|
פּאָמידאָרן און פֿערישקע־סאַלאַט |
|
דער שפּײַז־אָפּטייל פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס" האָט פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך אויסגערעכנט אַ רשימה פֿון 101 סאַלאַטן, וואָס מע קאָן גיך צונויפֿשטעלן. דער מחבר גיט נישט אָן קיין מאָסן, ווײַל מיט אַ סאַלאַט, קאָן מען זײַן בייגעוודיק. אָט זענען עטלעכע פֿון די אינטערעסאַנטערע מעגלעכקייטן:
פּאָמידאָרן און פֿערישקעס: מישט צונויף קלינען (wedges) פּאָמידאָרן און פֿערישקעס, דינע רעפֿטלעך רויטע ציבעלע, פּעטרישקע און אַ קליין ביסל שאַרפֿע רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך. באַגיסט עס מיט איילבערט־בוימל און דעם זאַפֿט פֿון אַ לימענע אָדער גרינער לימענע.
אַ גיכער קאַרטאָפֿל־סאַלאַט: קאָכט אָפּ קליינטשיקע רויטע קאַרטאָפֿעלעך (מיטן שאָלעכץ). זיפּט אָפּ די קאַרטאָפֿל, מישט זיי צונויף מיט קאַפּערן און פּעטרישקע, און באַגיסט דאָס גאַנצע מיט איילבערט־בוימל, לימענע־זאַפֿט און זענעפֿט.
אַ רויטער סאַלאַט: מישט צונויף קלינען פּאָמידאָרן מיט רעפֿטלעך טרוסקאַפֿקעס, באַזיל־בלעטלעך, זייער דינע רעפֿטלעך פּאַרמעזשאַנער קעז און באַלזאַמישן עסיק.
קוסקוס מיט מאַראַנצן און מאַנדלען: מישט צונויף געקאָכטע קוסקוס מיט מאַראַנצן־זאַפֿט און אַ ביסל צעריבענע מאַראַנצן־שאָלעכץ, איילבערט־בוימל, אַ לעק האָניק, רעפֿטלעך מאַראַנצן, ראָזשינקעס אָדער געטריקנטע זשורעכלינעס, צעהאַקטע רויטע ציבעלע און צעשניטענע מאַנדלען. לייגט עס אַלץ איבער אַ טעלער שאַלאַטן, אָדער עסט עס אַליין.
פּאָמידאָרן מיט קעז־קרוטאָנען: לייגט אַ ביסל האַרטן קעז אויף רעפֿטלעך ברויט און באַקט דאָס ברויט 3 מינוט ביז דער קעז צעלאָזט זיך. לאָזט עס זיך אָפּקילן, צעשנײַדט עס אויף שטיקעלעך און בראָקט זיי אַרײַן אין אַ סאַלאַט פֿון צעשניטענע פּאָמידאָרן און באַזיל־בלעטער.