טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער עסטרײַכישער באַריטאָן יאָזעף וואַגנער מיטן פֿרויען־כאָר פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע
דער עסטרײַכישער באַריטאָן יאָזעף וואַגנער מיטן פֿרויען־כאָר פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע

כ'האָב קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַזאַ אָפּערע. זיכער, אַז ס'איז פֿון ראָסיני? מ'וואָלט עס געדאַרפֿט אויספֿאָרשן. מ'וואָלט נאָך געקאָנט ווײַטער פֿאָרזעצן און פֿרעגן, צי ס'איז יאָ פֿאַראַן, צי ס'איז נישט פֿאַראַן אַזאַ אָפּערע בײַ ראָסיני, אָבער אונדזער אָפּערע־פֿאַרוואַלטונג האָט געמאַכט אַ סוף צו דער דיסקוסיע. זי האָט באַשלאָסן אויפֿ­צופֿירן "די רײַזע קיין ריימס" ווי דעם ערשטן טיטל פֿון סעזאָן. און אָט האָט איר אַ פֿאַרטיקע אָפּערע מיט אַלע פּיטשעווקעס, מ'דאַרף בלויז קויפֿן דעם בילעט און גיין עס זען.

"די רײַזע קיין ריימס" איז טאַקע ראָסיניס כּמעט אומבאַקאַנטע אָפּערע, געשאַפֿן אין 1825 ווי אַ באַשטעלונג צו דער קרוינונגס־פֿײַערונג אין דער ריימס־קאַטעדראַלע פֿון פֿראַנצויזישן קעניג שאַרל דער צענטער. נאָר פֿון דעמאָלט אָן, זעט אויס, האָט מען די דאָזיקע אָפּערע כּמעט נישט אויפֿגעפֿירט. ערשט אין די 80ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט האָט זי ווידער אַ מאָל דערזען די ליכטיקע שײַן ביז מ׳האָט זי אויפֿגעפֿירט אינעם אָפּערע־הויז אין תּל־אָבֿיבֿ. נישט קיין קורצער וועג, ס'האָט בלויז אויסגעפֿעלט אַז חנה מוניץ, די אָפּערע־לייטערין, זאָל זיך דערוויסן וועגן דעם.

ווי באַקאַנט, איז חנה מוניץ דער כּוח וואָס באַוועגט אָט דעם מעכטיקן און טײַערן מוניציפּאַלן אַפּאַראַט, באַקאַנט ווי די ישׂראלדיקע אָפּערע. אין משך פֿון די לאַנגע יאָרן וואָס זי געפֿינט זיך אויף דער דאָזיקער שטעלע, פֿירט זי אָן מיט אַ זיכערער און שטאַרקער האַנט מיט אָט דער ריזיקער אימפּרעזע. זי איז די וואָס באַשטימט, אַוודאי מיט דער קינסטלערישער באַראַטונגס־קאָמיסיע, אַלע קונסט־ענינים פֿון דער אָפּערע. טאַקע אַ דאַנק איר, האָט די ישׂראל־אָפּערע נישט פֿאַרפֿעלט קיין איין טיטל פֿון רײַכן קלאַסישן רעפּערטואַר, שוין אָפּגערעדט פֿון די אָבליגאַטאָרישע "לאַ טראַוויאַטאַ", "לאַ באָהעם", "מאַדאַם באַטערפֿלײַ" און נאָך אַ סך אַנדערע. ווי נאָר עס באַווײַזט זיך אַ זעלטענע אָפּערע־אויפֿפֿירונג, איז חנה מוניץ אַ בעלן דאָס גלײַך אַראָפּצוברענגען, אָדער ווערן אַ שותּפֿטע צו דעם שפּאַנענדיקן געשעפֿט. דאָ רעדט זיך נישט פֿון געלט, געלט איז קיין מאָל נישט געווען קיין אָפּהאַלט; דאָ, מוז מען געדענקען, גייט אַ רייד וועגן קונסט!

די נײַע פּרעמיערע "אַ רײַזע קיין ריימס" איז נאָך איין אַזאַ מציאה פֿון חנה מוניץ. די האַנדלונג גיט זיך אָפּ מיט די קליינע נישט וויכטיקע געשעענישן פֿון אַ גרופּע אייראָפּעיִשע אַריסטאָקראַטן, וועלכע געפֿינען זיך אין אַ וועגן־האָטעל און וואַרטן אויף די פֿערד, וואָס וועלן זיי דערמעגלעכן אָנצוקומען קיין ריימס צו דער קרוינונג פֿון קעניג. די פֿערד אָבער קומען נישט אָן, און די אַריסטאָקראַטישע חבֿרה מוז זיך באַנוגענען מיט אויסנוצן די צײַט אויף גאָר אַנדערע, מער באַפֿרידנדיקע טועכצן.

יענע יחסנישע לײַט פֿון ראָסיניס אָפּערע האָבן אומזיסט געוואַרט אויף די פֿערד; אונדזערע הײַנטיקע גבֿירים אָבער זײַנען געבליבן שטעקן אין אַן עראָפּלאַן, וואָס רירט זיך נישט פֿון אָרט.

דעם עקוויוואַלענט צווישן די פֿערד און דעם עראָפּלאַן האָט אויסגעפֿונען די יונגע פֿראַנצויזישע רעזשיסאָרין מרים קלעמענט, וועלכע האָט אויפֿגעפֿירט פֿריִער אין דעם אָפּערע־הויז פֿון בערן "די רײַזע קיין ריימס", און איצט האָט זי דאָס געשטעלט אין דער ישׂראל־אָפּערע. די אײַנפֿאַלערישע רעזשיסאָרין האָט פֿאַרטראַכט נאָך אַנדערע אינאָוואַציעס: זי האָט צעטיילט די בינע אויף צווייען — די אייבערשטע טייל, דאָס איז דער ביזנעס־קלאַס, האָבן פֿאַרנומען די גאָר וויכטיקע געסט און די הויכע מאַנשאַפֿט, וואָס פֿירט אָן מיטן עראָפּלאַן; און זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך די סאָליסטן־זינגערס. אין דער טוריסטן־קלאַס האָבן זיך געפֿונען די אָנטיילנעמער פֿון כאָר, די צווייטראַנגיקע אָנגעשטעלטע און סתּם פּאַסאַזשירן.

נישטאָ דאָ קיין אומפֿאַרמײַדלעכע אינ­טריגעס, די צערייצטע לײַדנשאַפֿטן צי דער ווילדער אייפֿערזוכט, וואָס פֿירט אַזש צום מאָרד, ווי עס קומט פֿאָר אין אַנדערע באַוווּסטע אָפּערעס. איז וואָס פֿאָרט געשעט דאָ אין די דרײַ שעה מיט אַ פֿערטל וואָס האַלט אָן דער ספּעקטאַקל? כּמעט גאָרנישט. דאָס געוויינלעכע צווישן מענטשן, וועלכע געפֿינען זיך אויף אַן אָרט און קאָנען פֿון דאָרט נישט אַרויסגיין: מע פֿלירטעוועט; קליינע דראַמעס, ווי דאָס פֿאַרלוירן גיין פֿון אַ קופֿערט מיט די קליידער פֿון אַן עלעגאַנטער פּאַריזער פּאַסאַזשירקע, און אַפֿילו אַ ליבע־אַפֿערע אין טואַלעט־צימער.

"די רײַזע קיין ריימס" איז נישט קיין אָפּערע אין קלאַסישן זין פֿון וואָרט; ראָסיני האָט זי אָנגערופֿן "אַ פֿאָרגעשטעלטע קאַנ­טאַטע", אַ צונויפֿשטעלונג פֿון זײַנע בעסטע מוזיקאַלישע טעמעס, וווּ דאָס וויכטיקסטע איז נישט צו באַשרײַבן די קרוינונג, נאָר שאַפֿן אַפֿעריסטישע, סימבאָלישע מאָמענטן. ווי געזאָגט, נישטאָ קיין רײַזע, סײַדן דער יונגער איטאַליענישער דיריגענט, פּיעטראָ ריזאָ, איז ספּעציעל געקומען צום ערשטן מאָל אין ישׂראל, דיריגירן מיטן אָרקעסטער פֿון ראשון לציון.