אַבֿרהם סוצקעווער

דעם 20סטן יאַנואַר, 7 אַ זייגער אין דער פֿרי, אינעם שפּיטאָל "תּל־השומר" איז געשטאָרבן דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. ער איז אַלט געווען 96 יאָר.

עס קלינגט טאַקע פּאַראַדאָקסאַל: אַ מענטש דאַרף שטאַרבן, מע זאָל וועגן אים רעדן ווי וועגן אַ לעבעדיקן.

צײַט און אָרט — דערנענטערן זיך. קול, ווערטער, זשעסטן — הערן און זעען זיך קלאָרער; און עס קומען אַרויס פֿונעם זכּרון פּרטים, וואָס פֿון זיי שאַפֿט זיך אַ לעבעדיקע געשטאַלט. דווקא אַזאַ פֿאַרבלײַבט זי שוין אין מיר.


סוצקעווערס טאַטע־מאַמע: הערץ און רײַנע

1

די פּאָפּולערקייט פֿון אַ שרײַבער צווישן די לייענער, וואָס לייענען זײַנע ווערק אין אָריגינאַל איז איין זאַך. אַן אַנדער זאַך איז די פּאָפּולערקייט פֿון דעם זעלבן מחבר אין דער סבֿיבֿה, וואָס לייענט די ווערק אין איבערזעצונגען. גאָר ניט תּמיד פֿאַלן ביידע זאַכן צונויף. דאָס איז כאַראַקטעריש פֿאַר יעדער ליטעראַטור, און די ייִדישע ליטעראַטור איז ניט קיין אויסנאַם. אַ גוטע דוגמא גיבן אונדז די ברידער זינגער — יצחק באַשעוויס-זינגער און ישׂראל־יהושע זינגער.


ליטעראַרישע גרופּע "יונג־ווילנע" — עס זיצן (פֿון רעכטס): בן־ציון מיכטום, רחל סוצקעווער, שמשון קאַהאַן, שיינע עפֿראָן, משה לעווין; עס שטייען: שמערקע קאַטשערגינסקי, אַבֿרהם סוצקעווער, אַלחנן וואָגלער, חיים גראַדע, לייזער וואָלף.

1

דעם 11טן אָקטאָבער 1929, איז די צײַטונג "ווילנער טאָג" אַרויס מיט אַ באַזונדערן אָפּטייל, אונטערן טיטל: "דער אַרײַנמאַרש פֿון יונג ווילנע אין דער ייִדישער ליטעראַטור". אין 1934 איז אַרויס דער ערשטער פֿון די דרײַ נומערן פֿונעם זשורנאַל "יונג ווילנע" (1934—1936). די אויסגאַבע האָט קלאָר באַוויזן, אַז ווילנע האָט געקענט זיך באַרימען מיט אַ גאַנצער גרופּע פֿעיִקע יונגע דיכטער, פּראָזאַיִקער און קינסטלער.


אַבֿרהם סוצקעווער אין ווילנע אין די טעג פֿון איר באַפֿרײַונג

... און ווען דורך נאַכט, אין ווילדערניש אין ווײַטער,
האָט דורכגעריטן גאָלדע ס’ערשטע מאָל —
האָט זיך געדאַכט: אַ פֿליִענדיקער שײַטער
דורך באַרג אין טאָל.

באַגינען האָט געבלויט פֿון אירע אויגן,
און יעדער פּאַרטיזאַנער האָט געפֿילט:
דער וואַלד מיט גאָלדעס שמייכל ווערט באַצויגן


(המשך פֿון אַ קאָמיקס־סעריע)

טעקסט פֿון אַנע ערשלער; בילדער פֿון שי כאַטשאַטוראָוו