עס זעט אויס, אַז די צוויי פֿאַרמיאוסט געוואָרענע דערשײַנונגען — דעמאַגאָגיע און די עטנישע מלחמות — וועלן זיך נישט לאָזן אַזוי גיך אויסוואָרצלען און באַזײַטיקט צו ווערן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, שוין אָפּגערעדט פֿון ביוראָקראַטיע און מלוכישער קאָרופּציע, וואָס איז, לויטן אויסדרוק פֿון דעם מדינה־קאָנטראָלער, נאָך געפֿערלעכער ווי דער טעראָר.
יעדע נײַ־אויפֿגעקומענע פּאַרטיי פּראָקלאַמירט זיך ווי אַ פּאַרטיי, וואָס איז “ריין" און באַפֿרײַט פֿון די אַלע אויבן אויסגערעכנטע פּלאָגן. אונטער אָט דעם דעוויז איז אויך אויפֿגעקומען גענוי מיט דרײַ יאָר צוריק די באַוועגונג “קדימה". דאָס האָט דער פֿריִערדיקער פּרעמיער־מיניסטער אַריאל שרון זי געגרינדעט מיטן אָפּשפּאַלטן זיך פֿון דעם “ליכּוד", וואָס ער אַליין איז געווען זײַן מנהיג.
מיטן גרינדן די דאָזיקע פּאַרטיי, די “קדימה", האָבן מאַנכע געגלייבט, אַז זי וועט טאַקע זײַן אַזאַ ווי זי האָט זיך דעקלאַרירט: אַ באַוועגונג פֿון “ריינע עטישע נאָרמעס". זיי האָבן אָבער פֿאַרגעסן, אַז זי איז געבוירן געוואָרן אויף אַ נישט סטעריליזירטן באָדן, אויף אַ באָדן, וואָס איז פֿון יאָרן דורכגעזאַפּט מיט די מיקראָבן און ווירוסן פֿון אַלע מעגלעכע פּלאָגן און קרענק פֿון דעם פּאַרטיייִשן און געזעלשאַפֿטלעכן יאַריד. זי איז אויפֿגעקומען, ווי געזאָגט, דורך אָפּשפּאַלטן זיך פֿון דעם “ליכּוד", וועמעס פּאַרטיי־צענטראַלע איז אין יענע טעג געווען שטאַרק אָנגעשטעקט פֿון דער פּאַרטיייִשער און — ווי די הערשנדיקע פּאַרטיי — פֿון מלוכישער קאָרופּציע. פֿאַר זייערע חטאָים פֿון יענע טעג ווערן איצט מאַנכע מנהיגים געפֿאָרשט אָדער געמישפּט דורך דער פּאָליציי, אָדער די יוסטיץ־אָרגאַנען שוין ווי מנהיגים פֿון “קדימה" — בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער אָלמערט בּכבֿודו־ובעצמו. זײַן נאָענטסטער פֿאַרטרויונגס־מאַן, דער געוועזענער פֿינאַנץ־מיניסטער אַבֿרהם הירשזאָן ווערט איצט געמישפּט פֿאַר גניבֿה און געלט־מאַכינאַציעס אין די צײַטן, ווען ער איז געווען דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון דער “נאַציאָנאַלער" הסתּדרות — די פּראָפֿעסיאָנעלע אָרגאַניזאַציע פֿון דעם אַמאָליקן “חירותּ" — און פֿון איר קראַנקן־קאַסע. דער מיניסטער צחי הנגבי, וועלכער איז געווען דער אָרגאַניזאַציאָנעלער “מלך" פֿון “ליכּוד" ווי דער פֿאָרזיצער פֿון זײַן קאָרומפּירטער דעמאָלט פּאַרטיי־צענטראַלע: ער ווערט איצט געפֿאָרשט פֿאַר אָנווענדן פּראָטעקציע בײַם “פֿאַרטיילן" מלוכישע שטעלעס אין די צײַטן פֿון דער ליכּודישער הערשאַפֿט. פֿאַר די חטאָים, אין וועלכע עס איז אין די פֿאַרמאַכטע קלאַסערן פֿאַרדעכטיקט דער גרינדער פֿון “ליכּוד" און זײַן לעצטער מנהיג, דערנאָך דער גרינדער און מנהיג פֿון “קדימה", האָט שוין באַצאָלט זײַן זון עומרי שרון. דער אָפּטרעטנדיקער פּרעמיער אהוד אָלמערט ווערט איצט, ווי באַוווּסט, געפֿאָרשט פֿאַר זײַנע חטאָים פֿון קאָרופּציע פֿון יענע צײַטן, ווען ער האָט געיובֿלט אין דער “ליכּוד"־צענטראַלע — אָבער דעם פּרײַז צאָלט ער הײַנט, אין די פּרײַמעריס, נאָך וועלכע ער וועט (אפֿשר) אויפֿגעבן זײַן פּאָליטישע קאַריערע.
און, מע דאַרף אויך נישט פֿאַרגעסן, אַז אויך איינער פֿון זײַנע פֿאַרטרעטערס און פּאָטענציעלע יורשים, דער מיניסטער אָן אַ פּאָרטפֿעל חיים רמון, האָט זיך “אויסגעשלאָסן" פֿון זײַנע אַקטיווע פֿונקציעס צוליב דעם "פֿאַטאַלן קוש", מיט וועלכן ער האָט מכבד געווען אַ סאָלדאַטקע אינעם טאָג ערבֿ דער לבֿנונישער מלחמה, וואָס צוליב איר, פֿאַקטיש, און נישט צוליב דער אַמאָליקער קאָרופּציע, צאָלט איצט אָלמערט דעם פּרײַז פֿון זײַן מאָראַלישן פּראָפֿיל און קאַריערע. אָבער חיים רמון איז נישט געקומען אין “קדימה" פֿון “ליכּוד", נאָר גראָד צוזאַמען מיט שמעון פּערעסן און מיט דליה איציק פֿון דער “עבֿודה" — ווײַל “קדימה" איז אויפֿגעקומען אָן אַן אידעאָלאָגיע, אַזוי ווי “עבֿודה און “ליכּוד", וועלכע האָבן זיך אויסגעליידיקט פֿון זייערע אידעאָלאָגישע מהותן.
און מיט אָט אַזאַ אידעיִש אויסגעליידיקטן באַגאַזש האָבן זיך די פֿיר מיניסטאָרן פֿון “קדימה" צוגעשטעלט ווי קאַנדידאַטן צו די פּרײַמעריס, אין וועלכע דער עיקרדיקער פֿאַרמעסט איז אָנגעגאַנגען צווישן דער אויסערן־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני און דעם טראַנספּאָרט־מיניסטער שאול מופֿז. דאָס איז נישט געווען קיין אידעאָלאָגישער פֿאַרמעסט, ווײַל אַזאַ תּוכן איז אין דער פּאַרטיי, ווי געזאָגט, נישט פֿאַראַן. דער פֿאַרמעסט איז אַ פּערזענלעכער. דער וויכּוח איז אָנגעגאַנגען אַרום די פֿראַגן: ווער פֿון זיי קען בעסער אָנפֿירן מיט דער מדינה? ווער פֿון זיי איז מסוגל אָנצונעמען די געהעריקע דעציזיעס אין קריטישע מאָמענטן, קעגנאיבער די עקזיסטענציאַלע געפֿאַרן?
בײַם אָנהייב פֿון דער וואַל־מלחמה זענען אַלע פֿײַלן געווען געווענדט קעגן דער איינציקער פֿרוי אין דעם פֿאַרמעסט, ציפּי ליבֿני — נישט נאָר מצד די דרײַ קאַנדידאַטן מענער, וועלכע האָבן געטענהט קעגן איר, אַז זי האָט נישט קיין פֿירערישע דערפֿאַרונג, דער עיקר, מיליטערישע. צו די דרײַ מענער זײַנען אויך צוגעשטאַנען אהוד אָלמערט און דער זיכערהייט־מיניסטער און מנהיג פֿון “עבֿודה" אהוד ברק. דער ערשטער — צוליב זײַן אַלטן חשבון קעגן איר, ווײַל זי האָט אים גלײַך נאָך די האַלבע מסקנות פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע געעצהט צו דעמיסיאָנירן פֿון זײַן אַמט; דער אַנדערער — צוליב דער באַגרינדעטער מורא, אַז דער נצחון פֿון ציפּי ליבֿני אין די פּרײַמעריס וועט שענקען דער “קדימה" אַ סך שטימען צו דער כּנסת אויפֿן חשבון פֿון “עבֿודה". מופֿז, דאַקעגן, טענהט, אַז ציפּי ליבֿני וועט נישט קענען אויפֿשטעלן קיין רעגירונג, צוליב דער קעגנערשאַפֿט פֿון ש״ס, אין דער צײַט ווען ער איז שוין מיטן ש״ס “אויף אַ גוטן וועג". דער פּרײַז, וועלכן ש״ס פֿאַרלאַנגט פֿאַר אָנשליסן זיך אין דער קאָאַליציע איז — צוריקקערן די קיצבֿה פֿאַר די פיל־קינדערדיקע משפּחות. שאול מופֿז האָט אויך “באַשולדיקט" ציפּי ליבֿני, אַז זי איז גרייט צו “צעטיילן ירושלים", און האָט פֿאַרלאַנגט פֿון איר אַ פֿאַרפֿליכטונג, אַז זי וועט בלײַבן אין “קדימה" נאָך די פּרײַמעריס אויך אין פֿאַל, אויב זי וועט זיי פֿאַרשפּילן. ציפּי ליבֿני, וועלכע איז געווען צווישן די גרינדערס פֿון “קדימה", האָט זיך נישט געלאָזט פֿאַנגען אויף דער פּראָוואָקאַטיווער ווענטקע פֿון שאָול מופֿז, מחמת דאָס איז דאָך ער געווען דער וואָס האָט “דעזערטירט" פֿון דעם “ליכּוד" נאָך דעם ווי ער האָט דאָרט די פּרײַמעריס פֿאַרשפּילט.
אָבער אינעם מאָמענט ווען אַלע כּלים פֿון דעם פּראָפּאַגאַנדיסטישן געווער־אַרסענאַל האָבן זיך אָפּגענוצט, איז געבליבן אַרויסצושלעפּן פֿון דער פֿלאַש און אויפֿצוּוועקן פֿון זײַן לעטאַרגיע דעם עטנישן שד — ווי דאָס אולטימאַטיווע געווער אין דער אויסוואַל־שלאַכט. עמעצער האָט געוואָרפֿן אין דער לופֿט דעם קלאַנג, אַז אין לאַגער פֿון ציפּי ליבֿני האָט מען דערמאָנט דעם בינע־פֿאַרווײַלער דודו תּופּז, וועלכער האָט אין דער וואַל־קאַמפּאַניע צו דער כּנסת אין 1981 אָנגערופֿן די מיזרח־עדות מיטן זילזול־אויסדרוק “טשאַכטשאַכעס", וואָס בעגין האָט דאַן אונטערגעכאַפּט און צעבלאָזן אין זײַן וואַל־העצע קעגן דער “ראַסיסטישער אשכּנזישער עליטע" פֿון מפּא״י. אויך דאָס מאָל האָט מופֿז פּרובירט זיך צוצוכאַפּן צום דאָזיקן געווער. עס האָט אָבער נישט אָנגענומען: דער כעמישער גיפֿט פֿון דער עטנישער העצע האָט זיך מיט די יאָרן שוין אויסגעוועפּט.
שאָול מופֿז, דער געוועזענער שעף פֿון גענעראַל־שטאַב און מיניסטער פֿאַר זיכערהייט אין דער צײַט פֿון דער צווייטער אינטיפֿאַדע, ווערט פֿאַרגליכן צו אהוד ברקן, צוליב דער ענלעכקייט פֿון זייער מיליטאַריסטישער אויפֿפֿאַסונג און דעם אַגרעסיוון אופֿן פֿון דעראָבערן די אָנפֿירונג פֿון זייערע פּאַרטייען.
עס איז אויסטערליש, וואָס דער צוקונפֿטיקער קאַפּיטאַן, וואָס וועט שטיין בײַם רודער פֿון דער מדינה־שיף אויף די צעברויזטע וואַסערן פֿון דער פּאָליטישער מאַפּע, וועט באַשטימט ווערן דורך אַ קליינעם ציבור, דעם אַקטיווערן חלק פֿון די 73 טויזנט רעגיסטרירטע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי. די צאָל וויילערס קען קוים זײַן גענוג פֿאַרן אויסוואַל פֿון צוויי מאַנדאַטן אין דער כּנסת. דאָס איז איינער פֿון די פּגמים, איינער פֿון די פֿעלערן פֿון דער דעמאָקראַטיע. אָבער — ווי האָט טשערטשיל געזאָגט? — דעמאָקראַטיע איז אַ שלעכטע סיסטעם, אָבער קיין בעסערע איז נישט פֿאַראַן. דאָס איז איינער פֿון אירע אומפֿאַרמײַדלעכע פּרײַזן.
ביז די פּרײַמעריס, די פּאַרטיייִשע פֿאָרוואַלן, פֿון וועלכע דער זיגער וועט זײַן דער קאַנדידאַט אויפֿן אַמט פֿון דעם קומענדיקן פּרעמיער־מיניסטער אין די וואַלן צו דער כּנסת — איז אָנגעגאַנגען די וואַלן־מלחמה אויפֿן פֿעלד פֿון די פּובליק־אויספֿרעגן, וואָס זייערע רעזולטאַטן ווײַזן אַ גרויסע פֿאָרהאַנט לטובֿת ציפּי ליבֿני. אָבער דאָס זאָגט נאָך נישט, אַז דאָס וועט זײַן דער רעזולטאַט פֿון די פּרײַמעריס. אין די אורנעס וועט מנצח זײַן דער, וואָס וועט בעסער מצליח זײַן “אויפֿן שטח", דאָס הייסט, דער, וואָס זײַן “לאַגער" וועט זײַן בעסער אָרגאַניזירט און וועט קענען מאָביליזירן און ברענגען צו די אורנעס מער אָנהענגער און מער שטימען.
די לייענער פֿון די דאָזיקע שורות וועלן שוין וויסן דעם רעזולטאַט — בעסער ווי דער שרײַבער, וועלכער שרײַבט זיי דינסטיק, אַ טאָג פֿאַר די פּרײַמעריס אין דער “קדימה"־פּאַרטיי אין ישׂראל.
תּל־אָבֿיבֿ, דעם 16טן סעפּטעמבער, 2008