מוזיק, געשיכטע
דמיטרי (רעכטס) און דניאל פּאָקראַס
דמיטרי (רעכטס) און דניאל פּאָקראַס

לעצטנס האָט מײַן אויפֿמערקזאַמקייט דערוועקט אַ מעלדונג פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם פֿון מאָסקווע — מען האָט אַנאָנסירט אַן אוידיציע "אין ריטם פֿון מאַרש. אַ פּאָעמע וועגן די ברידער פּאָקראַס". איך האָב זיך גלײַך דערמאָנט די באַוווּסטע און באַליבטע לידער פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן דמיטרי און דניאל פּאָקראַס, און איצט, צוקוקנדיק זיך צו דער אוידיציע, זיך דערוווּסט אַ סך פּרטים וועגן זיי. למשל, אַז ניט נאָר זיי ביידע, נאָר פֿיר ברידער פּאָקראַס, זין פֿון אַ ייִדישער משפּחה (שמואל (סאַמויִל), דמיטרי, דניאל און אַרקאַדי) זײַנען געווען מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָרן; אַז אין די דרײַסיקער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט זײַנען די פּאָקראַסן געווען די הויפּט־מחברים פֿון מאַרשן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד; אַז איינער פֿון זיי, סאַמויִל, איז זײַנער צײַט אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, שפּעטער מיטגעאַרבעט אין האָליוווּד; און, אַגבֿ, דאָרט פֿאַרפֿאַסט די מוזיק צום פֿילם "דרײַ מושקעטירן" (און ווען דעם פֿילם, ווי אַ טראָפֿיי, האָט דורכגעקוקט סטאַלין און האָט זיך אַזוי אַרום דערוווּסט, אַז דער ברודער פֿון די באַוווּסטע, פֿאַרדינסטפֿולע קאָמפּאָזיטאָרן איז אין אַמעריקע, האָט זיי אָנגעכאַפּט אַ גרויל...)

צוקוקנדיק זיך צו דער אוידיציע, האָב איך זיך דערמאָנט אַ קאָנצערט, וועלכן דמיטרי פּאָקראַס האָט מיט יאָרן צוריק געגעבן אין ווילנע. איך האָב זיך דערמאָנט, ווי דער קאָנצערט האָט מיך גערירט און ווי, קומענדיק אַהיים, האָב איך אָנגעשריבן אַ קורצע דערציילונג וועגן דעם. איך האָב איצט געפּרוּווט זי אויסזוכן אין מײַנע נאָטיצן, און געפֿינענדיק, זי באַאַרבעט פֿאַרן "פֿאָרווערטס" און צוגעשיקט אין רעדאַקציע.

* * *

אָנגעהויבן האָט זיך עס פֿון אַ פֿאַרדריסלעכן געפֿיל פֿון שולד און חרפּה פֿאַר די וואָס זײַנען יענעם אָוונט ניט געקומען אויפֿן קאָנצערט. דער זאַל פֿון דער ווילנער פֿילהאַרמאָניע איז געווען האַלב־פּוסט און די צושויער האָבן מיט טרויעריקער אויפֿרעגונג געוואַרט אויף דער מינוט, ווען זיי וועלן זיך טרעפֿן אויג אויף אויג מיטן קאָמפּאָזיטאָר. אָט האָט ער זיך באַוויזן אויף דער בינע, און אַלעמען איז געוואָרן פֿריילעך: די שפּעלטלעך פֿון זײַנע פֿאַרזשמורעטע אויגן האָבן געשמייכלט, ס׳האָבן געשמייכלט זײַנע ציין און זײַנע קליינע, סטאַרטשענדיקע אויערן, און די דרעטלעך פֿון זײַנע גרויע האָר אַרום דעם שטערן האָבן, דאַכט זיך, אויך געשמייכלט.

אַ קליינוווּקסיקער, מיט אַ רונדן פּנים, איז ער פֿלינק צוגעלאָפֿן צום פֿאָרטעפּיאַן, מיט איין מאַך פֿון דער האַנט זיך דורכגעלאָפֿן איבער דער קלאַוויאַטור, און ס׳האָבן זיך אַ קײַקל געטאָן קלאַנגען פֿון אַ פּאָפּורי פֿון באַקאַנטע לידער.

דאָס אַלץ איז געשען צו גיך, דער קאָמפּאָזיטאָר האָט געיאָגט פֿאָרויס יאָרן און זכרונות, די צושויער האָבן, מסתּמא, געוואָלט אַ רוף טאָן: "שטעלט זיך אָפּ, לאָזט בלײַבן אַ ווײַלע מיטן ליד!.."

— אָבער דאָס איז נאָך פֿאָרגעשטאַנען.

אָפּגעשפּילט שטיפֿעריש בײַם קלאַוויר, האָט ער אָנגעהויבן ריידן. ער האָט דערציילט, ווי איין מאָל, בעתן בירגערקריג אין רוסלאַנד, האָט אַ יונגיטשקער רויטאַרמייער, קליין אין וווּקס, אָבער בריהש און בראַוו, זיך געשטעלט פֿאַרן אַרמיי־קאָמאַנדיר בודיאָני און אויסגעזונגען אים אַ ליד, וואָס ער אַליין האָט פֿאַרפֿאַסט צו די ווערטער פֿון אַ פּאָעט. בודיאָני האָט, לויבנדיק אים, געזאָגט: "איצט וועט אונדזער רומפֿולע קאַוואַלעריע האָבן איר אייגענעם מאַרש".

דער קאָמפּאָזיטאָר האָט עס דערציילט, און די ווערטער האָבן, אויך גראַסירנדיק אין זײַן מויל, זיך געקײַקלט צום עולם.

אָבער באַלד האָט ער זיך ווידער צוגעזעצט צום קלאַוויר, גענומען עטלעכע אַקאָרדן, אָנגעהויבן זינגען, און זײַן קול האָט געקלונגען אומדערוואַרט יונג.

"מיר, רויטע קאַוואַלעריע" — זינגט דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון דער בינע. אַ פֿעסטער, אָפּגעברענטער מאַנצביל מיט גרויע שלייפֿן אין דער דריטער ריי פֿון זאַל הערט קוים די ווערטער. די מעלאָדיע טראָגט אים אַריבער אין אַ ווײַטן יוני־טאָג פֿון יאָר 1940, ווען ער, אַן אַרעסטירטער און געפּײַניקטער אין קעלער פֿון ליטווישן פּאָליציי־באַצירק, איז געשטאַנען אָנגעשפּאַרט אָן אַ וואַנט, ווײַל ניט אויף דעם צעממיתטן רוקן, ניט אויפֿן בויך האָט ער זיך געקאָנט לייגן. ער האָט געשוויגן און דערמיט דערפֿירט ביז ווילדער אויפֿרעגונג די "פֿאַראַאָנען" (אַזוי פֿלעגט מען רופֿן די פֿעסטע און הויכע ליטווישע פּאָליציאַנטן), וואָס האָבן פֿון אים ניט געקאָנט אויספּרעסן קיין איין וואָרט. געוואָלט האָבן זיי, אַז ער זאָל זאָגן און אונטערשרײַבן, אַז די יוגנט, וואָס איז געשטאַנען לענגויס דער גאַס און באַגריסט מיט בלומען די קאָלאָנעס רויטאַרמייער, האָט פּראָטעסטירט קעגן זייער אַרײַנגיין אין שטאָט און געשטערט זיי צו גיין. ער איז געשטאַנען אָנגעשפּאַרט אָן דער וואַנט און צום סוף געזאָגט: "גוט, איך וועל אונטערשרײַבן". און האָט צוגעשריבן אין ווינקל פֿון דעם טעקסט, וועלכן זיי האָבן געהאַט צוגעגרייט: "דאָס איז אַ ליגן און אַ נידערטרעכטיקע פּראָוואָקאַציע".

אין יענע שוידערלעכע מינוטן האָט ער, אַ צעווייטיקטער, אין שטילשווײַגן, פֿאַר זיך געזונגען אַ ליד מיט דער זעלבער מעלאָדיע, וואָס האָט איצט געקלונגען פֿון דער בינע, פֿון מויל פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר, אָבער מיט אַנדערע ווערטער און אין אַן אַנדער שפּראַך, אין ייִדיש. ער האָט געזונגען:

עס ציִען פֿעלדער זיך און וועלדער
ווײַט און ברייט,
ס׳פֿלאַמט דער מיזרח, ס׳פֿלאַמט דער מערבֿ
בלוטיק רויט,
און גייען מיר, און גייען מיר, און גייען מיר
אין שלאַכט,
דער פֿינפֿעקיקער שטערן אונדז באַלײַכט
די נאַכט...

דאָס איז געווען דער הימן פֿון אומלעגאַלן קאָמיוג, וועלכן די יונגע קעמפֿער קעגן פֿאַשיזם פֿלעגן זינגען. און דער אַרעסטירטער איז געווען זייער אָנפֿירער.

די פֿרוי, וואָס איז איצט געזעסן לעבן אים אין דער דריטער ריי, האָט מיט איין בליק פֿון אירע פֿאַרמאַטערטע אויגן אויפֿגעכאַפּט זײַנע געדאַנקען און אַרויפֿגעלייגט איר האַנט אויף זײַן עלנבויגן. זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דעם קאָמפּאָזיטאָרס ליד האָט צוריקגעבראַכט איר מאַן צו זייער ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט און האָט זיך אַליין אויך פֿאַרטיפֿט אין די לידער, וואָס האָבן געקלונגען פֿון דער בינע — "דרײַ טאַנקיסטן", "מאָסקווע אין מײַ..."

"שטעל זיך אָפּ, קאָזאַטשקע יונגע בײַ דעם פּלויט" — זינגט מיט זעלנערישער צערטלעכקייט דער קאָמפּאָזיטאָר, און פֿאַר די אויגן פֿון דער פֿרוי וואַכט אויף פֿון אַמאָל, פֿון אירע שוליאָרן, אַ ליכטיק פּנים פֿון אַן אַרבעטער־ייִנגל, אַ חבֿר פֿון אַ קרײַז גאָר יונגע פּאָעטן. "יונגוואַלד" האָט געהייסן דער קרײַז, און ער, הירשקע גליק, איז געווען דער פֿעיִקסטער פֿון זייער גרופּע. הערנדיק איצט פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר דאָס דאָזיקע ליד, הייבט זי אָן שפּירן, ווי צוגעפּאַסט די מעלאָדיע איז צו זײַנע ייִדישע ווערטער. זי פֿאַרשטייט, פֿאַרוואָס הירש גליקס חבֿרים פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג אין ווילנער געטאָ, אין די שרעקלעכע יאָרן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע, האָבן אויסגעקליבן דווקא דעם ניגון צו זײַן ליד "זאָג ניט קיין מאָל..." דאָס ליד איז אין יענער פֿינצטערער צײַט געווען דורכגעדרונגען מיט אַנטשלאָסנקייט אין קאַמף און מיט טראַגישן אָפּטימיזם.

ס׳וועט די מאָרגנזון באַגילדן אונדז דעם הײַנט,
און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿײַנד,
נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון און דער קאַיאָר,
ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור

האָט געשריבן הירש גליק. ער איז אומגעקומען מיט דער מעלאָדיע פֿון דמיטרי פּאָקראַס, אָבער זײַן ליד איז אָנערקענט געוואָרן פֿאַרן הימן פֿון ייִדישן ווידערשטאַנד און לעבט ביז הײַנט צו טאָג.

...די פֿרוי אין דער דריטער ריי קוקט אויפֿן קאָמפּאָזיטאָר און קלערט: צי ווייסט ער, אַז די לידער זײַנע האָבן אין די לאַנגע יאָרן פֿון זייער עקזיסטענץ געביטן די ווערטער, אָבער אין שווערע מינוטן געבליבן צו מענטשן געטרײַ, ווי פֿונקען פֿון האָפֿענונג? צי האָט ער ווען עס איז געהערט זײַנע מעלאָדיעס מיט ווערטער אין אַנדערע שפּראַכן?

— איך וועל אַרײַנגיין הינטער די קוליסן, — האָט זי געזאָגט צו איר מאַן בעת דער הפֿסקה פֿון קאָנצערט. — איך וועל אַרײַנגיין און אים דערציילן, ווי מיר האָבן אין די אומלעגאַלע צײַטן געזונגען, ווי אַ הימן, זײַן "מאַרש פֿון בודיאָני" מיט אַנדערע ווערטער, אויף ייִדיש.

— מען דאַרף ניט, עס פּאַסט ניט, — האָט זי אָפּגעהאַלטן דער מאַן.

זי האָט זיך אַ ווײַלע געקווענקלט, אָבער אַוועק און נאָך באַוויזן דאָס צו דערציילן דעם קאָמפּאָזיטאָר. זי האָט אים אויך געוואָלט זאָגן וועגן הירש גליקס ליד מיט זײַנער אַן אַנדער מעלאָדיע, אָבער די הפֿסקה האָט זיך געענדיקט.

און אָט איז דמיטרי פּאָקראַס ווידער אויף דער בינע. די שפּעלטלעך פֿון זײַנע אויגן, זײַנע פֿריילעך־סטאַרטשענדיקע גרויע האָר אַרום דעם שטערן, זײַן גאַנצע פֿלינקע, באַוועגלעכע געשטאַלט אָטעמט מיט מונטערקייט, ווי זי וואָלט ניט געטראָגן אויף זיך דעם יאָך פֿון אַזעלכע לאַנגע און אַזעלכע פֿאַרשיידענע יאָרן. ער זינגט און באַמערקט טרערן אין די אויגן פֿון אַ מאַנצביל אין דער דריטער ריי, און דערקענט די פֿרוי, וואָס איז צו אים אַרײַן הינטער די קוליסן. אירע ליפּן באַוועגן זיך שטיל, זי זינגט מיט, עס זינגען מיט פֿאַר זיך אויך אַנדערע. אָט זײַנען זיי — זײַנע צושויער, זײַנע צוהערער, זײַנע מיליאָנען. דאָ, אין דעם האַלב־פּוסטן זאַל...

— ווייסט וואָס, לאָמיר נאָך אַ מאָל אַרײַנגיין צו אים, — זאָגט צו איר מאַן די פֿרוי, ווי נאָר ס׳קלינגט אָפּ דאָס לעצטע ליד. — לאָמיר אים אײַנלאַדן צו זיך, מאַכן אַ גלעזל טיי, רופֿן אונדזערע חבֿרים. מיר וועלן זינגען זײַנע לידער און אים וועט זײַן אָנגענעם.

דעם מאַן האָט געבראַכט אין פֿאַרלעגנהייט די ענערגישע איניציאַטיוו פֿון זײַן פֿרוי. נאָר וואָס האָט ער אויפֿגעוואַכט פֿון זײַן אויפֿרודערונג, פֿון דעם געפֿיל פֿון נאָענטקייט צום קאָמפּאָזיטאָר, וועלכער האָט אים צוריקגעבראַכט צו זײַנע יונגע יאָרן. אָבער דאָס האָט זיך געענדיקט, דער פֿאָרהאַנג האָט זיך אַראָפּגעלאָזט, אין זאַל איז געוואָרן ליכטיק און אים, דעם וועטעראַן, וואָס איז אַדורך דורך טורמעס און שלאַכטן, איז איצט געוואָרן שווער אַריבערצוטרעטן דעם באַריער פֿון אומדרייסטקייט צווישן דער גרויסקייט פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר און דער אייגענער וואָכעדיקייט.

די פֿרוי, וואָס האָט זיך אונטערגעגעבן דער פֿאַרלעגנהייט פֿון איר מאַן, האָט שפּעטער לאַנג באַדויערט, וואָס זי האָט ניט געפּרוּווט אויסנוצן די געלעגנהייט דורכצופֿירן אַזאַ אָוונט און געוויס דערמיט אויך דערפֿרייען דעם טיילווײַז פֿאַרגעסענעם, כאָטש, ווײַזט אויס, ניט פֿאַראומערטן באַיאָרטן קאָמפּאָזיטאָר.