אַ גרופּע פֿאָרשער אין חיפֿהר אוניווערסיטעט האָבן לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַן אינטערעסאַנטע שטודיע, וואָס באַווײַזט, אַז ווען מענטשן רעדן אַ פֿרעמדע שפּראַך, און אידענטיפֿיצירן זיך מיטן פֿאָלק, וואָס רעדט די שפּראַך, וועלן זיי מיט דער צײַט אַנטוויקלען אַ בעסערן אַקצענט.
די פֿאָרשער האָבן שטודירט דרײַ גרופּעס מענטשן, וועלכע וווינען אין ישׂראל. אַלע באַטייליקטע האָבן געהערט צום זעלבן סאָציאָ־עקאָנאָמישן קלאַס.
איין גרופּע איז באַשטאַנען פֿון געבוירענע העברעיִש־רעדער; די צווייטע — פֿון ישׂראלדיקע אַראַבער וועלכע האָבן זיך אויסגעלערנט העברעיִש אין דער עלעמענטאַר־שול, און די דריטע — ייִדן פֿון די לענדער פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וועלכע האָבן עולה געווען, זײַענדיק 12 יאָר אַלט אָדער עלטער. (ס׳רובֿ לינגוויסטן האַלטן, אַז די פֿעיִקייט אײַנצוזאַפּן דעם אַקצענט פֿון אַ פֿרעמדער שפּראַך ווערט שטאַרק אָפּגעשוואַכט נאָכן 12טן יאָר.)
הגם די ישׂראלדיקע אַראַבער און די רוסישע ייִדן האָבן ביידע גערעדט העברעיִש מיט אַן אַקצענט, האָט זיך אַרויסגעוויזן אַן אינטערעסאַנטער אונטערשייד צווישן זיי. וואָס מער אַ רוסישער עולה האָט זיך אידענטיפֿיצירט מיט דער ישׂראלדיקער קולטור, אַלץ שוואַכער איז געווען זײַן רוסישער אַקצענט; אָבער בײַ די ישׂראלדיקע אַראַבער איז נישט געווען אַזוי.
בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָט ד״ר זוהר עוויאַטאַר, אַ פּסיכאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָרין בײַם אוניווערסיטעט פֿון חיפֿה, און איינע פֿון די מחברים פֿון דער שטודיע, דערקלערט, אַז בײַ די רוסישע ייִדן איז דער אַקצענט, אַ פּנים, נישט געווען קיין וויכטיקער טייל פֿון זייער אידענטיטעט, הגם בײַ די ישׂראלדיקע אַראַבער איז עס יאָ געווען אַן ענין. איין אַראַבישער סטודענט פֿון חיפֿהר אוניווערסיטעט, האָט טאַקע דערקלערט פֿאַר וואָס ער וויל נישט פֿאַרלירן זײַן אַקצענט: "איך וויל נישט קלינגען ווי אַ ייִד."
דער סטודענט האָט נישט געמיינט צו געבן אַ שטאָך די ייִדן, האָט עוויאַטאַר דערקלערט, נאָר פּשוט: ׳איך וויל נישט קלינגען ווי אַ מענטש, וואָס איך בין נישט׳." דאָס רעדן מיט אַ ישׂראלדיקן אַקצענט האָט בײַ אים, אַ פּנים, געמיינט, אַז ער אידענטיפֿיצירט זיך ווייניקער ווי אַן אַראַבער.
אויב די פֿאָרשער זענען טאַקע גערעכט — אַז אַן עולה וואָס אידענטיפֿיצירט זיך נאָענט מיט דער ישׂראלדיקער קולטור וועט גיכער פֿאַרלירן דעם אַקצענט פֿון זײַן מוטערשפּראַך — ווי דערקלערט מען דעם גוט־באַקאַנטן פֿענאָמען פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן? הגם די אַמעריקאַנער עולים זענען אָפֿט מאָל פֿון די פֿאַרברענטסטע ציוניסטן, האַלטן זיי, בדרך־כּלל, אָן דעם אַמעריקאַנער אַקצענט.
צום טייל, קאָן מען עס אויסטײַטשן ווי אַן אומפֿעיִקייט בײַ די אַמעריקאַנער צו פֿרעמדע שפּראַכן בכלל. נישט געקוקט אויף דעם וואָס יעדער תּלמיד אין אַן אַמעריקאַנער שול מוז זיך לערנען אַ פֿרעמדע שפּראַך, צום ווייניקסטן, דרײַ יאָר לאַנג, רעדן די אַמעריקאַנער, בדרך־כּלל, בלויז ענגליש, און ווען זיי פּרוּוון יאָ זיך אויסצודריקן אין אַ צווייטער שפּראַך — אין אַ פֿרעמד לאַנד, למשל — רעדן זיי עס מיט אַ שווערן אַמעריקאַנער אַקצענט.
בײַ די אַמעריקאַנער עולים זעט מען די זעלבע זאַך. עוויאַטאַר האַלט, אַז די סיבה דערפֿאַר שטעקט אפֿשר אין דעם וואָס אַפֿילו נאָך דעם ווי זיי באַזעצן זיך אין ישׂראל, אידענטיפֿיצירן זיי זיך נאָך אַלץ מער ווי אַמעריקאַנער איידער ישׂראלים. "כּמעט אַלע פֿון זיי האַלטן אָן זייער אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט, און אַ סך שטימען ווײַטער אין די אַמעריקאַנער וואַלן ווי בריוו־וויילער.
"דערצו איז אַן אַמעריקאַנער אַקצענט אין ישׂראל פֿאַררעכנט פֿאַר אַ סטאַטוס־סימבאָל," האָט עוויאַטאַר צוגעגעבן. אין די רעקאָרדירונגען פֿון געוויסע ישׁראלדיקע ראָק־לידער, למשל, מאַכט דער זינגער נאָך אַ בפֿירושן אַמעריקאַנער אַקצענט. אין אַמעריקע, ווען מע מאַכט נאָך דעם אַקצענט פֿון אַ פֿרעמדער שפּראַך, ווי למשל, שפּאַניש אָדער יאַפּאַנעזיש, איז דער ציל אַרויסצורופֿן געלעכטער; אָבער ווען דער ישׂראלי אימיטירט אַן אַמעריקאַנער אַקצענט, איז עס גלײַך ווי זאָגן: "טוט אַ קוק, ווי ׳קול׳ איך בין."
די אַמעריקאַנער, וועלכע ווילן זיך אויסלערנען דעם ריכטיקן העברעיִשן אַרויסרייד, קאָנען זיכער געפֿינען מיטלען דאָס צו טאָן. די "ראָטבערג אינטערנאַציאָנאַלע שול" בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, למשל, באַזאָרגט די סטודענטן מיט אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, Sabra Sound (דער סאַבראַ־קלאַנג), וואָס העלפֿט די ענגליש־רעדער צו פֿאַרבעסערן זייער העברעיִשן אַקצענט. אַ פּנים, אַז ווייניק אַמעריקאַנער ייִדן האָבן געניצט די פּראָגראַם, און אויב יאָ — האָבן זיי עס נישט גענומען זייער ערנסט.
ד״ר זעלדאַ ניומאַן, אַן אַמעריקאַנער־געבוירענע העבעריִשע לינגוויסטין וועלכע האָט פֿאַרבראַכט 30 יאָר אין ישׂראל, האַלט, אַז דער סטאַטוס פֿון ענגליש איז ממשותדיק געשטיגן אין ישׂראל, בפֿרט במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר. "ס׳איז הײַנט זייער פֿאַרשפּרייט אַרײַנצומישן ענגלישע ווערטער אין העברעיִש," האָט זי באַמערקט. אין דער וויטרינע פֿון אַ קראָם אין באר־שבֿע, למשל, האָט זי באַמערקט אַ שילד: "הכּל לבייבי" (אַלץ פֿאַרן עופֿעלע). ניומאַן איז אַרײַן אינעווייניק און געפֿרעגט: "פֿאַר וואָס ניצט איר נישט דאָס וואָרט ׳תּינוק׳?" האָט די קרעמערין געענטפֿערט: "זה נחמד!" (ס׳איז חנעוודיק!) און פֿאָרנדיק דעם זומער אין אַן אויטאָבוס פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין ירושלים, האָט ניומאַן געהערט ווי אַ גרופּע סאָלדאַטן מישן אָפֿט אַרײַן דאָס ענגלישע וואָרט full (פֿול), ווי, למשל אַ נסיעה "פֿול חוויות" (פֿול מיט איבערלעבונגען).
ניומאַן גיט נאָך אַ בײַשפּיל: אויף אַ סך ישׂראלדיקע אויטאָבוסן די טעג זעט מען אַ רעקלאַמע פֿון דער פֿאָר־אַגענטור "שׂיא טורס". ("שׂיא" מיינט הויכפּונקט.) אויף ענגליש שטייט אָבער See Tours. די שאַפֿער פֿון דער רעקלאַמע ריכטן זיך, אַז דער עולם וועט פֿאַרשטיין, און הנאה האָבן פֿונעם ווערטערשפּיל.
צוליב דער הײַנטיקער פּאָפּולאַריטעט פֿונעם אַמעריקאַנער אַקצענט און פֿון ענגליש בכלל, פֿעלט בײַ די עולים, אַ פּנים, די מאָטיוואַציע זיך אויסצולערנען צו רעדן ווי אַ סאַבראַ. און פֿאַר וואָס זאָלן זיי? דער מצבֿ איז אידעאַל: פֿון איין זײַט, לעבן זיי אויס דעם חלום פֿון באַזעצן זיך אין אַ ייִדישער מדינה; פֿון דער צווייטער — קאָנען זיי ווײַטער רעדן, שרײַבן און שטימען ווי עכטע אַמעריקאַנער.