זכרונות




(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

אַרויסדרייען זיך פֿון מיליטער

איין זאַך האָב איך דורכגעלאָזט: ווי אַזוי איך האָב זיך אין דער ערשטער וועלט־מלחמה באַפֿרײַט פֿון דינען. דאָס איז געווען אין דעם זומער פֿון 1916, איידער מײַן ברודער איז געשטאָרבן, [ווען] ס’איז [נאָך] געווען דער צאַר און מען האָט גענומען צום דינען אויך סטודענטן (אין אָנהייב האָט מען קיין סטודענטן נישט גענומען). ס׳איז געווען זייער אַ פּשוטע און אַ געוויינטלעכע זאַך: אַלע סטודענטן ווערן געשיקט אין קורץ־טערמיניקע אַזעלכע אָפֿיצערישע שולן, [וואָס] האָבן געדויערט 3־4 חדשים, נישט מער. נאָך דעם, נאָך אַ קורצער צוגרייטונג, האָט מען זיי געשיקט אויפֿן פֿראָנט.
אָבער ייִדן האָבן דאָך קיין אָפֿיצירן ניט געטאָרט זײַן, ייִדן האָט מען געשיקט כּמעט גלײַך אויפֿן פֿראָנט אין יאָרן פֿון מלחמה. האָט מען ניט געטאָרט גיין דינען ניקאָלײַקען — ווער האָט דאָס געוואָלט? מײַן פֿאָטער האָט נאָך געהאַט דעמאָלט גענוג מיטלען מיך צו באַפֿרײַען. אָבער ס׳איז געווען קלאָר, אַז מע קען זיך ניט באַפֿרײַען אין פּעטראָגראַד. האָט מײַן פֿאָטער מיטגענומען מיט זיך איינעם, וואָס זײַן ספּעציאַליטעט איז געווען זײַן אַ מאַכער. ס׳איז ניט אַזוי פּשוט קומען ערגעץ וווּ און אונטערקויפֿן דעם דאָקטער וואָס דאַרף דיך אונטערזוכן. דעמאָלט האָט מען געדאַרפֿט “האָבן טאַלאַנט", ווי מען האָט עס געזאָגט. [מיר] דרײַ זײַנען אַוועקגעפֿאָרן, געפֿאָרן אויף דרום, קיין מאָסקווע און פֿון מאָסקווע האָט מען גענומען פֿאָרן כּסדר, אַז דו וועסט זען די רוסישע מאַפּעס: זײַנען מיר געווען אין טולע, אין טאַמבאָוו, אין קאָזלאָוו, אין סאַמאַרע — אין אַ גאַנצער ריי שטעט, וווּ מע האָט געזוכט אַזאַ דאָקטער, וואָס מע קען אים אונטערקויפֿן.