלונגען, סתּם אַזוי, צו רעדן, אָדער הערן וואָס איך מאַך; אָדער מיר געקומען צו גאַסט, אָדער געשיקט מיר אַ מתּנה. אונדזערע באַציִונגען דאַרפֿן נישט זײַן אַזוי. ווי זאָל איך זיי זאָגן, אַז זיי ווײַזן נישט אַרויס קיין דרך־ארץ פֿאַר זייער באָבען?

אַ באָבע

טײַערע באָבע,

פֿאַרבעט אײַערע אייניקלעך אויף אַ ווע­טשערע. אויב איר קענט זיי נישט צו­נויפֿ­נעמען צוזאַמען, איז פֿאַרבעט זיי איינ­ציק­ווײַז. לאָזט זיי וויסן, אַז איר האָט זיי ליב און ווי וויכטיק זיי זענען פֿאַר אײַך. לאָזט זיי אויך וויסן, אויף אַ גוטן אופֿן, ווי גליקלעך איר וואָלט געווען, ווען זיי קלינ­גען אָן אַ מאָל צו אײַך, אָדער שיקן קאַרט­לעך, אָדער מע קומט צו גאַסט. אויב אײַערע אייניקלעך זענען באמת קלוג, וועלן זיי אַוודאי פֿאַר­שטיין וואָס איר האָט אין זינען.

* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024