פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער זונטיק-נומער פֿון דער "ניו-יאָרק טײַמס", וואָס איז אַרויס דעם 13טן סעפּטעמבער, האָט באַקאַנט זײַנע לייענער מיט דער אָרגאַניזאַציע, וועלכע הייסט J Street ("דזשיי-גאַס"). די רייד גייט וועגן אַ נײַ — אין גאַנצן איין יאָר אַלט — קול אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס; און דער נאָמען אַליין באַטאָנט די נײַקייט פֿונעם דאָזיקן קול: קיין "דזשיי-גאַס" עקזיסטירט ניט אין וואַשינגטאָן. דאָס איז אַ לאָבירנדיקע אָרגאַניזאַציע מיט אַ בודזשעט פֿון דרײַ מיליאָן דאָלאַר און זעקס מיטאַרבעטער, בראָש מיט דזשערעמי בן-אמי — אַ יחיד מיט אַ גוטן ציונניסטישן ייִחוס, וועלכער ציט זיך נאָך פֿון יאָר 1882, ווען זײַנע עלטער-עלטערן האָבן זיך באַזעצט אין ארץ-ישׂראל. אָבער בן-אמי אַליין שטייט אידעאָלאָגיש זייער ווײַט פֿון טראַדיציאָנעלן ציוניזם.

די "דזשיי-גאַס" שפּיגלט פֿאַקטיש אָפּ דעם איצטיקן צוגאַנג פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע צו די פּראָבלעמען פֿון מיטל-מיזרח. דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און זײַן קאָמאַנדע פּרוּוון אויספּועלן שינויים אין פּאָזיציעס בײַ אַלע צדדים: ישׂראל, די פּאַלעסטינער און די אַראַבישע מדינות. פֿון ישׂראל דערוואַרט מען עס זאָל אין גאַנצן אויפֿגעהערט ווערן די בויוּנג אויף די שטחים און אָפֿיציעל אויפֿגענומען ווערן דער פּלאַן פֿון האָבן צוויי מדינות — ישׂראל און פּאַלעסטינע.

ווי אַזוי באַציט זיך צו די נײַע פּאָליטישע ווינטן דער ישׂראלדיקער עולם? אַן אַנומלטיקער אויספֿרעג ווײַזט, אַז בלויז 4 פּראָצענט ייִדישע ישׂראלים נעמען אויף אָבאַמאַס פּאָליטיק ווי אַ פּראָ-ישׂראלדיקע, בעת 51 פּראָצענט זײַנען חושד די איצטיקע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע אין פּראָ-פּאַלעסטינער שטימונגען. אמת, אייניקע קאָמענטאַטאָרן איז ניט געפֿעלן געוואָרן די מעטאָדיק פֿון דעם אויספֿרעג. מע טענהט אַז מע האָט אויסגעפֿרעגט ווייניק לײַט און דאָס האָט פֿאַרקריפּלט דאָס בילד. אָבער אַפֿילו אויב די סך-הכּלען זײַנען ניט אין גאַנצן רעפּרעזענטאַטיווע, ווײַזן זיי פֿונדעסטוועגן אויף דער טענדענץ: דער ישׂראלדיקער הויפּט-שטראָם איז ניט צופֿרידן מיט דער אַטמאָספֿער אין הײַנטיקן "ווײַסן הויז".

קיין חידוש ניט, אַז דער אַמעריקאַנער ייִדישער הויפּט-שטראָם איז אויך ניט צופֿרידן. ניט צו פֿאַרגלײַכן מער צום האַרצן איז זיי געווען דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט, כאָטש אין זײַנע "גוטע יאָרן" האָט זיך דער מצבֿ נאָר פֿאַרערגערט. בימי דזשאָרדזש בוש איז ישׂראל, אַ סך מער איידער אין די פֿריִערדיקע יאָרן, פּאָליטיש איזאָלירט געוואָרן, און די מיליטערישע קאָנפֿליקטן אין לבֿנון און עזה האָבן איבערגעלאָזט זייער אַ ביטערן טעם. ווי אַ פּועל-יוצא, פּרובירט דער ליבעראַלער טייל פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום צו געפֿינען נײַע פֿאָרמען, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע ווי די "דזשיי-גאַס", פֿאַר אויסדריקן זײַן מיינונג מכּוח דער סיטואַציע אין ישׂראל.

די "דזשיי-גאַס" טענהט (אפֿשר מיט אַ שמץ חוצפּה), אַז איר פּאָזיציע פֿאַלט צונויף מיט דער מיינונג פֿון ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן. ווי אַ באַווײַז, ציטירט מען די רעזולטאַטן פֿון אַן אויספֿרעג, וואָס ווײַזן אַז 60 פּראָצענט אַמעריקאַנער ייִדן זײַנען קעגן אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע ייִשובֿים אויף די שטחים. די זעלבע אויסגעפֿרעגטע אַמעריקאַנער ייִדן האָבן, בכלל, אַרויסגעוויזן ווייניק אינטערעס צו ישׂראל. דורכשניטלעך האָבן זיי געשטעלט ישׂראל אויפֿן אַכטן אָרט אין דער רשימה פֿון זייערע דאגות. אויפֿן ערשטן צי צווייטן אָרט באַווײַזט זיך ישׂראל בלויז בײַ 8 פּראָצענט רעספּאָנדענטן. (קעגנער פֿון "דזשיי-גאַס" טענהן, פֿאַרשטייט זיך, אַז דער אויספֿרעג איז געווען דורכגעפֿירט ניט קאָרעקט און גיט ניט קיין ריכטיק בילד.)

עס וואָלט געווען ניט ריכטיק צו זאָגן, אַז די "דזשיי-גאַס" איז אַ פֿאָרשטייער פֿון דעם גאַנצן ליבעראַלן אַמעריקאַנער ייִדנטום. די "דזשיי-גאַס" שטעלט מיט זיך פֿאָר, אין דער אמתן, די לינקע גאַס אין דעם פֿאַרשיידן-אַרטיקן ייִדישן לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די רשימה־שטיצער פֿון דער נײַער אָרגאַניזאַציע איז שוין כּולל אַרום 100 טויזנט נפֿשות. עס האָט אויך אַ געוויסע צאָל שטיצער אין דעם קאָנגרעס, אַרײַנגערעכנט דעם דעמאָקראַטישן פֿאָרשטייער פֿון מעמפֿיס, סטיוו כּהן. סוף אויגוסט, האָט די "דזשיי-גאַס" געגעבן אַ באַריכט וועגן צעשיקטע 29,243 בליצבריוו, 1,288 טעלעפֿאָן-שמועסן און אַנדערע שמועסן מיט 2,596 פֿרײַנד.

מיך חידושט ניט לחלוטין דער פֿאַקט, וואָס אַזאַ אָרגאַניזאַציע האָט זיך באַוויזן. ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אין קיין דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט קען ניט זײַן נאָר איין הויפּט-שטראָם. אידעיִשע איינהיינטלעכקייט איז דאָך אַפֿילו געפֿערלעך. מיליאָנען לײַט קענען זיך פּשוט ניט אויפֿפֿירן ווי דיסציפּלינירטע סאָלדאַטן פֿון איין אַרמיי. צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן זײַנען תּמיד געווען אַ סך אָפּאָנענטן פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק צי, לכל-הפּחות, פֿון אייניקע אירע אַספּעקטן. דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, ניט געמיינט, אַז די דאָזיקע ייִדן זײַנען אומבאַדינגט געווען קעגנער פֿון דער מדינה. די איצטיקע ישׂראלדיקע רעגירונג, "באַפּוצט" מיט דער פֿיגור פֿון אַבֿיגדור ליבערמאַן, האָט אויך ניט אַרויסגערופֿן קיין התפּעלות בײַ אַ היפּש ביסל ייִדן. זיי לייגט זיך מער אויפֿן שׂכל די פּראָגראַם פֿון דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ. טאָמער אַזוי, מוז זײַן אַן אָרגאַניזאַציע — צי אָרגאַניזאַציעס — פֿון אַזאַ שניט.