|
די קאַפּעליע "גליק" |
|
אין אונדזער לעצטער רובריק האָט מען געשריבן וועגן אַ נאָוואַטאָרישער גרופּע פֿון ווין, "די גויים", וואָס האָט געשאַפֿן אָריגינעלע מוזיק צו דער ייִדישער פּאָעזיע פֿון ווין אין די 1920ער יאָרן. יענע גרופּע שפּילט שוין נישט צוזאַמען, אָבער אַן אַקטיווע גרופּע אין פֿראַנקרײַך, פֿון דער שטאָט אָרילאַק, האָט אויך גענומען די איניציאַטיוו אויסצוניצן די ייִדישע ליטעראַטור אויף אַן אָריגינעלן מוזיקאַלישן אופֿן.
די קאַפּעליע "גליק" האָט זיך צונויפֿגענומען אין 2000 אונטער דעם נאָמען "דודס קלעזמער־אָרקעסטער" און געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער קלעזמער־מוזיק פֿון די 1920ער יאָרן. אין 2004 איז אַרויס זייער ערשטע רעקאָרדירונג, אין וועלכער מע הערט קלעזמער־מוזיק און ייִדיש געזאַנג. דער אָנפֿירער, דוד לעפֿעבוורע, שפּילט צימבל, בוזוקי און איז דער איינציקער זינגער. זײַן ייִדיש איז אַ נישקשהדיקס.
אין 2007 האָט די גרופּע אַרויסגעלאָזט דאָס קאָמפּאַקטל "קלעזמער פֿון ברונעם אַרויס" און אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו גיין אין אַן אַנדער ריכטונג פֿון ס׳רובֿ יונגע קלעזמאָרים הײַנט, וועלכע שפּילן די זעלבע שטיקלעך. דער טיטל נעמט זיך פֿון י. ל. פּרצס קלאַסיש ווערק "בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק", אַ פּאָעטישע דראַמע, צו וועלכער דער קלעזמער־טרומפּייטער, פֿרענק לאָנדאָן, האָט באַאַרבעט אויף ענגליש און געשאַפֿן קלעזמער־מוזיק.
פּרצעס דראַמע איז טאַקע גוט צוגעפּאַסט צו אַ קלעזמערישער באַאַרבעטונג צוליב אַזוינע כאַראַקטערן ווי — בראָדער זינגער, דער בדחן, דער פֿאָלקס־פּאָעט, די פֿאַרשיכּורטע קלעזמאָרים — ווי אויך צוליב דער סורעאַליסטישער מעשׂה, וואָס קומט פֿאָר צווישן טאָג און נאַכט, און וואָס בעט זיך ממש פֿאַר אַ מוזיקאַלישער באַגלייטונג. אין דער דראַמע פֿאַלן אַרײַן אין אַ ברונעם אַ גאַנצע קאַפּעליע און זיי קומען אַרויס יאָרן שפּעטער פֿון דאָרטן נאָך מער שיכּור.
די גרופּע "גליק" האָט זיך אידענטיפֿיצירט מיט דער קאַפּעליע אינעם ברונעם. דוד לעפֿעבוורע שרײַבט וועגן זייער רעקאָרדירונג — "דאָ און דאָרט האָבן מיר געליִען ווערטער, מעשׂיות און רעפּליקעס פֿון פּרצעס כאַראַקטערן. אַזוי אַרום האָט דער אָרקעסטער געקענט צוריקבאַקומען און אויפֿלעבן די מוזיק וואָס האָט אַמאָל די קאַפּעליע געמאַכט אַזוי באַליבט".
דאָס קאַמפּאַקטל איז נישט אין גאַנצן אָפּגעגעבן דעם פּרץ־פּראָיעקט. אַרײַנגעפֿלאָכטן זענען ניגונים, געפֿונען אין משה בערעגאָווסקיס זאַמלונגען, וועלכע "גליק" שפּילט אין אַן אַלטמאָדישן סטיל — פֿידל (דוד בראָסיע), צימבל (דוד לעפֿעבוורע), קלאַרנעט (ווינסאָן פּעריע) און באַס (סילוועסטער געניאָ). אינעם קלאַנג פֿונעם קלאַרנעט הערט מען בפֿירוש דעם סטיל פֿון דוד טאַראַס, דעם אַמעריקאַנער מײַסטער פֿון דעם אינסטרומענט.
דאָס "ליד פֿון דעם היימישן דיכטער", ווערטער פֿון פּרצעס דראַמע, גיט צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די קלעזמאָרים זענען אַרײַנגעפֿאַלן אינעם ברונעם. עס זינגט לעפֿעבוורע ווי אַ בדחן און דער פֿידלער שפּילט צו צו זײַן בדחנות און גיט צו אַ מאַרש צום סוף אין אַן עכט רומעניש־ייִדישן סטיל.
האָט איר געהערט פֿון שרעקלעכן פֿאַל
ווי ס׳איז דער קאַפּעליע, דער היגער דערגאַנגען?
האַלבע נאַכט, פֿון פּריצישן באַל,
פֿון פּריצישן באַל, פֿון קלויסטער־גאַס!
זענען, אָן ציצית קלעזמער דערגאַנגען:
פֿידל, טרומפּייטל, פּײַקל און באַס....
גייען די קלעזמער פֿון פּריצישן באַל,
נסך געטרונקען, פּת־עכּום געגעסן,
שיכּור פֿון תּאווה, שיכּור פֿון ווײַן...
ס׳איז האַלבע נאַכט,
דער געץ וואַכט,
נעמט ער און ציט זיי אין ברונעם אַרײַן...
שפּרינגען זיי איינס נאָכן צווייטן כּסדר...
אין אַן אַנדער ליד פֿון דער דראַמע — "דער בדחן פֿאַרבענקט זיך" — קוקט דער בדחן אויף די טויטע וואָס שטייען אויף תּחית־המתים. דער בדחן דעקלאַמירט די ווערטער, באַגלייט פֿונעם פֿידל אין אַ דוינע־סטיל:
ווען נאָך קלינגענדיקע לידער!
ווען נאָך רויזן־קראַנצן
אויף די קעפּ! און צעגאָסן
רויזן־אייל!
און דאַמען־האָר — צעפֿלאָסן!
עס בליצט, שימערירט
יעדער בליק, אַ פֿײַל!
עס אָטעמט מאַרמאַר, דעקאָלטירט,
ווי בײַ פּריצים אויף די באַלן!
דוד לעפֿעבוורע האָט אין איין ליד "פֿריי־קלעז טאַנץ" קאָמבינירט זײַנע צוויי "ליבעס" — בערעגאָווסקיס געזאַמלטע מעלאָדיעס און פּרצעס ווערטער. נאָך דעם ווי "גליק" שפּילט אָפּ דעם פּאַטש־טאַנץ און אַ ניגון בעת וועלכן די ייִנגלעך און מיידלעך אין דער דראַמע צעטאַנצן זיך, שרײַט אויס דער בדחן:
העי, חבֿרים פֿרײַנט!
קינדער ווילן טאַנצן גיין,
קינדער ווילן, זאָל געשען!
פֿידל, פּײַקל, צימבל, באַס,
ס׳איז אַ באַל אין מיטן גאַס!
— עלע פּעלע!
— באָמציק — באָמציק...
באָמציק — צאַג!
זע'מיר אַלע שיכּור בעלע,
ווער וועט פֿירן די קאַפּעליע?
עס זאָל גיין מיטן קנאַק?
די קאַפּעליע "גליק" האָט זיך באַמיט צו געפֿינען פּאַסיקע מעלאָדיעס פֿאַר די ווערטער אין דער דראַמע, און אונדז דאַכט, אַז די שאַפֿונגען פּאַסן טאַקע. צום סוף, למשל, זינגט דער בדחן אין דער דראַמע, צו דער מעלאָדיע פֿון בערעגאָווסקיס "אַ גוטע נאַכט", ווערטער אײַנצושלעפֿערן די מענטשן אין די הײַזער.
סײַ דער עצם־געדאַנק פֿון דער רעקאָרדירונג, סײַ די מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן פֿון דער קאַפּעליע "גליק" אַנטפּלעקן אַן אינטעליגענטן און אָריגינעלן צוגאַנג פֿאַר קלעזמער אויסצוניצן די אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
צו באַשטעלן דאָס קאָמפּאַקטל, שרײַבט:
courrier@glik.fr