אַלץ וואָס מ'דאַרף הײַנט האָבן איז צוויי אויגן, צו זען וואָס ס'טוט זיך אונטער אונדזער נאָז. די קינדערלעך וואַקסן אונטער קליגער, פֿעיִקער און טאַלאַנטירטער. ממש אַן אָפּקלײַב פֿון די רעשט גרינע עפּל אין קויש. ווי אַזוי ווייסן דאָס די גליקלעכע טאַטע־מאַמע? זייער קינד האָט מען אויסגעקליבן און אַרײַנגעזעצט אין די קלאַסן צווישן די געבענטשטע, די באַשאָנקענע מיט פֿײַערדיקע קעפּ.
מיט איין וואָרט, מען האָט אָנערקענט זייערע מעלות פֿון גרויס פֿעיִקייט און פֿון דענסטמאָל אָן שטאָפּט מען זיי מיט פֿאַקטן, סטאַטיסטישע ציפֿערן און אַנאַליזן, קאָמפּיוטער־טעכניקעס און כּסדרדיקע עקזאַמענס וואָס מעסטן זייער אינטעליגענץ־טעמפּעראַטור. מ'פּאַשעט זיי מיט די צייכנס פֿון זייערע עקזאַמענס ווי מ'פּאַשעט פֿערד מיט קליאָטשע.
די מעשׂה איז אָבער אַ סך קאָמפּליצירטער. דאָס קינד וואָס פֿאַרמאָגט זייער אַ הויכע אינטעליגענץ־שטופֿע קען אין דער זעלבער צײַט האָבן אַ מיאוסן כאַראַקטער און זײַן אַ גולם־שוטה ווען עס קומט צום רעכטן־געדעכטן — לעבן. אָדער פֿאַרקערט. מ'קען האָבן זין און טעכטער מיט איידעלע זיטן און טײַערע כאַראַקטערן, און נישט זײַן אַ טייל פֿון די געבענטשטע סטאַדעס. וואָס די דערציִער האָבן פֿאַרנאַכלעסיקט די לעצטע יאָרן, איז באַקענען די קינדער מיט אַ מעטאָד פֿון טראַכטן פֿאַר זיך, אָבסערווירן און אַנאַליזירן אַ געגעבענע סיטואַציע, און קומען צו אייגענע אויספֿירן. מיט איין וואָרט, באַקענען זיי נישט גאָר מיט אַבסטראַקטער וויסנשאַפֿט, נאָר מיט חכמת־החיים, קומען צו אייגענע סך־הכּלען. דאַרף מען קודם לײַדן הונגער און נויט אויף צו קענען זיך ספּראַווען מיטן לעבן און אַרויס דערפֿון גײַסטיק און מענטשלעך גאַנץ? כ'ווייס נישט צי ס'איז פֿאַראַן אַ שטודיע אין דעם פּרט.
געשיכטע מוז מען לערנען פֿון פֿאַרשיידענע אַספּעקטן. אַז די רוימער האָבן פֿאַרכאַפּט ארץ־ישׂראל איז פֿאַר זיי געווען אַ זיג און פֿאַר אונדז — אַן אומגליק. זײַנען זייערע לערנביכלעך געווען איינזײַטיק? געשיכטע ווערט געשריבן פֿון די זיגער. דאָס איינציקע פֿאָלק אין דער וועלט מסתּמא, וואָס פֿאַרנאָטירט זייער געשיכטע נישט ווי זיגער, נאָר ווי עדות, זײַנען מיר, די ייִדן. מיר זײַנען די יעניקע וואָס כאַפּן אָן די געשיכטע בײַ די פּאָלעס און שפּיגלען זי אָפּ אינעם קרומען שפּיגל פֿון דער וועלט. איז ווידער אַ מאָל די קלאָץ־קשיא. פֿאַרוואָס גיט מען זיך נישט אָפּ אין דער הײַנטיקער דערציִונג מיטן אַספּעקט פֿון מענטשלעכקייט, עטיק, ואָהבֿתּ לרעך כּמוך, האָב ליב דײַן חבֿר, דײַן מיטמענטש — ווי זיך אַליין. מיט איין וואָרט, כאַפּ נישט אַרײַן אַלץ פֿאַר זיך, דערשטיק אין זיך די דאָרשט צו קינאה און שׂינאה, שטעל נישט אונטער יענעם קיין פֿיסל, זײַ נישט קיין מוסר און לויף נישט אויסדערציילן דעם בעל־הבית רכילות, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ העכערע פּאָזיציע. קויף נישט קיין דוש־פֿאָרהענגלעך פֿאַר זעקס טויזנט דאָלאַר, גזל נישט אַוועק די פּענסיעס פֿון עלטערע מענטשן, ווי עס האָבן עס געטאָן די גרויסע ספּעקולאַנטן פֿון דער "ענראַן"־פֿירמע. צוים די לייצעס פֿון עשירות, רײַס נישט אויף די אויגן בײַ יענעם און טו יענעם נישט קיין שאָדן. דאַכט זיך אַ נישקשהדיקע פֿאָרמולע סײַ פֿאַרן אַקאַדעמיקער, סײַ פֿאַר די וויסנשאַפֿטלער, אַרײַנגערעכנט די פּראָפֿעסיעס.
דאָס אַלץ ווערט פֿאַרנאַכלעסיקט אין דער הײַנטיקער דערציִונג אין לאַנד, ווען אין דער אמתן באַדאַרף עס זײַן אַ טייל פֿון קוריקולום. מיר לעבן בכלל אין אַ וועלט וואָס איז אַרײַנגעטאָן אין זעלבסט־באַפֿרידיקונג, עגאָצענטרישקייט און אַ מין סבֿיבֿה פֿון "אַחרי המבול," נאָך מיר דער מבול, "Apres nous le dèluge". מיט דער פֿילאָסאָפֿישער קלאַסיפֿיקאַציע פֿון "מיך אַרט עס נישט," קען מען ווײַט נישט דערגיין. עס מוז אונדז אַרן. דאָ רעדט זיך וועגן יונגוואַרג אין וועמען מען האָט אַרײַנגעלייגט די באָבע מיטן זיידן, נאָכגעגעבן דעם געשמדטן האַלדז מיט "קאָמפּיוטערס" און "אײַ־פּאַדס," "בלעקבעריס" און "סטראָבעריס," "צעל־טעלעפֿאָנדלעך," קרעדיט־קאַרטלעך און אויטאָמאָבילן, וואַקאַציעס אין אייראָפּע, אין אינדיע און טײַלאַנד און דער רעזולטאַט דערפֿון איז — עגאָצענטרישקייט. די יונגע חבֿרה וואַקסט אויף מיטן געדאַנק אַז אַלץ קומט זיך זיי. די וועלט עקזיסטירט נאָר צוליב זיי, און אין צווישן האָט מען נישט קיין אַנונג אַז עס וווינען אַרום זיי אַנדערע מענטשן, אַ שלל מיט פֿאַרשיידענע פֿעלקער און אַז מ'דאַרף זיך מיט זיי רעכענען.
עס וואַקסט אַ דור וואָס ווייסט שוין אַלץ. נישטאָ קיין זאַך וואָס זיי ווייסן נישט. איך האָב אַמאָל געהאַט אַן אַסיסטענט אין לערערײַ. האָב איך אים געראַטן ער זאָל אַרײַנקומען אין מײַן קלאַס און כאַפּן אַ בליק ווי דאָס לערנען גייט צו, וואָס ער קען אויסנוצן אין זײַן קלאַס, אָפּלערנען זיך עפּעס פֿון דער חכמת ייִדישער לערערײַ און אפֿשר כאַפּן דעם טראָפּ. אַ נעכטיקער טאָג. דער חבֿרה־מאַנטשיק האָט מיר דערלאַנגט אַזאַ ענטפֿער, און דווקא אויף אַ נישקשהדיקן ייִדיש: "איך ווייס שוין אַלץ."
דער אמת איז אַז מען האָט די קינדערלעך אַזוי געלויבט בפֿרהסיא, אין די אויגן אַרײַן, באַשאָנקען מיט קאָמפּלימענטן פֿון אויבן ביז אַראָפּ, אַז זיי האָבן אָנגעוווירן די שפּירעוודיקייט. קודם האַלטן זיי אַז זיי זײַנען עקספּערטן אויף אַלע געביטן. אַפֿילו אין זאַכן וואָס זיי הייבן נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ'עסט עס. דאָס באַמערקט מען בפֿירוש אין מענטשן וואָס זײַנען הײַנט אַפֿילו דערפֿאָלגרײַך. די זיכערקייט און פּוסטע גאווה שטעקט אין מענטשן וואָס פֿירן אָן מיט גרויסע "קאָרפּאָראַציעס," אין מענטשן וואָס זײַנען שוין אַזוי אָנגעלאָדן מיט פֿאַרמעגן, אַז זיי קומען צום אויספֿיר, נעמלעך, די דרויסנדיקע וועלט עקזיסטירט נאָר צוליב זיי. מ'וויל זיך פֿאַרזיכערן אויף דער אייביקייט ווי די אַמאָליקע פּרעהס, וואָס האָבן מיטגענומען מיט זיך אין קבֿר נישט נאָר גאָלד און עסנוואַרג, נאָר אויך די ווײַבער מיט די שקלאַפֿן זיי זאָלן זיי באַדינען אויף יענער וועלט.
וואָס דאָס ברענגט אונדז צו דער קאַטעגאָריע מענטשן וואָס זײַנען אונטערן אײַנדרוק, אַז זיי זײַנען אַלמעכטיק, זיי קענען אָנהייבן מיט אַ שטעלע וואָס גיט זיי אַ שטאָכמאַכט, און מיט דער צײַט פֿאַרכאַפּן זיי מער און מער פֿון דער טעריטאָריע, ביז זיי דאָביווען זיך. אַ סך מאָל געלינגט עס זיי, ווײַל זיי זײַנען עקספּערטן אין מאַניפּולירן, שאַנטאַזשירן, עקספּלאָאַטירן און נישט רעכענען זיך מיט יענעם, ביז זיי דערגרייכן ס'טעלערל פֿון הימל. מיר קענען אַזעלכע לײַט צווישן אונדז. און אויב דאָס איז נישט גענוג, שטויסן מיר זיך אָן אין מענטשן וואָס זײַנען איבערצײַגט, אַז זיי זײַנען "סופּער־מענטשן," איבערמענטשן, געמאַכט פֿון שטאָל און אײַזן. און קיין זאַך קען זיי נישט שאַטן. זיי מעגן טאָן אַלץ וואָס אין קאָרט שטייט, ווײַל זיי זײַנען אַזוי קלוג, אַז קיינער וועט זיך נישט כאַפּן וואָס זיי האָבן אָפּגעטאָן אָדער טוען אָפּ. די אַלע אײַנרעדענישן קענען אָנגרײַפֿן יעדן איינעם פֿון אונדז, אַ חוץ יענע וואָס האָבן נישט אָנגעוווירן דעם צלם־אלקים, און האַלטן נאָך פֿון אַ טראָפּעלע מענטשלעכקייט.
און וואָס איז מכּוח דעמאַגאָגן וועלכע מ'זעט כּסדר אין די נײַעס. צי דאָס איז מוגאַבי פֿון זימבאַבווע, צי דאָס איז דער זשעדנע מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד, וואָס איז פֿאַרכליניעט מיט מאַכט און האָט ליב צו רייצן זיך מיט ישׂראל, צי דאָס פֿאַרדאָרבענע מענטשעלע, מיט געפֿאַרבטער קויל־שוואַרצער טשופּרינעלע, דאָס מענטשעלע מיט די פֿינף־אינטשיקע אָפּצאַסלעך, אַרײַנגעבויט אין די זוילן פֿון זײַנע שיכעלעך. אַליין אָנגעזאַפּט מיט מאַכט, שטרעקט ער אויס זײַן הענטעלע צום פֿאַרהונגערטן פֿאָלק פֿון זײַן באַלקאָן אין צפֿון־קאָרעע, ווײַזט זיי אַ פֿײַג און גייט צוריק אין זײַנע סאַנדאַלן פּראַווען סעודות מיט טשאָקאָלאַטקעס, פּאָרנאָגראַפֿישע בילדער און סטראַשען די וואַנצן. שוין אָפּגערעדט פֿון די אַמאָליקע בעסטיעס אינעם קרעמל אָדער אין פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד. זיי מערן זיך הײַנט ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן, און וויפֿל עס קומט נישט אויף זיי דער שניט, באַווײַזט זיך יאָר אײַן, יאָר אויס אַ נײַ־גערעטעניש אויף טיראַנען און דעספּאָטן. הײַנט רעדט מען שוין וועגן פּאָליטיק מיט קלינגווערטער און לאָזונגען, און די מעדיאַ טראַכט שוין פֿאַר אונדז, קלײַבט שוין פֿאַר אונדז אויס אַ פּרעזידענט. מיט איין וואָרט, מען טראַכט שוין פֿאַר אונדז.
וווּ זשע האַלטן מיר? מיר האַלטן בײַ אַמעריקע, וווּ פֿון צײַט צו צײַט אַנטפּעלקן מיר צו מאָל פֿון צווישן די פֿעלדזענע שפּאַלטן סתּם דעמאַגאָגן, דיפּלאָמירטע צי אונטערגעשמירטע רעווערענדן און גלחים וואָס פֿירן שטאַט און פֿאַרפֿירן. אָט למשל נעמט דעם טשודאַקישן דזשערעמאַיאַ רײַט, באַראַק אָבאַמאַס גלח, וועלכער האָט זיך צעלאָזט אויף אַלע האָלאָבליעס מיט טאַנצנדיקע זידלערײַען, אַקסל־האָפּסעדיקע באַשולדיקונגען קעגן ייִדן און ישׂראל, און קעגן דעם לאַנד וואָס האָט אים געכאָוועט און געגעבן די מעגלעכקייט צו ווערן אַ רעווערענד פֿון אַ סטאַדע נאָכפֿאָלגער. לעבן מיר, הייסט עס, אינעם פֿרײַסטן, בעסטן, דערפֿאָלגרײַכסטן לאַנד אין דער וועלט. טאָרן מיר נישט אָפּלאָזן די לייצעס. מען מוז שטיין אויף דער וואַך נישט נאָר קעגן זעלבסט־געקרוינטע דעמאַגאָגן, נאָר קעגן אומוויסן, קעגן איגנאָראַנץ וואָס האָט אָנגעגריפֿן די מוחות פֿונעם פֿאָלק, פֿון אונדזערע קינדער און קינדסקינדער.
דאָס וואָס די אַמעריקאַנער פֿאַרשטייען נישט קיין אַנדערע שפּראַכן, אַ חוץ ענגליש, האָבן זיי שוין דערמיט פֿאַרשלאָסן אַלע שפּאַרונקעס פֿון באַקענען זיך מיט אַן אַנדער קולטור. דאָס וואָס די מאַסן קענען נישט זייער געשיכטע, שוין אָפּגערעדט פֿון וועלט־געשיכטע, פֿאַרשליסן זיי אַלע טויערן צו זייער פֿאַרשטאַנד. מען מוז אָנהייבן לערנען אין די קלאַסן אַ חוץ מעכאַנישע, מעדיצינישע, יורידישע אָדער סאָציאַלע וויסנשאַפֿטן, אויך פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט, ערלעכקייט, אָרנטלעכקייט, די וויכטיקע מאָראַלישע און עטישע ווערטן. דאָס איז די אויפֿגאַבע סײַ פֿון עלטערן און סײַ פֿון די דערציִער. און אַז מ'הייבט נישט אָן גלײַך בײַם אָנהייב, ווען דאָס קינד איז נאָך אַ פּיצל, צו אַנטוויקלען אין זיי די וויכטיקע לעבנס־חכמות, וואַקסן זיי אויף עגאָיִסטיש און פֿאַרנומען מיט זיך אַליין ס'גאַנצע לעבן.
און אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, באַפֿאַלט מען אונדזער יוגנט מיט אַ פּרק "עס־איי־טיס," "דזשי־אַר־איס", "עם־קעטס." אַלץ עקזאַמענס אויף אַרײַנצוקומען אין די בעסטע קאָלעדזשעס און בכּבֿודיקסטע אוניווערסיטעטן. דער סוף פֿון דער גאַנצער דערציִונג הענגט אָפּ אין דער אַלמעכטיקער דיפּלאָמע. דאָ וויל זיך דערמאָנען אַז דער פּרעזידענט הערי עס. טרומאַן איז קיין מאָל נישט געגאַנגען אין קאַלעדזש. מײַן פּלאַן איז אַ פּשוטער: לאָזט אָפּ די הויכשול (High School) און זאָל די יוגנט פֿון פֿופֿצן ביז אַכצן נעמען אַרבעטן און וואָלונטירן. וווּ? אין שפּיטעלער, אין עלטער־היימען, אויף פֿאַרמס, אין זאָאָלאָגישן גאָרטן, אין ביבליאָטעקן, פֿאַרזאָרג־אָרגאַניזאַציעס, אין קינדער־גערטנער, צווישן היימלאָזע מענטשן, צווישן נײַע אימיגראַנטן, העלפֿן, באַשטײַערן מוח און כּוח פֿאַרן וווילזײַן פֿון מענטשן. ערשט דעמאָלט וועלן זיי אפֿשר דערשפּירן מיט וואָס די וועלט שמעקט. נאָך דעם קענען זיי אַרײַנגיין אין "דזשוניאָר־קאַלעדזש" און גיין ווײַטער. אויב נישט, וועלן מיר אויף להבא קיין גרויס נחת פֿון זיי נישט שעפּן.
דערמיט האָב איך געענדיקט מײַן אָבסערוואַציע פֿונעם אונטערוואַקסנדיקן דור און אַז איך דערמאָן זיי, קינדערלעך! אויב ס'וועלן זיך אונטעררוקן חס־וחלילה, שווערע צײַטן, זײַט איר דערליידיקט. ווי וועט איר זיך ספּראַווען מיטן דלות. אָבער די חכמה קומט נישט בירושה.