די קינדער שפּילן זיך מיט אַ ציג |
TEVA |
צווישן די גרינע בערג פֿון מערבֿ־קאָנעטיקאָט געפֿינט זיך אַ וואַקאַציע־אָרט פֿון אַ גאָר אַנדערן שניט. אָן קאַסינאָס, אָן אַ גאָלף־פֿעלד, אָן אַ באַר. אַנשטאָט יענע געוויינטלעכע פֿאַרווײַלונגען, באַמיט זיך דער "גײַסטיקער צענטער אויפֿן נאָמען פֿון איזאַבעלאַ פֿרידמאַן" צו פֿאַרפֿלאַנצן אַ ליבשאַפֿט פֿאַר די ייִדישע ווערטן, פֿאַרשטאַרקן אַהבֿת־ישׂראל און אָנקניפּן אַ גײַסטיקע באַציִונג מיט דער נאַטור.
אָנגעהויבן האָט זיך "איזאַבעלאַ פֿרידמאַן" אין יאָר 1893 ווי די "וואַקאַציע־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישע אַרבעטנדיקע מיידלעך" — אַן אַגענטור וואָס האָט פֿאַרבעטן די מיידלעך, ס׳רובֿ פֿון זיי אימיגראַנטן אין דער ניו־יאָרקער באַקלייד־אינדוסטריע, צו קומען אַהין אויף אַ וואַקאַציע, בחצי־חינם. שפּעטער האָט מען אויך פֿאַרבעטן אַהין די אַהיים־געקומענע סאָלדאַטן און אָרעמע סטודענטן. אַ פֿילאַנטראָפּישע מיטגלידין פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, איזאַבעלאַ פֿרידמאַן, האָט אין יאָר 1936 איבערגעלאָזט אַ ירושה פֿון $25,000, און דערפֿאַר טראָגט הײַנט די אַגענטור איר נאָמען.
אין די 1990ער יאָרן איז דער צענטער, וואָס ליגט צווישן וועלדער און שפּיגלט זיך אָפּ אין אַ פּרעכטיקער אָזערע, באַקאַנט געוואָרן בײַ די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, טאָגשולן און סינאַגאָגעס פֿון ניו־יאָרק און ניו־ענגלאַנד ווי אַ פּאַסיק אָרט אָפּצוהאַלטן אַ "שבתון" אָדער אַן אַנדער מין גײַסטיקן צוזאַמענפֿאָר.
איינע פֿון די פּראָגראַמען וואָס "איזאַבעלאַ פֿרידמאַן" האָט אַנטוויקלט, הייסט "טבֿע" (דאָס העברעיִשע וואָרט פֿאַר "נאַטור"). די פּראָגראַם לערנט קינדער די שיינקייט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס און ווי אַזוי מע דאַרף פֿאַרהיטן דעם סבֿיבֿה־מצבֿ פֿון גאָטס וועלט.
מע באַקט אַ ראַזעווע חלה |
TEVA |
יעדעס יאָר קומען אַהין בערך 3,000 קינדער פֿונעם זעקסטן קלאַס (10—11 יאָר אַלט), פֿון ייִדישע טאָגשולן, נאָכמיטאָג־שולן, סינאַגאָגעס, זומער־לאַגערן און יוגנט־קלובן. ס׳רובֿ פֿון די אינסטיטוציעס זענען פֿון דער רעפֿאָרם־ אָדער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, אָדער נישט פֿאַרבונדן מיט קיין באַזונדערן שטראָם.
די האָפֿענונג איז, אַז וואָס מער די קינדער וועלן זיך באַקענען מיט די עלעמענטן פֿון דער נאַטור — די ערד, דאָס גרונטוואַסער און די לופֿט — אַלץ בעסער וועלן זיי פֿאַרשטיין זייער פֿליכט אויפֿצוהאַלטן זי אַזוי ריין און גאַנץ, ווי אין בראשית־צײַטן. מע ווײַזט זיי די פֿאַרבינדונג צווישן די ברכות און תּפֿילות, וואָס זיי לערנען אין די פֿיר ווענט מיט דעם וואָס זיי זעען אַרום זיך: אַ פֿאַלנדיקן שטערן, אַ הענגל ווילדע ווײַנטרויבן אָדער אַ באַהאַלטענע יאַשטשערקע. אַזוי ווי ס׳האָט געזאָגט דאָס 10־יאָריקע ייִנגל פֿון אַ "סאָלאָמאָן שעכטער-טאָגשול": "כ׳האָב נישט געוווּסט, אַז גאָט האָט געמאַכט אַזוי פֿיל אויסערגעוויינטלעכע זאַכן — אָן קיין מאָטאָרן!"
מיט עטלעכע וואָכן צוריק, אין מיטן סעפּטעמבער, האָב איך אַליין פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אינעם "צענטער", און בפֿרט מיטן יונגן פּערסאָנאַל, וועלכער פֿירט אָן מיט דער פּראָגראַם. אַלע לערער זענען געווען אין די צוואָנציקער — לעצטנס, גראַדויִרטע פֿון די אוניווערסיטעטן. איין לערערין, אַ טאָכטער פֿון צוויי רעפֿאָרם־ראַבינער, האָט געטראָגן אַ יאַרמלקע, און אַרויסגעוויזן אַ באַזונדערע פֿעיִקייט און אינטערעס צו דיסקוטירן ענינים פֿון דער תּורה. עטלעכע זענען געווען געשטימט אָרטאָדאָקסיש, אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי — סײַ די מיידלעך, סײַ די בחורים, האָבן געהאַלטן, אַז די פֿרויען דאַרפֿן אַרײַנגערעכנט ווערן ווי אַ טייל פֿונעם מנין, גלײַך מיט די מאַנסבילן.
בעתן וואַלד־שפּאַציר |
TEVA |
מאַטי קופּער, דער פּראָגראַם־דירעקטאָר, האָט מיר איבערגעגעבן, אַז יעדע גרופּע קינדער קומט אויף אַ 4־טאָגיקן וויזיט, פֿון מאָנטיק ביז דאָנערשטיק. יעדן טאָג הייבט זיך אָן מיטן דאַווענען שחרית, מע עסט פֿרישטיק, און דערנאָך צעטיילט מען די קינדער אויף קלענערע גרופּעס. יעדער לערער פֿירט זײַנע תּלמידים אויף אַ באַזונדערער סטעזשקע אין וואַלד, וווּ מע באַטייליקט זיך אין פֿאַרשידענע שפּילן און אַקטיוויטעטן, פֿון 9:30 ביז 3:00. דער לערער וועט, למשל, ווײַזן די קינדער ווי דאָס בויען אַ שטיבעלע אין איינעם איז גרינגער ווי עס טאָן אַליין; אָדער ער וועט זיי הייסן זיצן שטיל אויף ד׳רערד, זיך צוהערן צו די קלאַנגען פֿון וואַלד, און מאַכן אַ "מאַפּע" פֿון די קלאַנגען. אָדער מע וועט בײַם אָנהייב פֿונעם שפּאַציר אויסטיילן ברכה־קאַרטלעך, און די קינדער דאַרפֿן זוכן אַ געלעגנהייט, ווען די ברכה וועט צו ניץ קומען.
נאָך דעם ווי מע קומט צוריק פֿון וואַלד, באַטייליקן זיך די קינדער אין אַנדערע אַקטיוויטעטן, וואָס באַטאָנען די ווערטן פֿון ייִדישקייט און פֿון אָפּהיטן די נאַטור. אין איין קלאַס, למשל, באַקט מען אַ ראַזעווע חלה, און מע גיט די קינדער צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די ראַזעווע חלה איז מער נאַטירלעך און געזינטער ווי די חלה, געמאַכט פֿון ווײַסער מעל.
אין אַן אַנדער קלאַס וועט מען לערנען וועגן מוזיק אין דער ייִדישער טראַדיציע, אָנהייבנדיק פֿון דוד המלך; און צום סוף, וועלן די קינדער שפּילן מוזיק מיט אַליין־געמאַכטע אינסטרומענטן (למשל, אַ קאַרטאָן אָדער שטרויען), כּדי צו ווײַזן, אַז מע דאַרף אויסמײַדן, ווי ווײַט מעגלעך, אַרויסצוּוואַרפֿן זאַכן אין מיסטקאַסטן — וואָס שאַט דעם סבֿיבֿה־מצבֿ — און גיבן אַ קלער: "ווי אַזוי קאָן איך די זאַך איבערניצעווען?"
קופּער האָט דערקלערט, אַז די לערער זוכן די גאַנצע צײַט געלעגנהייטן צו לערנען די קינדער ווי אָפּצושאַצן די נאַטירלעכע וועלט. עסנדיק וועטשערע אין עסזאַל, למשל, וועט מען זיי פֿרעגן: וואָס געשעט מיטן שאָלעכץ פֿון אַ באַנאַנע, ווען מע וואַרפֿט עס אויפֿן גראָז? (ענטפֿער: צו־ביסלעך צעפֿאַלט עס זיך; זײַן נערשטאָף רינט אַרײַן אין דער ערד, און דערמעגלעכט דאָס געבורט פֿון נײַע געוויקסן.) אַזוי לערנען זיך די קינדער אויס דעם לעבן־פּראָצעס, און ווי אַזוי אַלץ פֿון דער נאַטור איז געקניפּט און געבונדן.
אין אָוונט איז קאַלט, זיצט מען אַרום דעם שײַטער |
TEVA |
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן די קינדער געזען אַ סקיצע, פֿאָרגעשטעלט פֿון די לערער, וואָס ווײַזט ווי אַזוי מענטשן פּטרן אומזיסט די נאַטירלעכע רעסורסן ווען זיי עסן פֿלייש. אין דער סקיצע, וואָס קומט פֿאָר אין אַ רעסטאָראַן, בעט דער קונה בײַם סאַרווער (געשפּילט פֿון מאַטי קופּער) דעם חשבון, און ווערט שאָקירט, ווען דער סאַרווער דערקלערט אים וויפֿל זײַן פֿליישיקער מאָלצײַט האָט אָפּגעקאָסט — נישט אין מזומן, נאָר אין געפּטרט וואַסער און ענערגיע.
אינעם "איזאַבעלאַ פֿרידמאַן־צענטער" געפֿינט זיך אויך אַ שטאַל מיט ציגן און הינער, וואָס די קינדער מעגן מיט זיי זיך שפּילן. די ציגן מעלקט מען, און די לערער האָבן מיר דערציילט, אַז זיי אַליין טרינקען טאַקע די ריינע ציגן־מילעך. ס׳האָט אַן ענלעכן טעם צו קו־מילעך, נאָר אַ לעק זויערער.
הגם ס׳איז דאָ אַ פּלויט אַרומן הויף, איז עס אָבער נישט קיין באַוואָרענונג קעגן אַלע סכּנות פֿון וואַלד. איין אינדערפֿרי, מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט אַן אַרבעטער געעפֿנט דעם טויער, און באַמערקט, אַז עס פֿעלט אַ ציג. ער האָט באַלד אַנטדעקט פֿאַר וואָס. אַ בער האָט, אַ פּנים, זיך אַרײַנגעריסן אין מיטן דער נאַכט און עס פֿאַרצוקט; אַלץ וואָס ס׳איז פֿאַרבליבן איז דאָס געביין. מע דערציילט די טרויעריקע מעשׂה די קינדער, כּדי זיי זאָלן פֿאַרשטיין, אַז די נאַטור, ווי שיין עס זאָל נישט זײַן, האָט זיך אירע אייגענע סכּנות.
איין לערער האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט געפֿירט זײַן גרופּע אַרויף אַ זייער שטאָציקן באַרג צו אַ פֿעלדז, און קריכנדיק אויפֿן באַרג, האָבן די קינדער, נעבעך, אַזוי געסאַפּעט, אַז ער האָט געדאַרפֿט זיך אָפּשטעלן יעדע 5 מינוט, כּדי זיי זאָלן אָפּכאַפּן דעם אָטעם. ווען זיי האָבן זיך דערנענטערט צום שפּיץ באַרג, האָט דער לערער זיי אַלעמען געהייסן פֿאַרמאַכן די אויגן, און אין איינעם, האַלטנדיק זיך בײַ די הענט, זענען זיי צוגעקומען צום פֿעלדז.
די לערער שטעלן פֿאָר אַ סקיצע, "אין רעסטאָראַן". דער פּראָגראַם־דירעקטאָר, מאַטי קופּער, שפּילט דעם סאַרווער (אין מיטן) |
TEVA |
ווען די קינדער האָבן אויפֿגעעפֿנט די אויגן, זענען זיי נתפּעל געוואָרן פֿון דער פּרעכטיקער לאַנדשאַפֿט — וועלדער און טײַכן וואָס דערגרייכן העט־העט ביזן האָריזאָנט.
הערנדיק די מעשׂה, האָב איך באַשלאָסן אַליין אַרויפֿצוקריכן אויף יענעם באַרג. דעם צווייטן אינדערפֿרי, בעת ס׳איז נאָך געהאָנגען אַ נעפּל איבערן גאַנצן לאַגער, האָב איך מיט איינעם פֿון די לערער אַרויפֿגעקלעטערט אויפֿן וואַלדיקן באַרג, אַרויף, אַרויף, ביז דער נעפּל איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן — אַ סימן, האָט ער געזאָגט, אַז מיר זענען שוין העכער פֿון די כמאַרעס. בײַם פֿעלדז האָבן מיר זיך אַוועקגעזעצט און אַראָפּגעקוקט אויף די גרין־באַקליידטע ביימער, אונטערן ציכטיק־בלאָען הימל. פּלוצלינג, פּונקט פֿאַר אונדזערע אויגן, האָט אַ גרויסער גריף, שטייענדיק אויף אַ צווײַג, צעשפּרייט זײַנע ברייטע פֿליגל, אַזוי ווי אַ מלך וואָס לאָזט זײַן קעניגרײַך וויסן, "איך בין דאָ!"
און זיצנדיק דאָרט אויפֿן פֿעלדז, צווישן די אָן אַ שיעור ביימער, געוויקסן און חיהלעך, האָב איך זיך געטראַכט: טאַקע אַ קעניגרײַך...