טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דזשים בראָכו אין דער ראָלע פֿון זיראָ מאַסטעל
דזשים בראָכו אין דער ראָלע פֿון זיראָ מאַסטעל

איך מוז אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד, אַז אַזאַ הנאה ווי פֿון דער איין־פּערזאָניקער פֿאָרשטעלונג "די זיראָ־שעה" האָב איך שוין פֿון לאַנג נישט געהאַט. ערשטנס, האָט עס צו טאָן מיטן גרויסן און באַרימטן קינסטלער־אַקטיאָר־קאָמיקער זיראָ מאָסטעל, אויסגעפֿירט פֿון אַ ריזיק פֿעיִקן אַקטיאָר, וועלכער ענדלט ווי צוויי טראָפּן וואַסער צום קאָמיקער, און ער הייסט דזשים בראָכו. דער זעלבער בראָכו האָט אויך געשריבן דעם בריליאַנטענעם סצענאַר. און רעזשיסירט האָט עס די אַמאָליק־באַרימטע האָליוווּדער אַקטריסע פּײַפּער לאָרי, וואָס עס פֿעלט איר נישט קיין לויבגעזאַנגען פֿאַר אירע אויפֿטריטן אין אומצאָליקע האָליוווּדער פֿילמען, באַרימטע פּיעסעס אויף בראָדוויי און טעלעוויזיע. פֿאַרשטייט זיך, אַז יעדער איינער וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער פֿאָרשטעלונג האָט צוגעלייגט נישט נאָר מוח, נאָר דעם אינטעלעקט, און גראָמאַדנעם טאַלאַנט. און איך מוז אײַך זאָגן, עס האָט צוגעצויגן אַן אינטעליגענטן עולם; אַן עולם אויף אַ ניוואָ, וואָס האָט רעאַגירט מיט טרערן און געלעכטער און, דער עיקר, מיט גרויס הנאה.

די סצענע עפֿנט זיך מיט זיראָן. דער אַקטיאָר דזשים בראָכו, וואָס איז אַ קאַפּיטשקע העכער פֿון מיטעלן וווּקס, נישקשהדיק באַלײַבט, מיט הערעלעך וואָס פֿאַרשטעלן זײַן ליסינע פֿון פֿאָרנט, לײַכט אויף די פֿיס ווי אַ באַלעט־טענצער און אַ מויל פֿול מיט ביטערן הומאָר, דערציילט ער אין אָנהייב (אין דער ראָלע פֿון זיראָ מאָסטעל), אַז ער, זיראָ, שטאַמט אָפּ פֿון אַ ייִדישער משפּחה אויף דער "לאָוער־איסט־סײַד," דער זון פֿון אָרטאָדאָקסישע עלטערן, נײַע אימיגראַנטן, מיט אַ בינטל קינדער אַרום זיך. אָנגעהויבן האָט ער ווי אַ קאָמעדיאַנט אויפֿן "באָרשט־בעלט" אין די קעטסקיל־בערג, און מיט דער צײַט איז ער אָנגעקומען קיין מאַנהעטן, אויפֿגעטראָטן אין עקסקלוסיווע "Super-Clubs" (עלעגאַנטע קאַפֿעען), ביז זײַן גרעסטן טריומף אויף בראָדוויי אין "אַ פֿידלער אויפֿן דאַך," וווּ ער האָט נישט געקענט פֿאַרלײַדן דעם כאָרעאָגראַף דזשעראָם ראַבינס (פֿאַרקירצט פֿון ראַבינאָוויטש). זעט אויס, אַז יענער איז געווען אַ קאַפּריזנער פּאַרשוין און ווען צוויי שווערע כאַראַקטערן באַגעגענען זיך, איז נישט אַנדערש ווי אָקסנקאַמף.

דער אַקטיאָר, וואָס שפּילט אויס די ראָלע פֿון זיראָן ביז פּערפֿעקציע, גיט צו אַז זיראָ האָט געהאַט זייער אַ גרויסע השפּעה אויף זײַן אייגן לעבן. ער האָט געהאַט די זכיה אים צו קענען פּערזענלעך. ער דערציילט, אַז זיראָס לעבן איז געווען פֿול מיט געלעכטער און גרויסער דראַמע. ער האָט געמוזט בײַקומען גרויסע טראַגעדיעס אין זײַן לעבן.

די ערשטע פֿרוי, דווקא אַ ייִדישע, האָט אים אָפּגעגט מיט גרויסע שוועריקייטן און פֿאַרלאַנגט אויסצורייניקן זײַן קאַסע. זײַן צווייטע פֿרוי, און דאָס מאָל אַ קריסטלעכע, מיט וועלכער ער האָט געלעבט בשלום, האָט אים געבוירן אַ זון, דזשאָן מאָסטעל. איך בין אונטערן אײַנדרוק, אַז איך זע אין די פֿילמען און טעלעוויזיע זײַן נאָמען. דער יאַט זעט אויס ווי אַ ייִנגערע ווערסיע פֿון זײַן באַרימטן טאַטן. זיראָ דערציילט, ווען ער האָט געברענגט זײַן זון צום ערשטן מאָל צו זײַנע פֿרומע עלטערן, האָבן זיי אים פֿאַריאָגט פֿון זיך, נישט געוואָלט אָנערקענען סײַ אים און סײַ זײַן קינד, און אַלץ צוליב דעם וואָס ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ שיקסע. און אַזוי איז עס צוגעגאַנגען. יעדער טריומף איז געקומען מיט אַ זבענק.

די סצענע עפֿנט זיך אין זײַן סטודיאָ אַוווּ ער מאָלט זײַנע בילדער. אַ צווייט־ראַנגיקער אַקטיאָר איז געקומען אים אינטערוויויִרן פֿאַר אַ צײַטונג. כאָטש מען זעט נישט דעם מענטשן, מ׳הערט נאָר די פֿראַגעס און ענטפֿערס וואָס ער שטעלט — פֿון זיראָן אַליין. זיראָ איז ווי אַן עכאָ דערין. דער אַקטיאָר האָט אים פֿאַרגעטערט, ממש זיך צעגאַנגען פֿאַר גרויס כּבֿוד און אָפּשײַ און נישט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז ער שטייט אין די ד׳ אַמותן פֿון אַזאַ ריזיקער פֿיגור אין דער וועלט פֿון גרויס געלעכטער. יעדעס צווייטע וואָרט גליטשט זיך אַרויס פֿון זיראָס מויל ספּאָנטאַן און אָן פּרעטענזיעס; וואָס אויף דער לונג דאָס אויף דער צונג, און, דער עיקר, איין קאָמישער און בליציקער געדאַנק נאָך אַ צווייטן.

זיראָס פּאָליטיק האָט אים געקאָסט געזונט, פֿאַרלוסט פֿון אַרבעט, סײַ אין האָליוווּד און סײַ אויף בראָדוויי. זי האָט אים געקאָסט זײַן קונסט, זײַנע פֿרײַנדשאַפֿטן און די פֿאַרראַטן פֿון נאָענטע פֿרײַנד. דער "סענאַטאָר מעקאַרטי" האָט געשאַפֿן אַ שוואַרצע ליסטע און אַ שרעקלעכע אַטמאָספֿער דאָ אין לאַנד אין די פֿופֿציקער יאָרן. די אויספֿאָרשונגען, די אינקוויזיציעס האָבן זיראָן פֿאַרוואַנדלט אין אַ מענטש, וואָס האָט אָנגעוווירן זײַן גלויבן אין מענטש און אינעם אַמעריקאַנער סיסטעם פֿון פֿרײַהייט פֿון וואָרט און אין איר פּאָליטיק. די לופֿט אַרום דער אינקוויזיציע האָט געמאַכט אַ בהלה אין דער קונסט־סבֿיבֿה פֿון אַמעריקע און איבער דער וועלט. די שרעק, אַז אָט־אָט וועט מען זיך טשעפּען צו אומשולדיקע קרבנות, ווײַל מען האָט געזוכט אין אַלע ווינקעלעך אין אַמעריקע, אין אַלע לעכער און שפּעלטער, די קאָמוניסטן, וואָס גייען באַשעדיקן די גאָלדענע מדינה. אַפֿילו מײַן מאַמע, געדענק איך, פֿלעגט גיין אין גאַס און אויסדרייען איר קאָפּ אויף צוריק, צו זען צי מ׳שפּירט איר נישט נאָך. און מיר זײַנען דאָך אַנטלאָפֿן פֿונעם קאָמוניזם.

עס איז געקומען צו דעם, אַז מען האָט פֿון זיראָן געפֿאָדערט אַרויסצוגעבן נעמען פֿון די אַקטיוויסטן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, ווי עס האָבן געטאָן דער באַרימטער האָליוווּדער אַקטיאָר אַדאָלף מאַנזשו, אַן אַקטיאָר פֿון גרויס סטאַזש — ראָבערט טיילאָר, דער וועלט־באַרימטער רעזשיסאָר עליע קאַזאַן און אַנדערע, וואָס האָבן געמסרט און אויסגעגעבן נעמען. איז איינס פֿון די ביידע, אָדער זיי האָבן גענומען נקמה אין אַזוי־גערופֿענע פֿרײַנד, דער עיקר, אויב זיי זײַנען געווען ייִדן, אָדער זיי האָבן געהאַט בדעה אָפּצורוימען יענע, וואָס זײַנען זיי געשטאַנען אין וועג פֿון בעסערע ראָלעס. אַזוי איז דער וווּנדערלעכער אַקטיאָר לאַרי פּאַרקס געוואָרן באַזײַטיקט. און צווישן אַנדערע זײַנען געווען פֿילם־שרײַבער, וועלכע האָבן דעמאָלט געליטן אַ מפּלה; און אַלץ אויס דער נידערטרעכטיקייט און אוממענטשלעכקייט, קינאה און שׂינאה צו עמעצן וואָס איז געווען מער באַרימט, מער טאַלאַנטירט אָדער רײַכער. טשאַרלי טשאַפּלין האָט דעמאָלט געמוזט פֿאַרלאָזן אַמעריקע.

זיראָ קלאָגט אויף דער דאָליע פֿונעם אַקטיאָר וועלכן מען האָט באַזײַטיקט פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם "Yoho Mrs. Goldberg," מיט דער הויפּט־אַקטריסע גערטרוד בערג. דער אַקטיאָר וואָס האָט געשפּילט די ראָלע פֿון איר מאַן איז געצוווּנגען געוואָרן צו פֿאַרלאָזן די פּאָפּולערע פּראָגראַם, און אין עטלעכע טעג אַרום איז ער באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. און ער איז נישט געווען דער איינציקער.

זיראָ האָט צום מזל נישט געהערט צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. ער איז דווקא געווען אַ נאָכלויפֿער, אַ ליבעראַל, אַ דעמאָקראַט און זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ האַרץ פֿול מיט פֿאַרדראָס און עגמת־נפֿש, נישט קענענדיק פֿאַרשטיין וואָס האָט געפֿירט די באַרימטסטע האָליוווּדער אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן צו קאַפּיטולירן און פֿאַרוואַנדלען זיך אין מוסרים. און נישט געקוקט אויף דעם אַלעם איז זיראָ געווען אַ פּרעכטיקער מאָלער, אַ וווּנדערלעכער קאָמעדיאַנט און אַ ריזיקער קינסטלער וואָס איז דאָס אַלץ איבערגעקומען. זײַנע פֿילמען געדענקען זיך, דער עיקר, מעל ברוקסעס "די פּראָדוצענטן."

מײַנע אַ גוטע באַקאַנטע, סאָניע סטעף, האָט מיר אַמאָל דערציילט אַז זיראָ איז געווען איר שכן אין גרעניטש־ווילעדזש, און אַז נאָך דעם ווי ער איז געוואָרן שטאַרק באַרימט, איז אים זײַן גרויסקייט אַרײַן אין דער נאָז. זי האָט נישט געוווּסט, אַז ער איז אַזוי געבוירן געוואָרן. זי האָט מיר אַמאָל דערציילט, אַז מען האָט אים באַגעגנט אין גאַס, פֿלעגט ער ווי אַ באַגריסונג שפּײַען מיט גראָבע רייד און וווּלגאַרע ציטאַטן, קיין איידל וואָרט איז פֿון אים נישט אַרויס. ער האָט אַראָפּגעקוקט אויף מענטשן, אָפּגעלאַכט און געחוזקט פֿון אַלץ און אַלעמען אַרום זיך. דאָס האָט מיר דערציילט סאָניע סטעף.

אויך אַ סימן. קיין גרויסע דערציִונג האָט זיראָ נישט באַקומען, נישט קיין ייִדישע און נישט קיין וועלטלעכע. אָפּגעשטאַמט פֿון גרויס אָרעמקייט, אויסגעאיבט זײַן קונסט אין די קעטסקיל־בערג, אויפֿן "באָרשט־בעלט," וווּ ס׳רובֿ פֿון די געסט זײַנען געווען איבערגעפֿרעסן און איבערגלופֿין. ער איז געווען אין אַ גוטער קאַמפּאַניע, ווײַל פֿון דאָרט איז אויך אַרויס מעל ברוקס, וווּדי אַלען, סיד סיזער און קאַרל רײַנס, באַדי העקעט און אויך דעני קיי (קאַמינסקי) — ס׳רובֿ ייִדן. דאָס איז געווען אַ טעריטאָריע וווּ מען האָט געמוזט מאַכן דעם איבערגעזויפֿטן עולם לאַכן, אַנישט איז דער אָוונט געווען אַ פֿאַרלוירענער. קאָרטן איז דאָרט געווען אַן אַקטיוויטעט, און פֿאַרווײַלונג ביז האַלבער נאַכט — פֿון דעם איז געווען אָפּגערעדט.

אָט אין דעם איז באַשטאַנען זיראָס דערציִונג. אַלץ וואָס די איבערגעהאָרעוועטע קאָמעדיאַנטן, פֿאַרפֿאַסער פֿון פֿאָרשטעלונגען און לאַך־מײַסטערס האָבן געהאַט, איז געווען דער חלום פֿון האָליוווּד און בראָדוויי. און ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן זיך דאָראָבעט, אַרײַנגערעכנט זיראָ מאָסטעל. און אַז עס איז געקומען צו געלט־ענינים, האָט מען אויך נישט געוווּסט ווי זיך צו ספּראַווען. מען האָט פֿאַשפּאַנדרעוועט און אויסגעגעבן ווי דאָס געלט וואָלט געוואַקסן אויף ביימער. דאָס איז געבליבן אַן אייביקע צרה מיט די שפּילפֿייגל וואָס פֿאַרווײַלן אונדז.

איין זאַך מוז איך אײַך זאָגן. פֿאַרפֿעלט נישט די וווּנדערלעכע פֿאָרשטעלונג. מ׳שפּילט זי אין:

Theater at Saint Clement’s
423 West 46th Street
(between 9th and 10th Ave.)
(212) 239-6200
www.ZeroHourShow.com

‏פֿאַשפּאַנדעוועט

‏פֿאַשפּאַנדעוועט: דאָס איז אַ וואָרט? ווי "אויסגעברענגט"? ‏

ניט בײַ האַרקאַווי, ניט בײַ סטוטשקאָוו