מוזיק
אַלאָיִז יעטעלעס
אַלאָיִז יעטעלעס

מיט דונערן און בליצן האָט געקלאָגט דער הימל, יענעם טאָג פֿון 20סטן מאַרץ, ווען דער גוססדיקער לודוויג וואַן בעטהאָווען האָט אויפֿגעהערט אָטעמען — און ער איז אַוועק אין דער אייביקייט.

צו די הונדערט און אַכציק יאָר נאָך זײַן פּטירה ווילט זיך דערמאָנען, אַז דער־אָ ריז פֿון מוזיק האָט פֿאַרמאָגט אַ שפּאָרן קרײַז פֿון ייִדישע פֿרײַנד און ייִדישע אונ­טערשטיצער. וועגן דעם ענין דערקלערט דער בעטהאָווען־פֿאָרשער ראָמען ראָלאַן אָט וואָס: “וווּ מען זאָל זיך נישט אַ קער טאָן אין בעטהאָווענס לעבן געפֿינט מען נאָענטע באַציִונגען מיט ייִדן, און ס׳באַמערקט זיך תּמיד, אַז ער האָט די ייִדישע פֿרײַנד זײַנע אַ סך צו פֿאַרדאַנקען... בעטהאָווען שרײַבט אין אַ בריוו צו אַ ידיד (1816): "איך בין אַ פֿרײַנד פֿון גאַנצן מענטשן־מין". און ראָמען ראָלאַן איז ממשיך: “בעטהאָווען האָט מיט עקל אָפּגעשטויסן אַנטיסעמיטיזם און ראַסנהאַס — ער האָט געהאַלטן פֿון רעליגיעזער פֿרײַהייט" (ראָמען ראָלאַן: “די גרויסע תּקופֿה פֿון בעטהאָווענס שאַפֿונג", ב׳ 6, קאַפּיטל: “בעטהאָווען און די ייִדישע געזעלשאַפֿט" (ז׳ 279, פּאַריז 1945).

אַגבֿ, בעטהאָווענס באַציִונגען מיט ייִדן פֿאָרשט אויך דער דײַטשישער מוזיקאָלאָג, דער בעטהאָווען־פֿאָרשער טעאָדאָר פֿאָן פֿרי­מעל (“בעטהאָווען־האַנטבוך", לייפּציק, 1926).

בכלל, גרויס איז די רשימה פֿון בעט­האָווענס ייִדישע פֿרײַנד: פֿאַראַן צווישן זיי מוזיק־פֿאַרלעגער (די שלעזינגערס טאַטע און זין — אַרויסגעבער פֿון בעטהאָווענס מוזיק), פֿאַראַן דער בערלינער ייִדישער מוזיק־פֿאָרשער אַדאָלף־בערנאַרד מאַרקס (1795—1866), דער ערשטער וואָס האָט אין אַ סעריע עסייען, מיט שבֿחים אַרויסגעהויבן די טיפֿקייט פֿון בעטהאָווענס מוזיק (1825), פֿאַראַן ייִדישע ווירטואָזן, פֿרײַנד פֿונעם גאָון — זיי האָבן נאָך בײַ זײַן לעבן פֿאַר­שפּרייט זײַן מוזיק. איצטער, ייִדישע רײַכע סוחרים, באַנקירן און אינדוסטריעלער — נישט נאָר האָט מען אין זייערע סאַלאָנען דערלאַנגט די בעטהאָווען־קלאַנגען, אָפֿט מיטן קאָמפּאָזיטאָר בכבֿודו־ובעצמו — די־אָ ייִדישע עשירים האָבן דעם גאָון דערלאַנגט הילף, געווען צווישן די ערשטע באַשטעלער פֿון זײַנע ווערק.

* * *

לאָמיר עפּעס דערציילן וועגן צוויי ייִדן — אַלאָיִז און איגנאַץ יעטעלעס — פֿרײַנד פֿון בעטהאָווען.

עטלעכע טעג נאָך בעטהאָווענס טויט, האָט מען בודק געווען זײַן אַרכיוו, און בשעת־מעשׂה געפֿונען, אין אַ שופֿלאָדל, אויסגעהיט פֿון אַ פֿרעמד אויג, אַ מיסטעריעזן בריוו — אַ בריוו “צו דער אומשטערבלעכער געליבטער" (בעטהאָווענס אויסדרוק). דער רירנדיקער בריוו צו דער פֿרוי (איר נאָמען ווערט נישט אָנגערופֿן) הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: “מײַן מלאך, מײַן אַלץ, מײַן איך". פֿאַרענדיקט האָט בעטהאָווען דעם בריוו מיט די ווערטער: “אייביק דײַנער, אייביק מײַנע, אייביק אונדז ביידע".

סוף 1816 איז דערשינען בעטהאָווענס ציקל לידער “לידערקרײַז אַן די פֿערנע (ווײַטע) געליבטע". די שאַפֿונג איז אַ זעלטן אינטים ווערק! דאָרט הערט מען סודות פֿונעם מוזיקערס האַרץ, דאָרט “מאָלט" ער די בענקשאַפֿט צו “דער אומשטערבלעכער געליבטער", וואָס איז פֿאַר אים אַ ווײַטער, נישט דערגרייכבאַרער “מלאך"... די נאָס­טאַלגישע פּאָעמעס פֿון בעטהאָווענס ציקל לידער זענען אַ שאַפֿונג פֿון יונגן ייִדישן פּאָעט אַלאָיִז יעטעלעס. לויט דער דעה פֿון ראָמען ראָלאַן האָט בעטהאָווען באַקומען די זעקס לירישע פּאָעמעס דירעקט פֿון יעטע­לעסן אַליין. די עלעגישע פּאָעזיע פֿון ייִדישן בחור האָט דעם 48־יאָריקן בעט­האָווען אויפֿגערודערט. זי האָט בײַ אים אויפֿגעפֿרישט די ליידן פֿון זײַן נישט געלונ­גענער ליבע...

אַ גערירטער, האָט דער מוזיקער באַ­דאַנקט דעם יונגן פּאָעט מיט אַ האַרציקן פֿרײַנדלעכן בריוו, און אים פֿאַרזיכערט, אַז זײַנע לירישע פּאָעמעס האָבן בײַ אים אויפֿגעפֿרישט די געפֿילן, וועלכע ער האַלט פֿאַרבאָרגן אין זײַן האַרץ. בעטהאָווען האָט די לידער פֿון יעטעלעס “באַקליידט" אויף זײַן שטייגער, מיט קלאַנגען, און באַשאַפֿן אַ גרויס וואָקאַל־ווערק. און צווישן די ביידע שעפֿערישע מענטשן האָט זיך פֿאַרבונדן אַ פֿרײַנדשאַפֿט.

הכּלל, ווער איז דאָס געווען דער יונגער אַלאָיִז יעטעלעס?

אַלאָיִז יעטעלעס (1794—1858), אַ געבוי­רענער אין דער טשעכישער שטאָט ברנאָ, האָט געשטאַמט פֿון אַן אַלטער ייִדישער פֿאַ­מי­ליע אין פּראָג — סאַ­מע לומדים, תּלמידי־חכמים, סופֿרים און רופֿאים. שוין אין 17טן יאָרהונדערט האָט אין פּראָג געשמט אַ ייִדישער אַפּטייקער — מיכל־לייב יעטעלעס. דער יונגער אַלאָיִז, אַן אייניקל פֿון באַרימט געוואָרענעם פּראָגער רופֿא יאָנאַס יעטעלעס, איז געווען אַ זון פֿון אַ דרוקער פֿון ספֿרים.

אַלאָיִז יעטעלעס איז געווען אַ גע­ביל­דעטער ייִד. ער האָט שטודירט פֿילאָסאָפֿיע אין ברנאָ, און מעדיצין אין ווין. דאָקטער געוואָרן אין 1819, האָט ער זיך, נאָך עטלעכע רײַזעס, באַזעצט אין ברנאָ און מיט איבערגעגעבנקייט גענומען היילן קראַנקע. מע דערציילט, אַז בעת דער כאָלערע־עפּידעמיע אין ברנאָ, האָט זיך דער רופֿא יעטעלעס ממש אַוועקגעברענגט פֿאַר זײַנע קראַנקע — זײַן מסירת־נפֿש האָט געקלונגען איבערן גאַנצן טשעכישן לאַנד.

יעטעלעס איז געווען אַ גײַסטיק־שעפֿע­רישער מענטש — אַ פּאָעט. שוין אין ווין, בעת זײַנע סטודענטישע יאָרן, האָט ער מיט גרויס דערפֿאָלג פּובליקירט לידער אין די ווינער ליטעראַרישע אויסגאַבעס. גאַנץ גיך איז ער געוואָרן אַן אייגענער אין די מוזיקאַליש־ליטעראַרישע קרײַזן פֿון דער קײַזערלעכער קרוינשטאָט.

יעטעלעס איז אויך געווען אַן איבער­זעצער. ער האָט אין דײַטש איבערגעזעצט די דראַמע פֿונעם גרויסן שפּאַנישן פּאָעט קאַלדעראָן (1600—1681). זײַנע איבער­געזעצטע דראַמעס פֿון שפּאַניש און איטאַ­ליעניש פֿלעגן ווערן געשטעלט אויף דער בינע פֿון בורגטעאַטער אין ווין.

לאָמיר באַמערקן — אויך זײַנער אַ קרובֿ בשם איגנאַץ יעטעלעס (1783־1843) איז געווען אַ וואַרעמער פֿרײַנד פֿון לודוויג וואַן בעטהאָווען. אַגבֿ, די ביידע יעטעלעס האָבן געשאַפֿן די וואָכנשריפֿט “ציונה".

איגנאַץ יעטעלעס איז געווען אַ באַ­דײַטנדיקער ייִדישער גײַסטמענטש. פֿון פֿאַך אַ יוריסט, האָט ער זיך אויך פֿאַרנומען מיט קונסט און מוזיק — ער האָט געשריבן וועגן עסטעטיק. אין די יאָרן 1835—1837 איז אַרויס זײַן “עסטעטישער לעקסיקאָן" אין צוויי בענד. אין דעם וויכטיקן ווערק באַהאַנדלט יעטעלעס (אין די קאַפּיטלען “סאָנאַטע" און “סימפֿאָניע") די גרויסע מעשׂים פֿון בעטהאָווען בײַם אַנטוויקלען די דאָ­זיקע מוזיקאַלישע פֿאָר­מען. איגנאַץ יעטעלעס האָט פֿאַר בעטהאָווענען געהאַט אַ סך שבֿחים.

איגנאַץ יעטעלעס האָט מחבר געווען נאָך אַ בוך — “אַ רײַזע קיין רוים". דערשינען איז דאָס בוך שוין נאָך זײַן טויט. פֿאַראַן אין בוך אַ גרויסע הקדמה, אַ מין עסיי פֿון זײַן פֿרײַנד, דעם דײַטש־ייִדישן שרײַבער אויגוסט לעוואַלד (1792—1871). לעוואַלד באַ­האַנדלט די גײַסטיקע מעלות פֿון איגנאַץ יעטע­לעס און רעדט וועגן זײַנע באַציִונגען מיט בעטהאָווען — דעם “סאַמע טיפֿסטן קאָמפּאָזיטאָר פֿון זײַן צײַט". ער באַמערקט, אַז בײַ אַלע אומבאַקוועמלעכקייטן אומצו­גיין מיטן מוזיקער — טיילווײַז צוליב זײַנע מאָדנע איינגשאַפֿטן, ווי אויך צוליב זײַן טויבקייט, האָט איגנאַץ יעטעלעס דאָך גע­האַט פֿיל פֿאַרשטענדעניש פֿאַרן גרויסן מוזיק־שאַפֿער.

לעוואַלד דערציילט, אַז די מיינסטע אָוונטן ווינטער 1821—1822 האָט יעטעלעס פֿאַרבראַכט מיט בעטהאָווען מיט שמועסן ביז אין דער נאַכט אַרײַן. ווי באַקאַנט, האָט אַ “שמועס" מיט בעטהאָווען געקאָנט ווערן געפֿירט נאָר שריפֿטלעך. ובֿכן, איז אַ מאַסע צעטלען און בלײַפֿעדער געלעגן אויפֿן טיש, און די צעטלען פֿלעגן “שפּאַצירן הין און צוריק..."

און לעוואַלד איז ממשיך: “מיט פֿרייד דערמאָן איך זיך, אַז אײַנגעלאַדן דורך יעטע­לעס, בין איך געוויסע אָוונטן געווען אין דער מחיצה פֿון מײַסטער, וועלכן כ׳האָב שטאַרק געאַכט".

די טעמע פֿון געשפּרעך, אין יענע אָוונטן, איז געווען די קאָמפּאָזיציע פֿון אַן אָפּערע בשם “באַקכוס". בעטהאָווען האָט שוין צו דער צײַט געהאַט אין קאָפּ פֿיל סצענעס, און ער האָט געזוכט צו באַקומען בײַ יעטעלעס אָדער בײַם יונגן לעוואַלד אַ ליברעטאָ. “פֿון דעם עסק איז אָבער גאָרנישט געוואָרן, מחמת בעטהאָווען איז נישט געווען אַזוי לײַכט צופֿרידנצושטעלן", דערקלערט לעוואַלד.

לאָמיר צום סוף דערמאָנען: אַ רירנדיקע פּאָעמע, אַ מין הספּד, האָט געשאַפֿן אַלאָיִז יעטעלעס, ווען צו אים איז דערגאַנגען די ידיעה פֿון בעטהאָווענס לוויה.