קאַטאַלאָניע איז אַ פּראָווינץ אין צפֿון־מיזרח שפּאַניע, וואָס האָט אַ שם ווי דאָס דריט-בעסטע אָרט פֿון געשמאַקע פּאָטראַוועס אין אייראָפּע. די ערשטע צוויי זענען איטאַליע און פֿראַנקרײַך.
באַקאַנטער עלעמענט פֿונעם קאַטאַלאָנער קאָכערײַ איז וואָס אין אַ סך פֿון אירע רעצעפּטן געפֿינט זיך עפּעס אַן אומגעריכטער עלעמענט, וואָס שאַפֿט אַ זייער אײַנגענעמען סורפּריז. אין דעם ווײַטערדיקן מאכל, למשל, פּרעגלט מען דעם פּאַטלעזשאַן (eggplant) צוזאַמען מיט ציבעלע, קנאָבל, פּאָמידאָרן, יויך ... און וועלשענע ניס! לאַכט נישט, די ניס גיבן צו אַ כּמו־פֿליישיקן טעם צום מאכל, וואָס וועט אײַערע געסט זיכער צופֿרידנשטעלן, בפֿרט ווען מע באַשמירט עס אויף פֿריש ברויט.
3 גרויסע פּאַטלעזשאַנען
1 לעפֿל זאַלץ
איילבערט־בוימל
1 גרויסע ציבעלע, אָפּגעשיילט און צעהאַקט
3 ציינדלעך קנאָבל, אָפּגעשיילט און צעהאַקט
2 טעפּלעך פּאָמידאָרן, צעהאַקט
6 וועלשענע ניס, צעמאָלן
פֿרישע פּעטרישקע
1 טעפּל הינדל־יויך
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
צעשנײַדט די פּאַטלעזשאַנען אויף רעפֿטלעך אין דער ברייט. באַזאַלצט די רעפֿטלעך און לייגט זיי אַרײַן אין אַ זיפּ אויף אַ האַלבער שעה, כּדי דאָס וואַסער זאָל אַ ביסל אָפּרינען. טריקנט אָפּ די רעפֿטלעך מיט פּאַפּירענע האַנטעכלעך.
הייצט אָן 2 לעפֿל איילבערט־בוימל אין אַ פּאַטעלניע און פּרעגלט אָפּ די פּאַטלעזשאַן־רעפֿטלעך אויף ביידע זײַטן, ביז זיי ברוינען זיך צו. לייגט די רעפֿטלעך אַרײַן אין אַ טיפֿן טעלער.
אין דער זעלבער פּאַטעלניע, גיט אַרײַן נאָך אַ לעפֿל בוימל און פּרעגלט די צעהאַקטע ציבעלע אויף אַ מיטעלן פֿײַער 1 מינוט. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, גיט אַרײַן דעם צעהאַקטן קנאָבל און פּרעגלט נאָך 30 סעקונדעס. מישט אַרײַן די צעהאַקטע פּאָמידאָרן, קאָכט 5 מינוט, און צום סוף גיט אַרײַן די פּאַטלעזשאַן־רעפֿטלעך.
באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט דאָס געמיש, און שיט אַרײַן די צעמאָלענע ניס און דעם יויך. מישט עס איבער אַ קליינעם פֿײַער ביז דער סאָוס ווערט געדיכט. דערלאַנגט צום טיש אָדער הייס אָדער קאַלטערהייט.