|
עדוואַרד מיט זײַנע אייניקלעך, אין ברוקלין 2008 |
|
מע הערט, פֿון צײַט צו צײַט, וועגן לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וועלכע נעמען זיך אונטער אויסצוזוכן די נישט־ייִדן, וועלכע האָבן זיי געראַטעוועט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אָפֿט מאָל, קומט דער איניציאַטיוו אַרויס פֿון זייערע קינדער אָדער אייניקלעך, וועלכע ווערן פֿאַרכאַפּט מיט די מעשׂיות. אַ דאַנק דער פֿעיִקייט פֿונעם ייִנגערן דור בײַם קאָמפּיוטער און בײַ דער אינטערנעץ, קאָן די זוכעניש אַ מאָל טאַקע ברענגען רעזולטאַטן.
אינעם דאָקומענטאַר־פֿילם Hiding and Seeking (באַהאַלט און זוך), למשל, זעט מען ווי דער פֿילמאָגראַף מנחם דאַום ברענגט זײַן פֿרוי און צוויי פֿון זײַנע דערוואַקסענע זין אין פּוילישן דאָרף, כּדי צו געפֿינען די משפּחה פֿונעם פּויער, וועלכער האָט געראַטעוועט זײַן שווער פֿון די נאַציס.
מיט עדוואַרד פּיעניאַק איז אָבער פּונקט פֿאַרקערט. ער איז אַ קאַטוילישער פּאָליאַק, אַלט 67 יאָר, וועלכער זוכט שוין 30 יאָר לאַנג דאָס ייִדישע מיידל, וואָס, ווי ער זאָגט, האָט זײַן משפּחה זי געראַטעוועט מיט 65 יאָר צוריק.
|
בײַ דער חתונה פֿון עדוואַרדס פֿעטער, אין קלאָטשעוו, 1944. טערעזאַ איז די דריטע פֿון רעכטס. |
|
פּיעניאַק דערציילט די מעשׂה אַזוי: אין 1942 האָט אַ קאַטויליש פּאָרפֿאָלק געבראַכט דאָס 10־יאָריקע מיידל קיין קלאָטשעוו, אַ דערפֿל דרום פֿון לובלין, און געבעטן די פּיעניאַקס, אַ פֿאַרמער־משפּחה מיט דרײַ ייִנגלעך, זי אויסצובאַהאַלטן פֿון די דײַטשן. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיי איבערגעגעבן, אַז די טאַטע־מאַמע פֿונעם מיידעלע זענען ביידע אומגעקומען, און מע האָט זי אויסגעלערנט עטלעכע קאַטוילישע תּפֿילות, כּדי גרינגער צו מאַכן דאָס פֿאַרשטעלן זי ווי אַ פּוילישע. גערופֿן האָט מען זי טערעזאַ ווישניעווסקאַ.
פֿינף יאָר לאַנג האָט טערעזאַ געוווינט בײַ זיי, זאָגט פּיעניאַק, אָבער זי האָט קיין מאָל נישט אויסגעזאָגט איר אמתן נאָמען. ווען זי איז אַוועקגעפֿאָרן אין 1947 האָט זי נישט געזאָגט וווּהין, און זיי האָבן פֿון איר מער נישט געהערט.
"כ׳בין געווען בלויז 6 יאָר אַלט, ווען זי איז אַוועק," האָט פּיעניאַק, וועלכער וווינט הײַנט אין ברוקלין, דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". פֿונדעסטוועגן, האָט ער נאָך אַלץ אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, וווּ זי שטייט מיט זײַנע קרובֿים און שמייכלט בעת אַ משפּחה־חתונה אין 1944. ער געדענקט אויך געוויסע זאַכן, וואָס די מאַמע האָט אים דערציילט, און פֿון זײַן אייגענעם פֿאַרנעפּלטן זכּרון.
|
עדוואַרדס טאַטע און מאַמע, אין יאָר 1972 |
|
"ווען מע האָט געבראַכט טערעזאַ צו אונדז האָט מײַן מאַמע נישט געהאַט דאָס האַרץ צו זאָגן, ניין," האָט פּיעניאַק באַמערקט, און טערעזאַ איז געוואָרן די טאָכטער, וואָס זי האָט קיין מאָל נישט געהאַט. אין איינעם האָבן זיי געפֿירט די ווירטשאַפֿט אין שטוב, גענייט, פֿאַרפֿלאַנצט פּאָמידאָרן און אויפֿגעפּאַסט אויפֿן קליינעם עדוואַרד און זײַן ברודערל, קאַזימיערץ.
"איך געדענק, אַז זי האָט געהאַט שוואַרצע האָר און שוואַרצע אויגן און איז געווען זייער אַ שיינע. כ׳פֿלעג מיטגיין מיט איר, ווען זי האָט אַרויסגעפֿירט די קי זיך פּאַשען אין פֿעלד."
יעדן זונטיק האָט די משפּחה מיטגענומען טערעזאַ אין קלויסטער. "יעדער האָט געוווּסט, אַז זי איז אַ ייִדישע, אָבער קיינער האָט נישט געמסרט," האָט פּיעניאַק געזאָגט. "אַ מאָל פֿלעגן די דײַטשן אַרײַנקומען צו אונדז אין דאָרף און פֿאָדערן בײַ אונדז ברויט און אַנדערע עסנס. צום סוף זענען זיי געקומען אַ סך אָפֿטער. ווען די דײַטשן זענען אַרײַן, האָבן מיר באַהאַלטן טערעזאַן אין קלויסטער. אויב עמעצער האָט זי געזען און געפֿרעגט ווער דאָס איז, האָבן מיר געזאָגט, אַז ס׳איז אַ שוועסטערקינד."
אין "יד־ושם" געפֿינט זיך אַ רשימה פֿון גויים, וועלכע האָבן געראַטעוועט די ייִדן פֿון די נאַציס, וואָס מע באַצייכנט זיי ווי "חסידי אומות העולם"; בערך 20,000 מענטשן פֿיגורירן הײַנט אויף דער רשימה. די משפּחה פּיעניאַק געפֿינט זיך אָבער נישט אויף דער ליסטע, און וועט דאָרט מסתּמא קיין מאָל נישט פֿיגורירן, ווײַל טערעזאַ איז נישטאָ בנימצא. אַ תּנאי בײַם ווערן באַצייכנט ווי איינער פֿון די "חסידי אומות העולם" איז, אַז דער געראַטעוועטער ייִד מוז באַשטעטיקן, אַז דער נישט־ייִד האָט אים טאַקע געהאָלפֿן.
|
דאָס הויז, וווּ די משפּחה פּיעניאַק האָט געוווינט בעת דער מלחמה. אויפֿן בילד: עדוואַרדס ברודער, קאַזימיערץ פּיעניאַק; זײַן פֿרוי, אַליסיאַ, און די איצטיקע אײַנוווינערין פֿונעם הויז |
Bill Tammeus |
און ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז די געשיכטע וועגן טערעזאַ טאַקע אַ סך מער קאָמפּליצירט. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן צוויי פֿאָרשער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער מעשׂה, ווײַל זיי האָבן געהאַלטן אין מיטן צונויפֿשטעלן אַ בוך וועגן פּוילישע קריסטן, וואָס האָבן געהאָלפֿן די ייִדן בעת דעם חורבן. דאָס בוך, They Were Just People, וואָס ווערט אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג University of Missouri Press, דאַרף אַרויסגעלאָזט ווערן אין אַ פּאָר חדשים אַרום.
די מחברים, ביל טאַמעוס און ראַבינער זשאַק צוקערקאָרן, האָבן זיך געטראָפֿן מיט פּיעניאַקן. זײַן געשיכטע האָט געמאַכט אויף זיי אַן אײַנדרוק, אָבער צוליב דעם וואָס מע האָט נישט געקענט באַשטעטיקן די פֿאַקטן דורך טערעזאַ אָדער אירע באַקאַנטע, זענען זיי געפֿאָרן קיין קלאָטשעוו, צו זען וואָס זיי קענען דאָרט אויסגעפֿינען.
אין קלאָטשעוו האָבן צוקערקאָרן און טאַמעוס אינטערוויויִרט אַ צאָל מענטשן, אַרײַנגערעכנט עדוואַרדס ייִנגערן ברודער, קאַזימיערץ פּיעניאַק; דעם גלח פֿון שטעטל, אַנדריי אָשעווסקי, און די עלטסטע אָרטיקע אײַנוווינער. זייער נוסח איז געווען אַ היפּש ביסל אַנדערש ווי עדוואַרד פּיעניאַקס.
"לויט וואָס זיי האָבן אונדז דערציילט — האָט טאַמעוס איבערגעגעבן דעם ׳פֿאָרווערטס׳ — איז טאַקע געווען אַ ייִדיש מיידל מיטן נאָמען טערעזאַ ווישניעווסקאַ, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אַ צײַט בײַ דער משפּחה פּיעניאַק, און זי האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, אָבער דער אמתער העלד פֿון דער געשיכטע איז געווען דער גלח פֿון שטעטל, סטעפֿאַן קאָסמולסקי."
|
דער הײַנטיקער גלח, אַנדריי אָשעווסקי, ווײַזט טאַמעוס און צוקערקאָרן דעם קעלער אינעם הויז פֿונעם אַמאָליקן גלח, סטעפֿאַן קאָסמולסקי, וווּ ער האָט באַהאַלטן טערעזאַ און די אַנדערע ייִדישע קינדער |
Bill Tammeus |
דער איצטיקער גלח, אָשעווסקי, האָט זיי דערציילט, אַז קאָסמולסקי, וועלכער האָט געאַרבעט אין קלאָטשעוו פֿונעם יאָר 1929 ביז 1948, האָט אויסבאַהאַלטן און געראַטעוועט בערך זעקס ייִדישע קינדער אינעם קעלער פֿון זײַן שטוב, נישט ווײַט פֿונעם קלויסטער. איינס פֿון די קינדער איז געווען טערעזאַ.
"אַלע אין קלאָטשעוו, וואָס געדענקען טערעזאַ, האָבן געלויבט קאָסמולסקי ביז גאָר, וואָס ער האָט זיך אײַנגעשטעלט דאָס לעבן פֿאַר די קינדער," האָט צוקערקאָרן באַטאָנט.
עדוואַרד פּיעניאַק האָט באַשטעטיקט, אַז קאָסמולסקי האָט אַ סך געטאָן פֿאַר די קינדער, אָבער טענהט, אַז זײַן משפּחה האָט איר אויך געהאָלפֿן. אויב אַזוי, פֿאַר וואָס האָט זײַן ברודער, קאַזימיערץ, דאָס נישט געדענקט? "ער איז דאָך געווען נאָך ייִנגער פֿון מיר," האָט פּיעניאַק געזאָגט. "פֿאַר וואָס האָבן זיי נישט אינטערוויוירט מײַן עלטערן ברודער? ער וואָלט עס זיכער געדענקט!"
טאַמעוס האָט געענטפֿערט דערויף, אַז זיי האָבן טאַקע נישט געהאַט קיין געלעגנהייט צו אינטערוויוירן דעם עלטערן ברודער. ער האָט אָבער יאָ געזאָגט, אַז בעת איינעם פֿון די אינטערוויוען האָט עמעצער באַמערקט, אַז טערעזאַ לעבט אפֿשר אין קראָקע. טאַמעוס און צוקערקאָרן האָבן זיך פֿאַרבונדן מיטן "ייִדישן גאַליצישן מוזיי" אין קראָקע, און געבעטן די דירעקטאָרין, קייט קראַדי, זיך נאָכצופֿרעגן בײַ די עלטערע אײַנוווינער פֿון דער שטאָט, צי עמעצער קען זי, אָבער קיינער האָט גאָרנישט געוווּסט. וועט די מעשׂה מיט טערעזאַ ווישניעווסקאַ, צום באַדויערן, מוזן ווײַטער בלײַבן פֿאַרהוילט.