|
פֿון רעכטס: טובֿיה, דער מלאך רפֿאל און טובֿיהס הונט |
|
איינער פֿון די ספֿרים פֿון די "הספֿרים החיצוניים" ["די דרויסנדיקע ספֿרים"], באַקאַנט אויף אַנדערע שפּראַכן און בײַ די קריסטן ווי די "אַפּאָקריפֿאַ", די "באַהאַלטענע שריפֿטן", איז דער "ספֿר טובֿיה". די גאָר אַלטע ספֿרים שטאַמען פֿון ייִדישע מקורים, אָבער זענען נישט אַרײַנגענומען געוואָרן אין תּנ״ך, און דעריבער ווערן זיי נישט באַטראַכט ווי הייליקע ספֿרים בײַ ייִדן. דאָס מיינט נישט, אָבער, אַז די דאָזיקע ספֿרים זענען נישט אַרײַן אין ייִדישן פֿאָלקלאָר און טראַדיציע.
כאָטש די ספֿרים האָט מען, לכתּכילה, געשריבן אויף העברעיִש און אַראַמעיִש, האָט מען זיי פֿאַרשפּרייט, דער עיקר, דורך גריכישע איבערזעצונגען. אַגבֿ, האָט מען געפֿונען איינעם פֿון זיי, אויב נישט די עלטסטע איבערזעצונג אויף גריכיש, אינעם קאָטוילישן מאָנאַסטיר אויפֿן באַרג סיני אינעם 19טן יאָרהונדערט. בײַ די קאַטאָליקן און מיזרח־אָרטאָדאָקסישער רעליגיגיע איז דער "ספֿר טובֿיה" יאָ אַרײַנגענומען געוואָרן אין זייער קאַנאָן.
צווישן די מגילות וואָס מע האָט אַנטדעקט בײַם ים־המלח, האָט מען געפֿונען טעקסטן פֿון די "הספֿרים החיצוניים" און די וויכטיקייט פֿון די ווערק אינעם לעבן פֿון די אַמאָליקע ייִדן פֿאַרשטייט מען הײַנט קלאָרער. פֿראַגמענטן פֿון פֿיר וואַריאַנטן פֿונעם "ספֿר טובֿיה" אויף אַראַמעיִש און איינעם אויף העברעיִש זענען אויך דאָרטן געפֿונען געוואָרן. אַ דאַנק דער אַנטדעקונג פֿון די מגילות בײַם ים־המלח ווייסט מען שוין, אַז דער העלד אינעם עלטערן (אָריגינעלן?) נוסח פֿון "ספֿר טובֿיה", האָט נישט געהייסן טובֿיה, נאָר טובֿי. די הײַנטיקע וויסנשאַפֿטלער האַלטן אויך, אַז "ספֿר טובֿיה" האָט מען געשאַפֿן אַן ערך מיט 2300 יאָר צוריק.
די מעשׂה פֿון "ספֿר טובֿיה" אין דער פֿאָלקלאָריסטישער ליטעראַטור נעמט אַרײַן עטלעכע גאָר אַלטע מאָטיוון פֿון פֿאָלקס־מעשׂיות, דער עיקר, צוויי: "דער דאַנקבאַרער מת" און "די סכּנותדיקע כּלה" (אָדער "דעם מאָנסטערס כּלה"). דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם "ספֿר טובֿיה" ווערט דערציילט בקיצור אַזוי:
טובֿי, אַ פֿרומער ייִד, ברענגט צו קבֿר־ישׂראל אַ ייִד, וואָס ער געפֿינט ליגנדיק אין גאַס, כאָטש דער מלך האָט פֿאַרווערט מע זאָל דאָס טאָן. מע פֿאַרמסרט אים צום קעניג און טובֿי אַנטלויפֿט. ווען אַ נײַער מלך קומט אויפֿן טראָן, קערט טובֿי זיך צוריק אַהיים. נאָך אַ מאָל געפֿינט ער אַ מת אין מאַרק און ער באַגראָבט אים קעגן געזעץ. באַלד נאָך דעם, ווערט טובֿי בלינד ווען דאָס אָפּפֿאַל פֿון אַ פֿויגל פֿאַלט אַרײַן אין זײַנע אויגן.
"אין דער זעלבער צײַט, לעבט אַ מיידל, שׂרה, וואָס איז געבליבן אַ בתולה, ווײַל זי האָט שוין חתונה געהאַט זיבן מאָל, אָבער בעת יעדער חופּה־נאַכט קומט דער נישט־גוטער אַשמדאַי און הרגעט אַוועק אירע חתנים. דער אייבערשטער שיקט דעם מלאך רפֿאל צו העלפֿן סײַ שׂרה, סײַ טובֿי.
"טובֿי שיקט זײַן זון טובֿיה אויף אַ נסיעה אָפּצונעמען געלט, און דער מלאך רפֿאל, פֿאַרשטעלט ווי אַ דינער, גייט מיט מיט אים. זיי כאַפּן אַ פֿיש אין טײַך און דער מלאך רפֿאל עצהט אים צו האַלטן געוויסע טיילן פֿון פֿיש אויף שפּעטער; אייניקע וועלן אַוועקטרײַבן אַשמדאַי, די אַנדערע — אויסהיילן זײַן טאַטנס בלינדקייט. טובֿיה האָט חתונה מיט שׂרה און פֿאַרברענט דאָס האַרץ און לעבער פֿונעם פֿיש בעת דער חופּה־נאַכט און ראַטעוועט זיך. ער קומט אַהיים צום טאַטן טובֿי און היילט זײַן בלינדקייט.
פּאַראַלעלן צו דער מעשׂה פֿון טובֿיה געפֿינט מען אין כּלערליי קולטורן שוין הונדערטער, אַפֿילו טויזנטער, יאָרן. אין ס׳רובֿ אַנדערע וואַריאַנטן, העלפֿט דער גילגול פֿונעם באַגראָבענעם מת מיט די ניסים, אויפֿן אָרט פֿונעם מלאך. אויך בײַ ס׳רובֿ אַנדערע וואַריאַנטן פֿון דער מעשׂה, האָט דאָס מיידל צוליב כּישוף זיך פֿאַרליבט אינעם מאָנסטער, אָדער זי אַליין ווערט אַ שלאַנג און הרגעט אירע מענער. אין דעם נוסח, דאַרף דער העלד זי צעשנײַדן אויף צוויי טיילן, כּדי זי צו באַפֿרײַען פֿון דער קללה.
ווי אַלע פֿאָלקס־מעשׂיות, וואָס די ייִדן דערציילן איינער דעם אַנדערן, האָט מען די מעשׂה אויך "פֿאַרייִדישט". אויפֿן אָרט פֿון אַ פּרינץ און פֿון אַ שיינער כּלה, האָט מען פֿרומע ייִדן און צניותדיקע ייִדישע טעכטער, וועלכע געבן צדקה און ווײַזן אַרויס חסד. רפֿאל המלאך איז מנצח אַשמדאַי און נישט קיין שלאַנג. דער מאָטיוו פֿון צעשנײַדן די כּלה אויף צווייען האָט, ווײַזט אויס, נישט געפּאַסט פֿאַר אַ ייִדישן עולם. וואָס פֿאַרייִדישט דעם "ספֿר טובֿיה". דער עיקר, איז אַז די תּפֿילות פֿון די כאַראַקטערן פֿלעכטן דורך די מעשׂה, און באַטאָנען די ייִדישע מידות און מינהגים: אַז מע דאַרף געבן צדקה, העלפֿן די אָרעמע־לײַט, באַגראָבן לײַטיש אַ מענטשן אאַ״וו; דאָס פֿירן אַ פֿרום און ערלעך לעבן ווערט אַרויסגעבראַכט ווי די הויפּט־טעמאַטיק פֿון דער ייִדישער מעשׂה.
אין ס׳רובֿ קולטורן, לייענט מען נאָר וועגן איין העלד — "טובֿיה". אָבער אינעם ייִדישן נוסח, האָט מען צעטיילט די מעשׂה צווישן אַ טאַטן און אַ זון, ביידע (כּמעט) מיטן זעלביקן נאָמען, אַ בולטער סימן, אַז מע האָט דעם ייִדישן טעקסט באַאַרבעט פֿון אַ פֿריִערדיקן. עס זענען דאָ אַנדערע סימנים, אַז אַלטע פֿאָלקס־מעשׂיות האָבן משפּיע געווען אויפֿן "ספֿר טובֿיה". דער העלד, דער זון טובֿיה, באַקומט אַ הונט אין מיטן פֿון זײַן אַרומפֿאָרן, וועלכער באַגלייט אים ביזן סוף פֿון דער מעשׂה. אין די מאָלערײַען פֿון "ספֿר טובֿיה" בעת דער רענעסאַנס־תּקופֿה, האָט מען אַלע מאָל אויך געמאָלן דעם הונט אין דער סצענע. די חיה האָט באמת נישט קיין פֿונקציע אין דער מעשׂה, און אַ הינט, ווי באַקאַנט, איז נישט פֿון די בעסטע פֿרײַנד בײַ ייִדן. האַלט מען דעריבער, אַז דער הונט איז אַ רעשטל פֿון אַן עלטערן נישט־ייִדישן נוסח.
אין די ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות פֿון מיזרח־אייראָפּע זענען איבערדערציילט די מאָטיוון פֿון "ספֿר טובֿיה" אין פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן. בינה ווײַנרײַך, אין איר זאַמלונג פֿון ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות, דרוקט אַ וואַריאַנט פֿון דער "שלאַנג־כּלה", וואָס הייסט "דער שלאַנג־חתן", מיט אַ גאָר אַנדער געפֿיל ווי אין "ספֿר טובֿיה":
אַ נגיד אָן קינדער איז געפֿאָרן צום רבין, און דער רבי האָט אים געזאָגט: "איך וועל בעטן גאָט פֿאַר דיר, אָבער ווען דאָס קינד ווערט געבוירן דאַרפֿסטו אָנשטעלן צוואַנציק באַדינער פֿאַרן קינד." אַ זון איז געבוירן געוואָרן, אָבער דער נגיד האָט נישט געהאַלטן וואָרט און געלאָזט גיין די באַדינער. דער זון איז געוואָרן אַ שלאַנג און נעלם געוואָרן.
ווען זײַן בר־מיצווה יאָר איז אָנגעקומען האָט ער געגעבן אַ קלאַפּ אין פֿענצטער און געבעטן, דער טאַטע זאָל אים שענקען אַ פּאָר תּפֿילין. דאָס ייִנגל־שלאַנג האָט גענומען די תּפֿילין און איז פֿאַרשוווּנדן. ווען ער איז אַכצן יאָר געוואָרן, איז ער צוריקגעקומען צום טאַטן און געבעטן אַ כּלה. דער רבי האָט געזאָגט דעם נגיד צו פֿאָרן אין וואַלד, און ער וועט שטיין בלײַבן בײַ אַ כאַטע און דאָרט וועט ער געפֿינען די כּלה בײַ גאָר אָרעמע־לײַט. און אַזוי איז געשען — צוועלף טעכטער האָבן דאָרטן געלעבט.
האָט מען די עלטסטע טאָכטער געפֿירט צו דער חופּה און זי האָט געהערט ווי מע סודעט זיך, אַז זי וועט חתונה האָבן מיט אַ שלאַנג. בעת דער חופּה־נאַכט האָט זי אים גערופֿן "שלאַנג", כאָטש ער איז געווען אַ שיינער יונגער־מאַן, און ער האָט זי געטויט. האָט מען אים חתונה געמאַכט מיט די אַנדערע טעכטער, און דאָס אייגענע איז געשען מיט אַלע פֿון זיי, ביז דער צוועלפֿטער. זי האָט אים נישט גערופֿן "שלאַנג" נאָר "מײַן טײַערער מאַן", האָבן זיי געלעבט גליקלעך צוזאַמען.
זעט מען, ווי דורך צײַט און אָרט, איז אַ מאָטיוו פֿון "ספֿר טובֿיה" געוואָרן אַ טייל פֿון אַ ייִדישער פֿאָלקס־מעשׂה, אין גאַנצן באַאַרבעט פֿאַר נײַע דורות און אַ נײַעם עולם.