פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די קאַנדידאַטן: ציפּי ליבֿני, בנימין נתניהו, אַביגדור ליבערמאַן און אהוד ברק
די קאַנדידאַטן: ציפּי ליבֿני, בנימין נתניהו, אַביגדור ליבערמאַן און אהוד ברק
Getty Images

ווער האָט "געוווּנען" די וואַלן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען הײַנטיקע וואָך צו דער 18טער כּנסת? — האָבן געפֿרעגט די אײַנוווינער פֿון ישׂראל, וועלכע האָבן מיט נײַגער אָפּגעוואַרט די דערווײַליקע רעזולטאַטן פֿון די מאָדעל־ אורנעס, נאָך דעם ווי זיי זײַנען די גאַנצע צײַט פֿון דעם וואַל־יאַריד געשפּײַזט געוואָרן מיט די זיך בײַטנדיקע רעזולטאַטן פֿון די פּובליק־טעסטן פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג און האָבן שוין קיין באַזונדערע איבערראַשונג נישט דערוואַרט.

ווי גרויס איז אָבער געוואָרן זייער איבערראַשונג, ווען די ציפֿערן, וואָס זײַנען געוואָרן אויפֿגעלויכטן אויף דעם טעלעוויזיע־עקראַן 10 אַזייגער בײַנאַכט גלײַך נאָכן שליסן די אורנעס, האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ דראַמאַטישן ספּעקטאַקל פֿון אַ טרויעריק־גראָטעסקישן געראַנגל. אַרויסגעקומען איז פֿון אים אַ קאָמפּליצירטער פּאָליטישער פּלאָנטער, אין וועלכן עס האָבן מנצח געווען דרײַ פֿון די פֿיר הויפּט־העלדן פֿון דער דראַמע. דער פֿערטער גיבור פֿון דער דראַמע, וועלכער איז פֿאַר דעם געקרוינט געוואָרן דורכן פֿאָלק ווי דער גיבור, וואָס האָט צען טעג פֿאַר דעם זיך צוריקגעקערט פֿון דעם שלאַכט־פֿעלד ווי דער מנצח אין דער מלחמה קעגן "כאַמאַס" אין עזה און האָט גענאָסן פֿון דער העכסטער נאַציאָנאַלער פּאָפּולאַריטעט — האָט אין דער פּאַרלאַמענטאַרישער מלחמה געליטן אַ ביטערע, אַ צעשמעטערנדיקע מפּלה.

אין דעם לעצטן אַקט פֿון דער דראַמע, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט הינטער די קוליסן פֿון דער פֿאָרשטעלונג, זענען די דרײַ זיגערס אויפֿגעטראָטן אין דעם העפּי־ענד, יעדער איינער אין דעם וואַל־שטאַב פֿון זײַן פּאַרטיי, און יעדער איינער פֿון זיי האָט אָנגעבאָטן דעם פֿאָלק זײַן חלק אין דעם נצחון: ציפּי ליבֿני, די פֿירערין פֿון "קדימה", האָט געוווּנען פֿאַר איר פּאַרטיי 28 מאַנדאַטן (גענוי וויפֿל זי האָט אין דער 17טער כּנסת) — ווי די גרעסטע פּאַרלאַמענטאַרישע פֿראַקציע. זי האָט מצליח געווען איבערצויאָגן דעם מנהיג פֿון "ליכּוד", בנימין נתניהו, וועלכער האָט אין משך פֿון די לעצטע צוויי חדשים פֿאַרלוירן צען פֿון זײַנע מער ווי דרײַסיק פֿאָרגעזאָגטע מאַנדאַטן; אָבער נתניהו, וועמען מען וואַרפֿט פֿאָר, אַז ער האָט געפֿירט אַ שלעכטע טאַקטיק אין זײַן וואַל־פּראָפּאַגאַנדע, האָט אין דעם לעצטן אַקט פֿון דער דראַמע באַזיגט זײַן קעגנערין אויפֿן טעלעוויזיע־עקראַן: ווען די באַריכט־מאַנשאַפֿט אין דער וואַל־פּראָגראַם פֿון דעם מלוכישן קאַנאַל האָט אָנגעזאָגט, אַז אָט גייט אויפֿטרעטן ציפּי ליבֿני מיט איר נצחון־רעדע — האָט אָבער זיך אַרײַנגעריסן און איז דערשינען אויפֿן עקראַן איר קעגנער ביבי נתניהו מיטן אָנזאָג, אַז דער מנצח אין די וואַלן איז נישט קיין אַנדערער, נאָר ער, ווײַל דעם מאַנדאַט אויפֿצושטעלן די נײַע רעגירונג באַקומט נאָר דער, וועלכער איז מסוגל צוזאַמענצושטעלן אַ קאָאַליציע, וואָס זאָל געווינען די צושטימונג פֿון דער כּנסת. און — לויט אַלע אויסרעכענונגען, האָבן די וואַלן געשאָנקען דעם בלאָק פֿון די רעכטע פּאַרטייען 65 מאַנדאַטן, — קעגנאיבער בלויז 55 מאַנדאַטן פֿון די "לינקע" און ליבעראַלע, בראָש מיט ציפּי ליבֿני. און ער האָט שוין אָנגעזאָגט, אַז דעם זעלבן אויפֿצומאָרגנס וועט ער זיך טרעפֿן מיטן מנהיג פֿון דעם רעליגיעזן "ש״ס", אלי ישי, וועלכער האָט פֿאַר די וואַלן געגעבן אַ גט דער קאָאַליציע מיט "קדימה" און האָט אַריבערגעפֿירט זײַן טרײַשאַפֿט צו דער קאָאַליציע פֿון "ליכּוד".

דער דריטער מנצח איז אבֿיגדור ליבערמאַן, וועלכער האָט אַריבערגעיאָגט די "עבֿודה" פֿון אהוד ברקן, און האָט אין זײַן נצחון־רעדע, וואָס איז טראַנסמיטירט געוואָרן פֿון זײַן פּאַרטיייִשן וואַל־שטאַב אַנגעמאָלדן, אַז ווערנדיק מיט זײַנע 15 מאָנדאַטן (כאָטש ער האָט געהאַט זיך פֿאַרמאָסטן אויף 20) די דריט־גרעסטע פּאַרטיי, האָט ער אין זיינע הענט דעם שליסל צו דער מאַכט, און דאָס וועט ער זײַן דער, וואָס וועט באַשטימען וועמען דער נשׂיא זאָל אָנטרויען דאָס צוזאַמענשטעלן די רעגירונג. מעגלעך, אַז ליבערמאַן, דער אַמאָליקער געהילף פֿון ביבי נתניהו און געוועזענער פֿאַרוואַלטער פֿון זײַן פּרעמיער־קאַנצעלאַריע, וועלכער איז געוואָרן זײַן ריוואַל, וועט פֿאָרלייגן זיך ווי דעם קאַנדידאַט פֿאַר דעם פּרעמיער־מיניסטער, ווען ער וועט גערופֿן ווערן צום מדינה־פּרעזידענט.

דער פֿערטער "אַקטיאָר" אין דער דראַמע, דער מנהיג פֿון "עבֿודה", אהוד ברק, וועלכער האָט "געשאָנקען" זײַן פּאַרטיי די שווערסטע מפּלה אין איר געשיכטע — די פּאַרטיי, וועלכע האָט געשאַפֿן און געשטאַלטיקט די מדינה און האָט פֿאַרוואַלטעט אין דער כּנסת מיט אַ פֿראַקציע פֿון 55 מאַנדאַטן אין די סוף 1960ער יאָרן און מיט 44 מאַנדאַטן אונטער דער אָנפֿירונג פֿון יצחק ראַבין מיט 16 יאָר צוריק, איז שוין צום צווייטן מאָל געפֿירט געוואָרן דורך אהוד ברק צו איר צעשמעטערונג. ער איז אָבער דאָס מאָל נישט אַנטלאָפֿן פֿון זײַן פּאַרטיי ווי אין דעם פֿריִערדיקן פֿאַל. ער האָט צוגעזאָגט צו גיין אין דער אָפּאָזיציע, נאָך דעם ווי ער האָט זײַן דעראָבערטע פּאָפּולאַריטעט ווי אַ קריגס־פֿירער נישט מצליח געווען צו דיסקאָנטירן לטובֿת זײַן פּאַרטיי אויף איר וועג צו שלום. דעם לעצטן טאָג פֿאַר די וואַלן האָט ער "געדראָט" די וויילער, אַז ער וועט נישט וועלן זײַן דער מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, אויב "עבֿודה" וועט נישט באַקומען קיין 20 מאַנדאַטן. זי האָט אָבער באַקומען בלויז 13, די איבעריקע זײַנען "אַנטלאָפֿן" צו "קדימה". נאָך אַ גרעסערע מפּלה האָט געליטן דער מר"צ, וועלכער האָט פֿון זײַנע איצטיקע פֿינף מאַנדאַטן באַקומען נאָר דרײַ.

אהוד ברק האָט אין זײַן רעדע אין דער נאַכט נאָך זײַן מפּלה גענומען אויף זיך די אַחריות און האָט צוגעזאָגט, אַז ער וועט גיין אין דער אָפּאָזיציע, כּדי אויפֿצוריכטן די פּאַרטיי. ער האָט אויך צוגעזאָגט, שוין נישט צום ערשטן מאָל, "צו לערנען פֿון די פֿעלערן". עס זעט אָבער אויס, אַז ער איז צו אינטעליגענט, כּדי צו לערנען פֿון דאָס נײַ. ברק דאַרף אָבער אויך נעמען אויף זיך די אַחריות פֿאַר דעם אומגעהויערן שאָדן, וואָס ער האָט — און דאָס אויך שוין צום וויפֿלטן מאָל — גורם געווען דעם געראַנגל פֿאַרן שלום.

שוין צום צווייטן מאָל האָט ער מיט זײַן פּאָליטיק דערפֿירט צום איבעררײַסן דעם גאַנג צום שלום אין די סאַמע גינסטיקסטע מאָמענטן, דורך איניציִיִרן צוגעאײַלטע וואַלן. קורץ נאָכן דורכפֿאַל פֿון די שלום־געשפּרעכן אין קעמפּ־דייוויד אין יאָר 2000 אין רעזולטאַט פֿון זײַן קאָמאַנדאָ־שיטה פֿון דיקטירטע באַדינגונגען, ווען די געשפּרעכן זענען ווידער פֿאָרגעזעצט געוואָרן אין טאַבאַ און אין שאַרם אַ־שייך, האָט ברק אומנייטיק פּראָקלאַמירט צוגעאײַלטע וואַלן, וואָס האָבן צוריקגעברענגט דעם "ליכּוד" צו דער מאַכט. אַזוי האָט ער אויך פֿאַראַיאָרן דערפֿירט אהוד אָלמערטן צו דעמיסיאָנירן און צו פּראָקלאַמירן די איצטיקע צוגעאײַלטע וואַלן — אין מיטן דעם פֿאָרשריט אין זײַנע שלום־באַמיִונגען, וואָס זײַנען צוליב די וואַלן געוואָרן איבערגעריסן און — עס איז אַ ספֿק, צי זיי וועלן נישט ווידער געשטרויכלט ווערן דורך דעם נצחון פֿון דעם רעכטן בלאָק בראָש מיט נתניהו און ליבערמאַן.

דעם איצטיקן ספּעקטאַקל האָט אָבער "צוגעגנבֿעט" אבֿיגדור ליבערמאַן, דער נײַער מיטרײַסנדיקער קאָשמאַר אויף דער פּאָליטישער אַרענע אין ישׂראל.

די נײַע, די 18טע כּנסת, איז געוויילט געוואָרן אין אַן אַטמאָספֿער און אין רעזולטאַט פֿון אַן אַלגעמיינער רעזיגנירטקייט, אין אַן אַטמאָספֿער פֿון ייִאוש לגבי די פּאָליטישע פּערספּעקטיוון פֿון דער מדינה און דער זיכערהייט פֿון אירע תּושבֿים — און האָט, אין רעזולטאַט פֿון דער "פֿריילעכער חגיגה" פֿון דעם וואַל־פֿאַרמעסט געבוירן נאָך אַ גרעסערע טרויעריקע צעטומלטקייט און ייִאוש, האָט נאָך מער צוגעהרגעט די שווער פֿאַרוווּנדיקטע האָפֿענונג. הגם פֿאָרמעל ווערן די וואַלן געפֿירט צווישן די פּאַרטייען, איז אָבער דער פֿאַרמעסט פֿאַקטיש געווען צווישן זייערע מנהיגים, וואָס זייער דערפֿאָלג איז געמאָסטן געוואָרן לויט דער צאָל מאַנדאַטן, וואָס די פּאַרטייען האָבן "אין זייער זכות" געוווּנען און זיי געשאָנקען זייערע מנהיגים פֿאַר זייער מלוכישער פֿונקציע — אָדער פּערזענלעכער פּאָליטישער קאַריערע.

צווישן די 33 וואַל־רשימות וואָס זענען דערלאַנגט געוואָרן צו דעם וואַל־פֿאַרמעסט און די 12 פֿון זיי, וואָס האָבן זיך אַײַנגעקראָגן אין דער 18טער כּנסת, האָבן זיך קיין נײַע מנהיגים נישט צוגעשטעלט, און קיין נײַע “סחורה", קיין נײַע פּערספּעקטיוון און קיין נײַע ברירות האָבן זיי נישט אַרויסגעשטעלט פֿאַר די צעטומלטע וויילער. קיינער פֿון די זיך פֿאַרמעסטנדיקע מנהיגים איז נישט פֿעיִק זיך צו דערהייבן צו אמתדיקער אויסשטראַלנדיקער פֿירערשאַפֿט. די פּאַרטייען האָבן פֿאַרוואָרפֿן אָדער "פֿאַרלוירן" זייערע אידעאָלאָגישע אני־מאמינס, די אידעאָלאָגישע גרענעצן צווישן זיי זײַנען געוואָרן פֿאַרווישט, עס האָט זיך צעהוליעט די פּאָפּוליסטישע דעמאַגאָגיע. דער פֿאַרמעסט האָט זיך געפֿירט אויף דער באַזע פֿון די פּערזענלעכע אייגנשאַפֿטן פֿון די מנהיגים, און האָט זיך באַזירט אויף דעם פֿאַרלוירן־געגאַנגענעם קאָלעקטיוון זכּרון פֿון די וויילער — ווי דאָס וואָלט געווען אַ געראַנגל צווישן אהוד און ציפּי און ביבי און ליבי — דעם אויסגעוואָקסענעם היפּער־סטאַר, די נײַע ליבערמאַנישע עפּידעמיע פֿון שאָוויניסטישן ראַסיזם, וואָס איז אויפֿגעקומען אויפֿן באָדן פֿון די לעצטע צוויי מלחמות אין דער איינער פֿאַרקירצטער קאַדענץ פֿון דער אָפּטרעטנדיקער כּנסת: אַ געשפּענסט, וואָס האָט אָנגעשטעקט, אַרומגעכאַפּט און מיטגעריסן די מדינה אַזוי ווי יענער קאָשמאַר פֿון אונדזער נישט ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט אין אייראָפּע.

אין אַ קאַריקאַטור, וואָס איז אין טאָג פֿון די וואַלן דערשינען אין ישׂראלדיקן "הארץ", ווערט ליבערמאַן פֿאָרגעשטעלט ווי אַ גרויסער שטאַרקער יונג מיט ברייטע אַקסלען, וועלכער שטייט פֿאַרן טויער פֿון דער כּנסת ווי אַ "סעלעקטאָר" פֿאַרן אַרײַנגאַנג אין אַ ביר־שענק און באַשטימט, וועמען יאָ און וועמען נישט אַרײַנצולאָזן אין דעם "פּאַב" (ווי אַ רמז וועגן זײַן יוגנטלעכער פֿאַרגאַנגענהייט, ווען ער איז געווען אַ "סעלעקטאָר", אַ זיכערהייט־שומר בײַ אַ פּאַב, ווי אויך אַן אָנהענגער פֿון כּהנא), בעת אין דרויסן פֿאַר דער כּנסת שטייען ביבי נתניהו און ציפּי ליבֿני און וואַרטן אויף זײַן אויסוואַל, וועמען פֿון זיי אַרײַנצולאָזן. ער אַליין, אבֿיגדור ליבערמאַן, וועלכער האָט מיט יאָרן צוריק געהאַט פֿאָרגעלייגט צו באָמבאַרדירן די אַסואַן־דאַמבע און צו פֿאַרפֿלייצן עגיפּטן, איז אויסגעוואַקסן ווי אַ פֿירער פֿון די "רוסישע עולים" אויף דער פֿאַרפֿלייצנדיקער ראַסיסטישער כוואַליע פֿון אָפּנעמען בײַ די אַראַבישע תּושבֿים די בירגערלעכע רעכט און נישט צולאָזן זיי שטימען צו דער כּנסת, פֿאַרלאַנגענדיק פֿון זיי צו שווערן טרײַשאַפֿט דער מדינה (אויף דער וועלט איז אָנגענומען, אַז אַן אײַנוואַנדערער איז מחויבֿ צו שווערן טרײַשאַפֿט דער קאָנסטיטוציע, און נישט דער מדינה). אָבער געגרויסט האָט זיך ליבערמאַן אין זײַנע רעדעס מיט דעם, אַז ער האָט זײַן וואַקסנדיקן דערפֿאָלג צו פֿאַרדאַנקען דער פּאָליציי, וועלכע פֿאָרשט אים ווי אַ פֿאַרדעכטיקטן אין שווינדלערײַען, און דעם קעגנערישן "ש״ס", וועמעס גײַסטיקער פֿירער, הרבֿ עובֿדיה יוסף, וועלכער האָט געוואָרנט די וויילער, אַז ווער עס וועט שטימען פֿאַר ליבערמאַנען, שטימט פֿאַר דעם סיטרא אחרא, דעם טײַוול...

בקיצור — אַ פֿריילעכע דראַמע מיט אַ צווייפֿלהאַפֿטן המשך.

תּל־אָבֿיבֿ, 11טער פֿעברואַר, 2009