רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב איר ווילט אַ גרינג, געזונט מאכל, פּרוּווט אויס דעם ווײַטערדיקן סאַלאַט, וואָס באַשטייט פֿון ראַזעווע לאָקשן (לאָקשן געמאַכט פֿון גראָבמעל) אַנשטאָט די ווײַסע. קליינע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך

10 אונץ (285 גראַם) בראָקאָלי, צע­שניטן אויף קליינע שטיקלעך
3—4 רעטעכלעך, געשניטן אויף גאָר דינע רעפֿטלעך
12 אונץ (340 גראַם) ראַזעווע לאָקשן
1 לעפֿל ווײַן־עסיק
1/2 לעפֿעלע צעמאָלן מאַראַנצן־שאָלעכץ
3/4 לעפֿעלע זאַלץ
שוואַרצער פֿעפֿער
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
3/4 טעפּל צעברעקלטער פֿעטאַ־קעז

ווייקט די ציבעלע־רעפֿטלעך אין קאַלט וואַסער 10 מינוט. זיפּט אָפּ די ציבעלע.

זידט אָן אַ טאָפּ וואַסער און באַזאַלצט עס. שטעלט לעבן דעם אַ שיסל מיט אײַז־קאַלט וואַסער.

גיט דעם צעשניטענעם בראָקאָלי אַרײַן אינעם זידנדיק וואַסער און קאָכט עס 2—3 מינוט. גיט צו די רעטעך־רעפֿטלעך און קאָכט זיי נאָך 30 סעקונדעס. ניצנדיק אַ זיפּלעפֿל, נעמט אַרויס די גרינסן און גיט זיי גלײַך אַרײַן אינעם קאַלטן וואַסער; אַזוי וועלן זיי אָנהאַלטן זייער קאָליר. זיפּט אָפּ די גרינסן.

קאָכט אָפּ די ראַזעווע לאָקשן אינעם טאָפּ זודיק וואַסער, בערך 9 מינוט. זיפּט אָפּ די לאָקשן.

קאָמבינירט אין אַ גרויסער שיסל דעם עסיק, מאַראַנצן־שאָלעכץ, 3/4 לעפֿעלע זאַלץ, שוואַרצן פֿעפֿער און בוימל, ביז ס׳ווערט דערפֿון אַ סאָוס. מישט אַרײַן די לאָקשן, בראָקאָלי, רעטעכלעך און ציבע­לע, און דערלאַנגט צום טיש.