פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרופּע פּראָמינענטע סאָציאַליסטן, צווישן זיי: פֿראַנק קראָסווייט, מאַקס ווינטער,
אַב קאַהאַן (אין מיטן), וויליאַם קאַרלין, 1920ער יאָרן
די טעג האָב איך אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט אַרײַנגעקוקט אין דער אַרכיוון-קאָלעקציע פֿון ברוך וולאַדעק (1886—1938), דעם פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס" במשך פֿון צוואַנציק יאָר. אַ וועטעראַן פֿון דעם "בונד" און אַן אַקטיווער כּלל-טוער אין אַמעריקע (מע האָט אים דרײַ מאָל אויסגעוויילט אין ניו-יאָרקער שטאָטראַט), האָט ער געפֿירט קאָרעספּאָנדענץ מיט הונדערטער יחידים און אינסטיטוציעס. אַ סך טעמעס ווערן אָפּגעשפּיגלט אין די בריוו. אייניקע געהערן צו קורצע עפּיזאָדן אין לעבן פֿון וולאַדעקן צי זײַנע אַדרעסאַטן, די אַנדערע טעמעס פֿאַרשווינדן קיין מאָל ניט פֿון דעם סדר-היום.