קולטור
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ פֿעסטיוואַל פֿון טראַדיציאָנעלע באַסקישע טענץ אין רענטעריע, אינעם באַסקישן ראַיאָן
אַ פֿעסטיוואַל פֿון טראַדיציאָנעלע באַסקישע טענץ אין רענטעריע, אינעם באַסקישן ראַיאָן

די לייענער פֿון מײַנע חודשלעכע אַרטיקלען ווייסן שוין זיכער אַז ווען איך שרײַב וועגן קליינע ניט־ייִדישע פֿעלקער און זייערע לשונות, טו איך דאָס בלויז ווײַל איך מיין אַז מיר קענען זיך פֿון זיי אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל לגבי ייִדן און ייִדיש. אין אָט דעם כּלל פּאַסן זיך אויך אַרײַן די ווײַטערדיקע באַמערקונגען וועגן די באַסקן און באַסקיש. וועגן זיי האָב איך טאַקע געשריבן איינע פֿון מײַנע ערשטע אַרטיקלען פֿאַרן "פֿאָרווערטס", מיט קנאַפּע 15 יאָר צוריק ("באַסקן עליך שפּאַניע!).

באַסקיש איז אַ לשון וואָס האָט אין ערגעץ ניט אין אייראָפּע קיין שום קרובֿים. דאָס לשון געפֿינט זיך איזאָלירט אין צפֿון־שפּאַניע און אין דרום־פֿראַנקרײַך, אויף ביידע זײַטן פֿון די הויכע פּירענייער בערג. איך בין אַ פּלאַטאָנישער ליבהאָבער פֿון די באַסקן און פֿון באַסקיש שוין מכּמה יאָרן, פֿון זינט זיי האָבן בעתן שפּאַנישן בירגערקריג (1936—1939) אַרויסגעוויזן אַ העלדישן ווידערשטאַנד קעגן די פֿאַשיסטישע כּוחות אונטער פֿראַנציסקאָ פֿראַנקאָן, וועמען היטלער און מוסאָליני האָבן געשטיצט מיט כּל־מיני מאָדערנע שבמאָדערנע געווער. די באַסקן זענען געווען די סאַמע לעצטע "רעפּובליקאַנישע" כּוחות זיך אונטערצוגעבן און זייער מוטיקער פּאַראָל "נאָ פּאַסאַראַן!" (זיי וועלן ניט דורכגיין!) קלינגט מיר נאָך אַלץ אין די אויערן. איך האָב זיך דעמאָלט, ווי אַ בחורל פֿון נאָך ניט קיין 10 יאָר, פֿאַרליבט אין זיי און אין זייער אויסטערליש לשון, וואָס האָט ניט קיין שום שײַכות צו קיין שום אַנדערער שפּראַך אין דער וועלט און איז משמעות אַן איבערבלײַב נאָך פֿון די צײַטן פֿון די אַלטע היילמענטשן (Cavemen), דאָס הייסט, פֿון נאָך איידער די אוראַלטע אינדאָ־אייראָפּייער האָבן פֿון טיף־אַזיע איבערגעוואַנדערט קיין אייראָפּע מיט טויזנטער יאָרן צוריק.

בימי דער קורץ־דויערנדיקער "שפּאַנישער רעפּובליק", איידער פֿראַנקאָס אויפֿשטאַנד, האָבן די באַסקן געוווּנען די אויטאָנאָמיע פֿאַר וועלכער זיי האָבן לאַנג געהאַט געקעמפֿט אונטער די "קאַסטילישע מלכים". פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿראַנקאָ האָט די באַסקישע אויטאָנאָמיע בטל געמאַכט און נאָך דערצו גערודפֿט די באַסקן פֿאַרן האָבן אַזוי לאַנג פֿאַרצויגן דעם ווידערשטאַנד קעגן אים, אַפֿילו קעמפֿנדיק גאַנץ אַליין, קעגן, די דורך דײַטשן און איטאַליענער געשטיצטע אויפֿשטענדלער. אַ טייל פֿון פֿראַנקאָס נקמה איז געווען אַבסאָלוט צו אַסרן דאָס באַנוצן זיך מיט באַסקיש אין דער עפֿנטלעכקייט. פֿאַרן עובֿר זײַן אויף אָט דעם לאַוו בפֿרהסיא איז מען באַשטראָפֿט געוואָרן מיט לאַנגע יאָרן פֿאַרשיקונג. און אַפֿילו דאָס איז ניט געווען גענוג צו שטילן דעם כּעס פֿונעם אַכזר. באַסקיש האָט מען ממש אויסגעלאַכט און אויסגעזידלט צוליב אירע כּלומרשט "חייִשע קלאַנגען", משמעות זי איז אַפֿילו בכלל ניט קיין מענטשלעך לשון, נאָר אַ לשון פֿון בעסטיעס וואָס גייען אַרום פֿאַרשטעלט ווי מענטשן. שפּעטער, ווען איך בין געוואָרן גוט באַקאַנט מיט דער השׂכּלהס פּעך־און־שוועבל־זידלערײַען אויפֿן חשבון פֿון ייִדיש, האָב איך דערנאָך גרינג דערקענט זייער ענלעכקייט צו פֿראַנקאָס זידלערײַען קעגן באַסקיש. ביידע האָבן זיי אפֿשר אַפֿילו געהאַט דעם זעלבן דײַטשישן מקור.

ווי האַלט עס איצט מיט באַסקיש?

די באַסקן זענען לפֿי־ערך אַ קליין פֿאָלק און די גאַנצע באַפֿעלקערונג פֿון דער אויטאָנאָמער געגנט ציילט איצט וואָסערע פֿיר מיליאָן אײַנוווינער. דאָס רעכנט שוין אַרײַן די גרויסע צאָל שפּאַניש־רעדנדיקע, דאָס הייסט, אי די "פֿאַרשפּאַנישטע באַסקן" וואָס וווינען שוין דאָרטן יאָרן (און אַפֿילו דורות) לאַנג, אי די אימיגראַנטן וואָס פֿליסן כּסדר אַרײַן אין דער באַסקישער געגנט פֿון שפּאַניע. די באַסקישע געגנט איז אַ רײַכע, מיט גרויסע קויל־ און אײַזן־רעסורסן און, דעריבער, איז זי אויך רײַך מיט פֿאַבריקן, עקספּאָרט־געשעפֿטן און האַפֿנס וואָס שטעלן אָן און ציִען צו שווערע טויזנטער אַרבעטער פֿון איבערן גאַנצן לאַנד.

די הויפּט־פּראָבלעם פֿונעם באַסקישן לשון איז אַ צווייפֿאַכיקע: ווי אַזוי "באַסקיזירט" מען די שפּאַניש־רעדנדיקע און אין דער זעלבער צײַט, ווי אַזוי שטויסט מען זיי ניט אָפּ, כּדי זיי זאָלן חלילה ניט ווערן קיין אײַנגעפֿעסטיקטע אָפּאָזיציע צו דער פֿאַרשפּרייטער באַסקיזאַציע־פּראָגראַם פֿון דער אויטאָנאָמער געגנט. די שפּאַניש־רעדנדיקע ווערן כּסדר אויך געשטיצט דורך דער צענטראַלער רעגירונג אין מאַדריד און שפּאַניש ("קאַסטיליאָניש") איז אויך אַן "אָפֿיציעל לשון" אין דער באַסקישער געגנט (ווי אומעטום אין שפּאַניע), אַזוי אַז ממש צווינגען צו רעדן אָדער קענען באַסקיש קען מען קיינעם ניט. בעת שפּאַניש קענען דאָך ממש אַלע. אונטער אָט די באַדינגונגען איז עס אַ היפּשער אויפֿטו וואָס אַ קאַפּעלע מער ווי אַ פֿערטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון דער אויטאָנאָמער געגנט אין עלטער פֿון 16 יאָר און העכער איז אַקטיוו צוויישפּראַכיק. צווישן ייִנגערע, וואָס זענען דורכגעגאַנגען (אָדער האַלטן בײַם דורכגיין) די אָבליגאַטאָריש־צוויישפּראַכיקע שולסיסטעם, איז אָט דער פּראָצענט אַ שפּאָר ביסל העכער, און צום העכסטן איז ער צווישן קליינוואַרג וואָס וואַקסן אויס בײַ יונגע אַקטיוו צוויישפּראַכיקע טאַטע־מאַמעס (אַזש ביז מער ווי 50%). דאָס איז די "האַלבפֿולע גלאָז" פֿון באַסקיש הײַנט צו טאָג. און וואָס ווײַטער עס קומען צו מער און מער די יונגע דורות, דערוואַרט מען, אַז די האַלבפֿולע גלאָז זאָל ווערן פֿולער און פֿולער. הלוואַי!

וואָס זענען די הויפּט־גורמים פֿונעם וווּקס פֿון באַסקיש?

מיט דעם גאַנצן באַסקיזאַציע־פּראָצעס פֿירט אָן אַן אָפּטייל פֿון דער געגנטלעכער אויטאָנאָמער רעגירונג: דער "סעקרעטאַריאַט פֿון לשון־פּאָליטיק" ("פּאָליטיק" אינעם זין פֿון Policy און ניט דווקא פֿון Politics). צווישן די הויפּטמיטלען פֿון באַסקיזאַציע זענען: (1) די שולן פֿאַר קינדער, יוגנט און דערוואַקסענע. כאָטש אַפֿילו בימי פֿראַנקאָ האָבן פֿונקציאָנירט צענדליקער באַהאַלטענע, אומלעגאַלע, "יוסטעגיס" (שולן) פֿאַר קינדער און יוגנטלעכע, שולן וואָס זענען געווען פּעדאַגאָגיש זייער עפֿעקטיוו אַוועקגעשטעלט, און כאָטש די הײַנטיקע נאָכגייער פֿון יענע שולן (און אַפֿילו זייערע עקוויוואַלענטן פֿאַר דערוואַקסענע) רעכענען זיך פֿאַר זייער הצלחהדיקע (פּונקט אַזוי ווי די אולפּנים אין ישׂראל), זענען אָבער לערן־אינסטיטוציעס אַליין ווײַט ניט גענוג אויף צו מאַכן רעדעוודיק אויף "זייער" לשון אַ באַפֿעלקערונג וואָס רעדט שוין פֿון פֿריִער אַן אַנדער שטאַרקער און מער חשובֿ לשון. דערמאָנט זיך נאָר ווי אונדזערע חדרים און ישיבֿות האָבן געלערנט לשון־קודש אין משך פֿון יאָרהונדערטער מיט מאַנצבילן קליין און גרויס, נאָר אויף צו דערפֿירן די וואָס לייענען און פֿאַרשטייען לשון־קודש ביז צו נעמען רעדן אויף לשון־קודש זענען זיי ערשט ס'רובֿ ניט דערגאַנגען. זיך לערנען, זיך דערלערנען, און זיך צערעדן אויף אַ לשון זענען גאָר אַנדערע צילן און אַנדערע דערגרייכן! פֿאָרט, מען קען ניט לייקענען, אַז די באַסקישע שולן האָבן פֿאַרשפּרייט אַ פּאַסיוון וויסן פֿון דער משונה־שווערער און משונה־אַנדערשדיקער באַסקישער שפּראַך איבער דער לענג און איבער דער ברייט פֿון באַסקנלאַנד, און דאָס איז ניט קיין קליינער אויפֿטו (מכּל־שכּן פֿאַר אַ לשון, וואָס איז אויסגעלאַכט געוואָרן און האָט שוין אין אַ סך געגנטן געהאַלטן אין גוססן). אמת, דער פּראָצענט באַסקיש־רעדנדיקע וואַקסט כּסדר, נאָר אַפֿילו הײַנט, נאָך אַ דריטל יאָרהונדערט פֿון גרויס אָנשטרענג און עקשנותדיקייט, רעדן באַסקיש נאָר אַ קאַפּעלע מער ווי 40% פֿון דער גאַנצער באַסקישער באַפֿעלקערונג.

אַ שטיקל נחמה זעט מען אין דעם וואָס צווישן די סאַמע ייִנגסטע שולקינדער און צווישן פּיצעלעך פֿון נאָך פֿאַרן שולעלטער בכלל, שטײַגט דער פּראָצענט באַסקיש־רעדער ביז עטוואָס איבער 50%. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווענדט זיך זייער שטאַרק דאָס יוגנטלעכע און קינדערשע באַסקיש־רעדן אין דעם צי ביידע עלטערן זענען באַסקיש־רעדנדיקע, ווײַל טאָמער ניט, איז דער פּראָצענט באַסקיש־רעדנדיקע צווישן זייער קינדוואַרג שוין גאָר אַ קנאַפּער. דאָס פֿירט אונדז שוין אַרײַן אין דער נאָך וויכטיקער טעמע:

פֿאַקטאָרן מחוץ דער שול וואָס קענען משפּיע זײַן אויף דער באַפֿעלקערונג זיך צו באַנוצן וואָס מער מיטן באַסקישן לשון.

היות ווי ממש די גאַנצע באַפֿעלקערונג לערנט זיך באַסקיש, כאָטש עטלעכע יאָרן לאַנג, אין משך פֿון די שוליאָרן זייערע, נאָר בלויז אַ העלפֿט פֿון זיי ווערן דערנאָך באַסקיש־רעדער, זוכט דער "סעקרעטאַריאַט פֿון שפּראַך־פּאָליטיק" מיטלען און אופֿנים צו אַקטיוויזירן די באַסקיש־קענטענישן וואָס אַ סך פֿאַרמאָגן, נאָר זיי לאָזן אָט די קענטענישן אײַנדרימלען נאָכן גראַדויִרן פֿון דער שול און, לסוף, לגמרי פֿאַרלוירן גיין. צווישן אָט אַזעלכע "מיטלען און אופֿנים" געפֿינען מיר די זומער־לאַגערן פֿאַר דערוואַקסענע וואָס ווערן געפֿירט אין גאַנצן אויף באַסקיש (אַזוי ווי למשל די "ייִדישוואָך" בײַ די יוגנטגרופּניקעס, נאָר אָפֿטער און אינטענסיווער), און אויך די באַסקיש־רעדנדיקע וואַנדער־נסיעות איבער די גרינע בערג און טאָלן פֿון באַסקנלאַנד, די באַסקיש־רעדנדיקע ספּאָרט־מאַנשאַפֿטן פֿאַר נאָכשול־יוגנט און דערוואַקסענע און, דער עיקר, די "עקזאַמענס". אויב די שולן און קורסן זענען דער ערשטער גרויסער גורם אינעם אויפֿהאַלט און שטאַרקונג פֿון באַסקיש, איז דער צווייטער גרויסער גורם די שפּראַך־עקזאַמענס דורך וועלכע די רעגירונג און קוואַזירעגירונג־אינסטאַנצן קענען אָפּשאַצן וויפֿל באַסקיש (און ווי גוט ס'איז דאָס באַסקיש) וואָס אַ יחיד קען.

אַלע שטעלן זיך צו די עקזאַמענס

צי ווילט איר אַ העכערונג אין סטאַזש צי אין שׂכירות? אַדרבא, לאָזט זיך עקזאַמענירן מצד דער רעגירונגס־עקזאַמען־אינסטאַנץ און אויב איר קענט "גענוג" באַסקיש (לכל־הפּחות, מער ווי דאָס לעצטע מאָל ווען מען האָט אײַך עקזאַמענירט), וועט איר באַקומען די נייטיקע רעקאָמענדאַציעס. צי ווילט איר אַרײַן אין אוניווערסיטעט, צי זיך פֿאַרשרײַבן אויף אַן אינטערעסאַנטן קורס (אַפֿילו אַ טאַנצקורס), צי פֿאָרן אויף אַ סובסידירטער וואַקאַציע, צי באַקומען אַ הלוואה כּדי צו קויפֿן זיך אַ דירה, צי באַנײַען דעם פּאַספּאָרט כּדי אַפּצושטאַטן אַ האַלב־באַצאָלטן וויזיט בײַ אײַערס אַ מומע וואָס וווינט אין דעם באַסקישן טייל פֿון דרום־מערבֿ־פֿראַנקרײַך (אויף "יענער זײַט" פֿון דער גרענעץ, צי צפֿון צו פֿון די הויכע פּירענייער בערג), צי דאַרפֿט איר חלילה אַרײַן אין אַ שפּיטאָל און איר ווילט ספּעציעל גוטע באַהאַנדלונג? עקזאַמענס, עקזאַמענס, און ווידער אַ מאָל עקזאַמענס! און יעדעס מאָל פֿאָדערט מען אַ העכערן ניוואָ פֿון באַסקיש־קענערײַ ווי פֿריִער! און אויף אַזאַ מין אופֿן באַווירקט מען דעם עולם ניט צו פֿאַרגעסן דאָס באַסקיש וואָס מען האָט זיך אויסגעלערנט בעת דער יוגנט, אין דער שול. און אַרום דעם איז פֿאַראַן אַ גאַנצע אינדוסטריע: פֿון אײַנאָרדענען קורסן אויף די עקזאַמענס, צוגרייטן לערער אויף די קורסן, דרוקן טעקסטביכער פֿאַר די קורסן, דרוקן פּראָבע־עקזאַמענס מען זאָל זיך אַליין קענען גרייטן צו די עקזאַמענס און ניט דאַרפֿן אויסגעבן די שטענדיקע הוצאה פֿון איין עקזאַמען נאָך אַן אַנדערן, אאַז"וו. ווען דער עולם געפֿינט אויס, אַז איר זענט געווען אַ מאָל אין ישׂראל, מאַכט מען דערפֿון אַ גאַנצן צימעס. ניט אַזוי צוליב אַהבֿת־ישׂראל גופֿא (קיין שׂינאת־ישׂראל האָב איך טאַקע בײַ קיינעם פֿון די באַסקן קיין מאָל ניט געפֿונען), נאָר צוליבן דעם דאָרטיקן תּחית־הלשון! אַ חוץ אַלעמען קוקט מען מיט גרויס באַוווּנדערונג אויף דער ישׂראלדיקער פֿעיִקייט זיך צו שטעלן קעגן און זיך צו באַשיצן קעגן אַלע שׂונאים און מען באַרימט זיך, אַז בעת דער אינקוויזיציע אין דער מיטל־עלטערלעכער שפּאַניע האָבן די באַסקן פֿאַרטיידיקט און געראַטעוועט אַלע "זייערע" ייִדן און קיין מאָל ניט פֿאַרקויפֿט דעם אַלטן ייִדישן בית־עולם אין וויטאָריאַ־גאַסטייס (אַפֿילו פֿראַנקאָ האָט אָפּגעהיט יענעם אָפּמאַך). כאָטש דער אַלטער בית־עולם געפֿינט זיך שוין אין דער נײַער צײַט ניט אויף יענער זײַט פֿון דער שטאָטוואַנט, ווי גאָר אַמאָל בעת דער אינקוויזיציע, נאָר אין סאַמע צענטער פֿון דער נײַער שטאָט, און דער באָדן דערפֿון איז שוין געווען ווערט אַ מטמון מיט געלט, האָבן צום 500סטן יוביליי פֿון גירוש־שפּאַניע די באַסקן געשיקט אַ דעלעגאַציע צום עלטסטן ייִשובֿ פֿון די אַמאָליקע יורדי־ספֿרד אין פֿראַנקרײַך (אין באַיאָן), כּדי צו בעטן רשות אָט יענעם בית־עולם מיטן אַרומיקן אַלטן ייִדישן שטאָטפֿערטל אָפּצוקויפֿן. האָבן די פּרנסים פֿון דער הײַנטיקער קהילה אין באַיאָן געענטפֿערט, אַז זיי וועלן דערלויבן דעם אַמאָליקן ייִדישן שטאָטפֿערטל בײַ זיי אָפּצוקויפֿן, נאָר אַז זיי האַלטן, אַז דער בית־עולם גופֿא בלײַבט זייערס און מען טאָר דאָרטן ניט בויען. און אַזוי איז געבליבן עד־היום און דער אַרומיקער פּאַרק הייסט הײַנט ווײַטער "מאָנטע כודיאַס" (דער ייִדישער באַרג). כאָטש אין וויטאָריאַ־גאַסטייס לעבן הײַנט שוין בכלל ניט קיין ייִדן, ווערט "דער ייִדישער באַרג" אָפּגעהיט ווי אַן אויג אין קאָפּ, אַזש אַ נחת אָנצוקוקן.

נאָר ווי האַלט עס פֿאָרט מיט באַסקיש?

אויב אויף שולן און קורסן קען מען זיך ניט פֿאַרלאָזן כּדי אַ לשון זאָל ווערן רעדעוודיק בפֿרהסיה, און אויב אויף עקזאַמענס מצד מלכות אויך ניט, טאָ אויף וואָס קען מען זיך יאָ פֿאַרלאָזן? דאָס איז שוין באמת ניט קיין גרינגע פֿראַגע אויף וועלכער צו געפֿינען אַן ענטפֿער (מכּל־שכּן אַ גרינגן ענטפֿער).

ליב האָבן און צוזאָגן... און ממש רעדן

פֿאַרשטייט זיך, אַז די באַסקיסטן טוען אויך אַלץ וואָס ס'איז נאָר מעגלעך כּדי די עפֿנטלעכע מיינונג לגבי באַסקיש זאָל זײַן אַזוי פּאָזיטיוו ווי נאָר מעגלעך. דאָס דערגייט אויף אַזוי ווײַט, אַז אין דער "אויטאָנאָמער באַסקישער געגנט" גיבן אָן צוויי מאָל אַזוי פֿיל מענטשן אַז זיי "האַלטן פֿון באַסקיש" ווי ס'איז דער פּראָצענט פֿון די וואָס גיבן אָן אַז זיי רעדן טאַקע אויף באַסקיש. אָבער, ווי מיר ווייסן בעוונותינו־הרבים, איז "ליב האָבן" ניט גענוג כּדי אַ לשון זאָל טאַקע לעבן אינעם טאָג־טעגלעכן משׂא־ומתּן פֿון אַ באַפֿעלקערונג. ייִדיש, למשל, האָבן אַ סך מער אַמעריקאַנער ייִדן הײַנט "ליב", פּראָפּאָרציאָנעל, ווי ווען ס'ניט איז אין משך פֿונעם לעצטן יאָרהונדערט. איז דאָס ווויל און גוט, וכן־ירבו, נאָר "קיין לעבן דערפֿון קען מען ניט מאַכן", ווײַל, פּראָסט און פּשוט, ס'איז אין דעם ניט פֿאַראַן קיין תּכלית. ניט אויף דעם זענען לשונות באַשאַפֿן געוואָרן, דאָס הייסט, ניט כּדי מען זאָל זיי ליב האָבן, נאָר אויף צום באַנוצן זיך מיט זיי ספּאָנטאַן, צווישן יחידים און בציבורים, כּדי צו קאָמוניקירן וועגן אַלץ "וואָס מען קען און וואָס מען וויל". איך רעד דאָ ניט וועגן קלאַסישע לייען־שפּראַכן, נאָר בפֿירוש וועגן רעדשפּראַכן. די ערשטע קענען ווײַטער לעבן אַפֿילו ווען קיינער רעדט זיי ניט, אָבער די לעצטע לעבן באמת נאָר אין זייער צווישן־יחידישן באַנוץ בעל־פּה. דאָס "אויפֿלעבן" ניט־גענוג־גערעדטע, דאָס הייסט, אייגנטלעך פֿאַרראַנדיקטע לשונות, איז גאָר אַ שווערער ענין און אויף דעם זענען נייטיק נאָך גרעסערע איניציאַטיוועס וואָס די באַסקיסטן האָבן זיך דערווײַל ניט אונטערגענומען, דהײַנו: אויפֿצושטעלן ייִשובֿים וואָס זענען באמת "שפּראַכנעסטן", דאָס הייסט, ייִשובֿים וועמענס אײַנוווינער זענען זיך מתחייבֿ רק און בלויז זיך צו באַנוצן מיטן לשון וואָס איז דערווײַל אין סכּנה.

שפּראַכנעסטן

אויף דער לעצטנס אָפּגעהאַלטענער "ייִדישוואָך" האָט זיך פֿאַר מיר פֿאָרגעשטעלט אַ יונגער־מאַן בזה־הלשון: "איך וויל אויסמײַדן די אירלאַנדיזאַציע (דאָס הייסט, דאָס גאַנץ ווײַט קענען, נאָר גאָר זעלטן זיך באַנוצן מיט אַ פֿאַרראַנדיקט לשון) פֿון ייִדיש דורך גרינדן שפּראַכנעסטן פֿאַר ייִדיש לויטן מוסטער פֿון די מאַאָריס אין נײַ־זילאַנד". מיט דעם איינעם זאַץ האָט ער מיך געפֿאַנגען, ווײַל איך האָב פֿאַר זיך דערזען אַ מענטשן וואָס ווייסט וואָס ער וויל, וואָס ער וויל ניט, און וווּ אַנדערע זענען געשטרויכלט געוואָרן. דאָס וואָס ער קען די סאָציאָלינגוויסטיק וועגן שפּראַכיקער השבֿת־אַבֿדה האָט אים בײַ מיר אין די אויגן אויך גאָר ניט געשאַט, נאָר פֿאַרקערט אים נאָך צוגעגעבן צו זײַן סטאַזש. דערווײַל זוכט ער אָבער אַ כּלה וואָס איז גרייט מיט אים מיטצוגיין אויף אַ לאַנגן און שווערן וועג און דערבײַ צו רעדן מיט אים אויף ייִדיש. האָב איך אים געוווּנטשן הצלחה אין זײַנע "ביידע זוכענישן" און געדאַנקט דעם בורא־עולם, וואָס צו די אַלע ציניקער וואָס די ייִדיש־סבֿיבֿה פֿאַרמאָגט נאָך אַלץ לרובֿ (ווײַל וווּ נאָך וואָלט מען אַזוי פֿאַרשוויגן זייער נעגאַטיוויזם, שוואַרצזעערײַ און אָפּלאַכערײַ ווי בײַ אַזעלכע וואָס אָדער דער גאַנצער ענין גייט זיי ניט אָן, אָדער וואָס זיי זענען שוין אַזוי פֿיל מאָל אַליין אַנטוישט געוואָרן און פֿאַרנאַרט געוואָרן, אַז זיי טרייסלען זיך שוין אָפּ דערפֿון?), קומט בײַ אונדז נאָך אַלץ אויף אַ יונגער דור וואָס איז גרייט לטובֿת ייִדיש אײַנצושטעלן און צוצולייגן זייערע יונגע פּלייצעס צום וואָגן, כאָטש מען איז ווײַט־ווײַט ניט זיכער צי ס'וועט זיך אײַנגעבן. "ווער ס'שטעלט ניט אײַן קען אויך ניט געווינען", זאָגט אַן ענגליש פֿאָלקסווערטל. די באַסקן זענען, לפֿי־דעתי, בלויז "האַלבוועגס דערגאַנגען" און האַלטן אַ סך נעענטער צו "אירלאַנדיזאַציע" ווי זיי אַליין מיינען אָדער פֿאַרשטייען בדרך־כּלל. די אַלע באַסקישע המצאָות (שולן, עקזאַמענס, אאַז"וו) זענען שוין אין אירלאַנד לאַנג אויפֿן שפּראַכיקן סדר־היום און זענען אין משך פֿון מער ווי 80 יאָר אין ערגעץ ניט דערגאַנגען, וואָס שייך איבערצײַגן ס'רובֿ אירלענדער, אַז זיי זאָלן ממש רעדן איינער צום אַנדערן אויף אירלענדיש (אַנשטאָט ענגליש). ס'זאָל זיי און אונדז אַלעמען נאָר צוקומען די רעשט וואָס עס פֿעלט נאָך, אי בײַ זיי, אי בײַ די באַסקן, אי בײַ אונדז! דערווײַל, וועל איך מתפּלל זײַן פֿאַר יענעם יונגן־מאַן, דעם מאמין־בייִדיש באמונה־שלמה. זאָל ער האָבן אַריכת־ימים און זיך ניט אונטערגעבן! און צו קיין שידוך וועט עס אים ניט שאַטן! אויף צעפּיקעניש האַראָלד בלום (וועמען דער ייִוואָ צעפּויקט, אומזיסט און אומנישט, אַזוי ווײַט און ברייט, ניט פֿאַרשטייענדיק אַפֿילו דעם בזיון וואָס ער טוט זיך דערבײַ אַליין אָן) און זײַנע בלויז האַלב־קלוגע, נאָר גאַנץ־אויסגעדראָשענע נאַרישע נבֿואות, אַז ייִדיש גייט אים אונטער ממש פֿאַר די אויגן, טוען די באַסקן און דער ערשט־דערמאָנטער ייִדיש־ענטוזיאַסט (צווישן אַ שפּאָר ביסל אַזעלכע זײַנס־גלײַכן וועמען איך טרעף פֿון צײַט צו צײַט בײַם יאָריקן "ייִדישוואָך"־אַרויספֿאָר פֿון "יוגנטרוף"), אַז מען קען נאָך וועגן ייִדיש זײַן מער פּאָזיטיוו און מער אָריגינעל ווי דעם גדלן בלומען פֿאַלט אַפֿילו אײַן. דער ייִוואָ וואָלט געמעגט, כ'לעבן, אַרײַנרופֿן עטלעכע באַסקישע אַקטיוויסטן און "ייִדישוואָכניקעס" אויף אַ קאָנסולטאַציע! ס'איז אפֿילו פֿאַר זיי און פֿאַר בלומען ניט צו שפּעט זיך אָפּצולערנען אַ קל־וחומר, און אפֿשר וואָלט זיך דערנאָך דער ייִוואָ־פֿאַרוואַלטער אַליין אַפֿילו סוף־כּל־סוף אויסגעלערנט אָצושרײַבן זײַן אייגענעם נאָמען מיט ייִדישע אותיות! ס'געשעען אַפֿילו אויך בײַם ייִוואָ נסים־ונפֿלאָות (כאָטש ניט אַזוי אָפֿט ווי בײַ ייִדיש גופֿא)!