פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אויפֿסנײַ־געוויילטע כּנסת — די 18טע לויט דער ריי — איז דערעפֿנט געוואָרן הײַנטיקע וואָך מיט 31 נײַע דעפּוטאַטן — אַ פֿערטל פֿון איר פּלענום, און מיט 21 פֿרויען — אַ פֿינפֿטל פֿון אים; די גרעסטע צאָל פֿרויען אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת. דאַקעגן צו דער רעגירונג, וועלכע דאַרף איצט אויפֿקומען, איז בראָש פֿון איר נאָמינירט געוואָרן דורך דעם מדינה־פּרעזידענט דער אָנפֿירער פֿון "ליכּוד", בנימין נתניהו. נישט ווײַל ער רעפּרעזענטירט, ווי עס איז געוויינלעך אָנגענומען אין דער פּאַרלאַמענטאַרישער פּראַקטיק, די גרעסטע פֿראַקציע אין דער כּנסת, נאָר ווײַל ער רעפּרעזענטירט דעם גרעסערן בלאָק פֿון די פּאַרטייען, וואָס זײַנען גרייט צו גיין מיט אים אין אַ קאָאַליציע און אים שטיצן בײַם אויפֿשטעלן די רעגירונג אונטער זײַן אָנפֿירונג.

ווי באַוווּסט, האָבן די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן צו דער כּנסת געשאָנקען אַ פֿאָרמעלן נצחון דער פּאַרטיי פֿון ציפּי לבֿני, "קדימה", וועלכע האָט באַקומען 28 מאַנדאַטן, און נאָר 27 דעם "ליכּוד". דעם אמתן נצחון האָט אָבער געוווּנען דער "ליכּוד", בראָש מיט נתניהו, ווײַל ער רעפּרעזענטירט דעם גאַנצן לאַגער פֿון די רעכטע פּאַרטייען, וועלכע האָבן צוזאַמען געוווּנען 65 מאַנדאַטן, קעגנאיבער די 55, וואָס עס האָט געוווּנען דער ליבעראַל־"לינקער" לאַגער און האָט אַזוי אַרום פֿאַרשפּילט דעם וואַל־געוועט צו דער מאַכט. דעם שליסל צו דער מאַכט האָט, ווי מיר האָבן שוין געשריבן אין אונדזער פֿאָריקן אַרטיקל (“פֿאָרווערטס", 13.02.09), געוווּנען אַבֿיגדור ליבערמאַן, דער מנהיג פֿון דער אויסגעוואַקסענער באַוועגונג "ישׂראל ביתּנו", וועלכע איז געוואָרן די דריט־גרעסטע פּאַרטיי מיט אירע 15 מאַנדאַטן (קעגנאיבער דער “עבֿודה" מיט אירע 13), און וועלכע האָט זיך געשטעלט הינטער נתניהו און געשאָנקען אים די רעקאָמענדאַציע אויפֿצושטעלן די נײַע רעגירונג.

אויבנאויפֿיק באַקומט זיך דער אײַנדרוק, אַז דער נצחון פֿון רעכטן לאַגער איז אַ קלאָרער און, אַז דערמיט איז אויך קלאָר די פּאָליטישע מאַפּע און די פּאָליטישע סיטואַציע פֿון דער מדינה. די פּאָליטישע "בערזע" האָט אָבער שוין אויפֿן ערשטן אויגנבליק דערזען דעם גרויסן פּאָליטישן פּלאָנטער, וואָס איז אויפֿגעקומען מיט אָט דעם וואַלן־אויסגאַנג. "דאָס פֿאָלק האָט פֿאַרקאָכט אַ קאַשע און געשאַפֿן אַ באַלאַגאַן" — האָט געשריבן אין איינער פֿון די היגע צײַטונגען דער קאָמענטאַטאָר פֿון די טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, וואָס האָבן געהאַלטן דאָס פֿאָלק אין דראַמאַטישער שפּאַנונג אין זייערע לויפֿנדיקע באַריכטן פֿון דעם וואַלן־יאַריד.

די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן האָבן געבראַכט אַ ראַדיקאַלע ענדערונג פֿון דעם "באַראָמעטער פֿון שטימונגען" און פֿון דער פּאַרטיייִשער אויפֿפֿירונג פֿון דער באַפֿעלקערונג אין לאַנד. עס איז פֿאַרלוירן געגאַנגען דער צוטרוי צו די פּאָליטישע עסקנים און צוזאַמען מיט דעם זײַנען כּמעט אינגאַנצן פֿאַרשוווּנדן די אידעאָלאָגישע מחיצות און די פּאַרטיייִשע געטרײַשאַפֿט פֿון דעם גרעסטן טייל וויילערס, וועלכע האָבן זיך געלאָזט פֿאַנגען — מער ווי אַלע מאָל פֿריִער — פֿון די צוויי פּאָפּוליסטישע און דעמאַגאָגישע אָפּשרעקונגס־לאָזונגען: די ערשטע, פֿון ליבערמאַנס פּראָפּאַגאַנדע־אוצר, אַז "אָן געטרײַשאַפֿט איז נישטאָ קיין בירגערשאַפֿט", און די אַנדערע, פֿון דעם וואַל־שטאַב פֿון "קדימה", געריכטעט צו די אָנהענגערס פֿון "עבֿודה" און פֿון מר"צ, אַז די אַנטשיידונג איז "ציפּי אָדער ביבי" — אַ שרעק־לאָזונג, וואָס האָט געהאָלפֿן דער "קדימה" צו באַזיגן דעם "ליכּוד", און האָט אָבער צעשמעטערט די צוויי "לינקע" פּאַרטייען.

אַ סך שטאַרקער האָט אָבער געווירקט אויף דער ברייטער וויילער־מאַסע דער לאָזונג פֿון אַבֿיגדור ליבערמאַן, אַז אָן טרײַשאַפֿט איז נישטאָ קיין בירגערשאַפֿט, נאָך דעם ווי די כּנסת־קאָמיסיע האָט פֿאַר דער אויפֿלייזונג פֿון דער 17טער כּנסת מיט אַ מערהייט שטימען, דערונטער מיט די שטימען פֿון די פֿאָרשטייער פֿון "עבֿודה", רעקאָמענדירט צוצונעמען די בירגערשאַפֿט און דאָס שטימרעכט בײַ די, וואָס וועלן זיך אָפּזאָגן צו שווערן טרײַשאַפֿט דער מדינה. די דאָזיקע פּאָפּוליסטישע רעקאָמענדאַציע, וואָס איז גלײַך געפּסלט געוואָרן דורך דעם העכסטן געריכט, האָט אָבער געשטאַרקט דעם לאַגער פֿון די רעכטע פּאַרטייען.

ווי פּאַראַדאָקסאַל דאָס זאָל נישט קלינגען, האָט גראָד די דאָזיקע פֿאַרשטאַרקונג אָפּגעשוואַכט די מאַנעוורירונגס־פֿעיִקייט פֿון ביבי נתניהו אויפֿצושטעלן אַן אַרבעטס־פֿעיִקע רעגירונג, וואָס זאָל קענען אויסדויערן איר פֿיר־יאָריקע קאַדענץ. אין זײַן וואַל־קאַמפּיין האָט נתניהו געוווּנקען אין אַלע זײַטן און "אַראָפּגענומען פֿונעם בוידעם אַלע אָפּגענוצטע בּגדים" פֿון דער פּאַרטיי, אירע אַמאָליקע עסקנים, וואָס זײַנען פֿריִער פֿון איר אַוועק אַנטוישטע פֿון ביבי נתניהו און פֿון זײַנע מעטאָדן און דורכפֿאַלן. צוערשט, האָט ער פּרובירט קעגנווירקן דעם אינערלעכן עלעקטאָראַלן דערפֿאָלג פֿון דעם כּהניסטישן אוואַנטוריסט משה פֿייגלין, וועלכער האָט דעראָבערט אין די פּרײַמעריס אַ הויך אָרט אין דער וואַל־רשימה. כּדי אָנצוהאַלטן זײַן פּאָליטישן אימאַזש ווי אַ צענטער־פּאַרטיי, האָט ער מאָביליזירט און אויפֿגעזאַמלט אַרום זיך פּאָפּולערע נעמען, ווי בני בעגין פֿון דער רעכטער זײַט און דן מערידאָר פֿון דער כּלומרשט לינקער, אונטער דעם שרעק־מאָטיוו פֿון ראַטעווען די מדינה פֿון די אויסערלעכע געפֿאַרן, אָדער אונטער דעם לאָזונג פֿון נאַציאָנאַלער אייניקייט.

אין זײַן עיקרדיקן פֿאַרמעסט קעגן "קדימה" בראָש מיט ציפּי לבֿני האָט ער, אַזוי ווי ברק פֿון דער אַנדערער זײַט, געשפּילט אויף דער סטרונע פֿון פּאָפּולערן מאַטשאָיִזם, אַז "דאָס איז צו גרויס פֿאַר איר", אַז זי איז נישט גענוג רײַף צו דערפֿילן די גרויסע אויפֿגאַבעס און זיך קעגנצושטעלן דעם פּאָליטישן דרוק פֿון די אויסערלעכע פֿאַקטאָרן. זײַן וואַל־שטאַב האָט אויך אויסגענוצט דעם שוואַכן, פֿאַקטיש פֿאַרלוירן־געגאַנגענעם קאָלעקטיוון זכּרון פֿון די וויילער בנוגע זײַנע דורכפֿאַלן, וואָס האָבן געפֿירט צום פֿאַלן פֿון זײַן רעגירונג מיט צען יאָר צוריק — און דווקא אונטערן דרוק פֿון זײַנע רעכטע פֿאַרבינדעטע, וועלכע האָבן אים באַשולדיקט אין פּאָליטישער שוואַכקייט קעגנאיבער דעם אויסערלעכן דרוק.

אין 1996 איז נתניהו געקומען צו דער מאַכט ווי דער "מומחה" צו באַקעמפֿן דעם טעראָר אין אָנבליק פֿון דער דעמאָלט אויסגעבראָכענער כוואַליע פֿון דעם כאַמאַסישן זעלבסטמערדערישן טעראָר. זײַן פּאָליטיק האָט אָבער פֿאַרשטאַרקט דעם "כאַמאַס" און די פּאַלעסטינער מאָטיוואַציע פֿאַרן טעראָר. ער איז שפּעטער אַרײַן אין דער רעגירונג פֿון שרון ווי דער פֿינאַנץ־מיניסטער אין דער תּקופֿה פֿון דער עקאָנאָמישער דעפּרעסיע און האָט מיט זײַן טאַטשעריסטישער "רעפֿאָרם" דערפֿירט צום שטאַרקסן אויסוווּקס פֿון דער אַרבעטלאָזיקייט — פֿון 6.6% אונטער דער רעגירונג פֿון יצחק ראַבין אויף 11% אונטער דער רעגירונג פֿון שרון. זײַן דראַקאָנישע רעפֿאָרם פֿון "עקאָנאָמישער" געזונטמאַכונג האָט פֿאַרבעסערט די לאַגע פֿון די רײַכע שיכטן און פֿון דער מלוכישער ווירטשאַפֿט; זי האָט אָבער אַכזריותדיק פֿאַרשאַרפֿט די סאָציאַלע קאָנטראַסטן און פֿאַרטיפֿט די אָרעמקייט פֿון די שוואַכע סאָציאַלע שיכטן.

אין זײַן פֿאַרמעסט מיט ציפּי לבֿני האָט ער, אַזוי ווי ברק, געשפּילט אויף דער סטרונע פֿון זײַן דערפֿאַרונג, וועלכע זי פֿאַרמאָגט נישט ווי דער ראָש פֿון דער רעגירונג. יאָ, אַזאַ שלעכטע דערפֿאַרונג האָט זי טאַקע נאָך נישט.

דער אויסגאַנג פֿון די וואַלן האָט אָבער ביידע "זיגערס" אַרײַנגעפֿירט אין אַ טעמפּן ווינקל. די ברירה פֿון "ציפּי אָדער ביבי" האָט קיינעם פֿון זיי נישט געהאָלפֿן. ציפּי, פֿאָרמעל די זיגערין, קען נישט באַקומען מער ווי 55 שטימען אין דער כּנסת, כּדי אויפֿצושטעלן אַ רעגירונג, אָבער נתניהו ווייסט, אַז מיט זײַנע 65 שטימען וועט ער נישט זײַן מסוגל אויסצופֿירן די נאָרמאַלע מלוכישע פֿליכטן קעגנאיבער די אינטערנאַציאָנאַלע פֿאַרפֿליכטונגען פֿון דער מדינה. ער וויל נישט זײַן געבונדן פֿון די ראַדיקאַלע משיחישע פֿאַרלאַנגען פֿון די עקסטרעמיסטיש־נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטייען און פֿון די קעגנזאַצן, למשל, צווישן "ישׂראל ביתּנו" און ש"ס, וועמעס "גײַסטיקער מנהיג", הרבֿ עובֿדיה יוסף, האָט פֿאַר די וואַלן געדראָט די וויילער מיט דער שטראָף פֿונען טײַוול, טאָמער וועלן זיי שטימען פֿאַר ליבערמאַנען. און, ווי נאָר איינע פֿון זיי וועט אָפּפֿאַלן, וועט ער פֿאַרלירן די מערהייט אין דער כּנסת און זײַן רעגירונג וועט פֿאַלן נאָך אַ קורצער צײַט. דעריבער נייטיקט ער זיך אין אַ ברייטער קאָאַליציע, און דאָס קען ער באַקומען נאָר אין אַ שותּפֿות מיט "קדימה" אָדער "עבֿודה", וועלכע האָבן ביידע באַשלאָסן צו גיין אין דער אָפּאָזיציע. דערבײַ האָט אהוד ברק געליטן נאָך אַ דורכפֿאַל, ווײַל ער וועט נישט קענען געניסן פֿון דער פּריווילעגיע אָנצופֿירן מיט דער אָפּאָזיציע. די דאָזיקע ראָל וועט, כאָטש אָן חשק, איבערנעמען ציפּי לבֿני.

נתניהו האָט אָבער נישט אויפֿגעגעבן זײַן געדאַנק צו באַטייליקן די "קדימה" ווי אַ שותּפֿטע אין זײַן רעגירונג, כּדי זיך צו באַפֿרײַען פֿון די “קייטן" פֿון די רעכטע עקסטרעמיסטן, און אין נאָמען פֿון "אייניקייט" האָט ער טאַקע אײַנגעלאַדן ציפּי לבֿני ווי די ערשטע צו די קאָאַליציע־פֿאַרהאַנדלונגען צו שאַפֿן אַ ברייטע איינהײַטלעכע רעגירונג, און איז אַפֿילו גרייט זי צו באַטראַכטן ווי אַ גלײַכן שותּף אין דער רעגירונג, מיט דער זעלבער צאָל מיניסטאָרן און מיט גלײַכע רעכט פֿון דעציזיע. אַ לאָקנדיקן "קוכן" האָט ער אויך פֿאָרגעשלאָגן דער "עבֿודה", בעת זײַן טרעפֿונג מיט ברקן, פּראָפּאָנירנדיק אים צו בלײַבן דער מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, וואָס ברק וואָלט אַזוי שטאַרק געוואָלט, און דער פּאַרטיי, פֿינף מיניסטער־פּאָרטפֿעלן.

ביידע האָבן אָפּגעוואָרפֿן די לאָקנדיקע פֿאָרשלאַגן פֿון ביבי נתניהו: ציפּי, וועלכע האָט צוערשט פֿאַרלאַנגט פֿאַר זיך די בכורה ווי די פֿירערין פֿון דער גרעסטער פּאַרטיי; אָבער נישט ווייניקער וואָגיק זענען די צוויי אַנדערע צענטראַלע מאָטיוון פֿון איר אָפּזאָג — אַז דער מנהיג פֿון "ליכּוד", וועלכער איז בײַ איר נישט באַגלייבט, האָט שוין פֿריִערדיקע פֿאַרפֿליכטונגען פֿאַר די פּאַרטייען פֿון רעכטן בלאָק, אַ געהיימען הסכּם מיטן ש״ס וועגן צוריקקערן די "קינדער־שטיצע" פֿאַר די פֿילקינדערנדיקע משפּחות, און קענטיק אויך געהיימע פֿאַרפֿליכטנגען פֿאַר ליבערמאַנען פֿון "ישׂראל ביתּנו".

איין בשותּפֿותדיקע אייגנשאַפֿט איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די ביידע קעגנזעצלעך פֿײַנטלעכע פּאַרטייען: זייערע פֿאָרשטייער אין דער כּנסת ווערן נישט געוויילט פֿון קיין פּרײַמעריס. זיי זײַנען באַשטימט געוואָרן דורך זייערע רביים — ש"ס דורך זייער רבֿ עובֿדיה יוסף, און "ישׂראל ביתּנו" דורך זייער וועלטלעכן "רבי" אַבֿיגדור ליבערמאַן. עס זעט נישט אויס, אַז נתניהו זאָל לאַנג קענען אָפּהיטן די קאָאַליציע־אידיליע צווישן די צוויי "רביים". און ציפּי לבֿני איז דערווייל נישט גרייט אַרײַנצוגיין אין אַ שותּפֿות מיטן ש"ס, וועלכער האָט זי אַזוי נישט אַנשטענדיק פֿאַרראַטן...

נתניהו, וועלכער איז גרייט אָפּצוגעבן ציפּי לבֿנין אַ האַלבן מלכות, איז אָבער נישט גרייט אײַנצוגיין אויף דעם פּרינציפּ פֿון אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער דורך אָנערקענען אַ פּאַלעסטינער מדינה.

אין דעם ענין וועט ער שוין דאַרפֿן זיך פֿאַרמעסטן נישט מיט זײַנע רעכטע שותּפֿים, נאָר מיט אַמעריקע פֿון אָבאַמאַ און מיט דער גאַנצער וועלט, פֿאַר וועלכער ציפּי וואָלט אים געקענט דינען ווי אַ ליבעראַלער עטיקעט.

דער ראָמאַן איז נאָך דעריבער נישט פֿאַרענדיקט. ביבי און ציפּי האָבן אָפּגערעדט צו טרעפֿן זיך דעם פֿרײַטיק. ווער ווייסט, וואָס עס וועט אַרויסקומען פֿון דעם זיווג, צי וועט מען זיי שוין קענען ווינטשן מזל־טובֿ. עס זעט נאָך נישט אויס.

תּל־אָבֿיבֿ, 24סטער פֿעברואַר, 2009