רעצעפּטן

אָט איז אַ הויפּט־געריכט פֿאַר אײַער סדר, אַרויסגענומען פֿונעם פֿריִער דערמאָנטן קאָכבוך, Passover the Healthy Way. יעדע פֿון די 10 פּאָרציעס באַשטייט פֿון בלויז 266 קאַלאָריעס און 4.5 גראַם פֿעטס!


10 שטיקלעך בייליק (chicken breast) אָן הויט און אָן ביינער

1/2 לעפֿעלע איילבערט־בוימל

1/2 טעפּל צעהאַקטע ציבעלע

5 ראַזעווע (whole wheat) צעברעקלטע מצות

1/2 טעפּל טריקענער רויטער ווײַן

1/2 טעפּל יויך מיט ווייניק נאַטריום

1 ווײַסל

1/2 לעפֿל פּאַפּריקע

1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער

שפּריצבוימל

1/3 טעפּל ווייניק־פֿעטיקער מאַיאָנעז

2 לעפֿל קעטשאָפּ

1 לעפֿל האָניק


הייצט אָן דעם איילבערט־בוימל אין דער פּאַטעלניע. פּרעגלט די ציבעלע ביז זי ווערט ווייך, אָבער נישט ברוין. גיט אַרײַן די צעברעקלטע מצות און קאָכט ווײַטער ביז זיי ברוינען זיך צו אַ ביסל.

מישט אַרײַן דעם ווײַן, יויך, ווײַסל, פּאַפּריקע און שוואַרצן פֿעפֿער, און דרייט אָפּ דאָס פֿײַער.

הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (177 צעלזיוס). באַשפּריצט אַ גרויסן בעקן מיט שפּריצבוימל, און לייגט אַהין אַרײַן די שטיקלעך בייליק.

גיט 1/4 טעפּל פֿון דעם מצה־פֿילעכץ אין מיטן פֿון יעדן בייליק־שטיקל, און וויקלט עס צונויף. שטעקט אַרײַן אַ ציין־שטעכער אין יעדן געוויקלטן שטיקל בייליק, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז ס׳וועט זיך נישט צעפֿאַלן בשעתן באַקן.

מאַכט דעם סאָוס פֿון מאַיאָנעז, קעטשאָפּ און האָניק, און באַשמירט דעם בייליק מיט דעם. באַקט עס 30—40 מינוט.