ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Gerhard Josef Langer.

Am Ende schuf der Mensch...
Salzburg: Edition 
Tandem, 2010.


די געשטאַלט פֿונעם גולם האָט אַ לאַנגע און רײַכע ליטעראַרישע געשיכטע אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, אָבער דאָס בוך פֿון גערהאַרד לאַנגער "לסוף האָט דער מענטש געשאַפֿן...", איז, דאַכט זיך, דער ערשטער ראָמאַן, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן דורך אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישקייט. פּראָפֿעסאָר לאַנגער פֿונעם זאַלצבורגער אוניווערסיטעט האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון תּנ״ך און מדרש. זײַן העלד, מיכאַעל פֿיורסט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אין זאַלצבורג; אַ קריסטלעכער טעאָלאָג, וואָס האָט מיט דער צײַט אָנגעהויבן דענקען און אויפֿנעמען די וועלט מיט ייִדישע אויגן.

אָבער בעת דער הויפּט־העלד פֿונעם ראָמאַן זעט אויס גאַנץ רעאַליסטיש, מען קאָן אַפֿילו זאָגן אויטאָ־ביאָגראַפֿיש, איז דער סיפּור־המעשׂה ביז גאָר פֿאַנטאַסטיש. די האַנדלונג איז פֿולגעפּאַקט מיט כּלערליי אַוואַנטורעס, סודות און נסים. די געהיימע פּאָליטיק פֿונעם נאָענטן מיזרח, די געשיכטע פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, דער הײַנטיקער שמוגל פֿון מיידלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע ווערן איבערגעמישט מיט קבליסטישע פּירושים און טעאָלאָגישע חקירות. די געשעענישן קומען פֿאָר, דער עיקר, אין הײַנטיקן עסטרײַך. אָבער צומאָל ווערט דער לייענער אַריבערגעטראָגן אין אַן אַנדערער צײַט, אָדער אויף אַן אַנדער אָרט — פֿון בוקאָווינע ביז ירושלים.

דער צענטראַלער מאָטיוו פֿונעם ראָמאַן איז די אַלטע גולם־מעשׂה. הגם די אידעע פֿון שאַפֿן אַ קינצלערישן בן־אָדם פֿון ליים האָט אַלטע וואָרצלען אין דער קבלה, האָט זי באַקומען אַן אַנטוויקלונג ערשט צום סוף פֿון דער מיטל־אַלטערלעכער תּקופֿה; און דווקא אין דעם מלכות פֿון די האַבסבורגן; אין פּראָג, סוף 16טן יאָרהונדערט. זינט דעמאָלט האָט די מאַגישע געשטאַלט פֿונעם גולם אויפֿגערודערט דעם כּוח־הדמיון פֿון ייִדישע און ניט־ייִדישע קינסטלער און ליטעראַטן, און איז ספּעציעל פּאָפּולער געוואָרן אין די דײַטשיש־רעדנדיקע לענדער מיט אַרום הונדערט יאָר צוריק, אַ דאַנק דעם ראָמאַן פֿון גוסטאַוו מײַרינק (1914) און דעם פֿילם פֿון פּאַול וועגענער (1915).

דער ראָמאַן "לסוף האָט דער מענטש געשאַפֿן..." שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מין המשך פֿון דער דאָזיקער ליטעראַרישער טראַדיציע. די געשטאַלט פֿון גולם האָט דאָ אַ סימבאָלישע פֿונקציע. זי פֿאַרקערפּערט אַ באַגער, וואָס יעדער מענטש טראָגט אין זײַן אונטערבאַוווּסטזײַן. דעם העלד פֿונעם ראָמאַן גיט זיך אײַן, נאָך אַ סך מי און אַוואַנטורעס, צו באַהערשן דעם סוד פֿון שאַפֿן אַ גולם מיט דער הילף פֿון צירופֿים און אנדערע קבליסטישע אָפּעראַציעס. פֿון דעם קומט אַרויס אַ שיין מיידל מיטן נאָמען "בצלמו", וואָס רעדט על־פּי־טבֿע דעם אַלטן העברעיִש פֿונעם תּנ״ך, אָבער איז אויך בכּוח גרינג צו באַהערשן אַלע הילכות פֿון דער מאָדערנער וועלט.

אויּב מען קאָן זאָגן, אַז בצלמו פֿאַרקערפּערט דעם חלום פֿונעם קאַטוילישן פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אינעם זאַלצבורגער אוניווערסיטעט, האָבן די ייִדישע פּערסאָנאַזשן פֿונעם ראָמאַן זייערע אייגענע סיבות צו שאַפֿן אַ גולם. אַ גרופּע עלטערע רוזשינער חסידים איז אַ מאָל על־פּי־נס געראַטעוועט געוואָרן פֿונעם חורבן דורך אַ ריזיקן גולם; אָבער איצט ווילן זיי אומקערן דעם דאָזיקן סוד דאָרטן צוריק אינעם צדיקס קבֿר. די ייִנגערע ישׂראלים באַדאַרפֿן דעם גולם, כּדי צו לייזן זייערע פּראָבלעמען, בעת אַ קרימינעלע גרופּע האָט בדעה אײַנצושטעלן אַ מאַסן־פּראָדוקציע פֿון גולם־מיידלעך פֿאַר ווינער באָרדעלן.

אַ סך געשעענישן פֿונעם ראָמאַן זײַנען ביז גאָר ווילד און ניט־וואָרשײַנדלעך. אָבער ניט זיי זײַנען, דער עיקר, נאָר דער געדאַנקען־גאַנג פֿון פּראָפֿעסאָר מיכאַעל פֿיורסט. ער שטייט צווישן צוויי וועלטן. ווי אַ ליבעראַלער אייראָפּעער, איז ער פֿרײַ פֿון ייִדישע אַנגסטן און לײַדנשאַפֿטן, אָבער ווי אַ קענער פֿון ייִדישער קולטור און געשיכטע פֿאַרשטייט ער זיי זייער גוט. די ייִדישע פּערסאָנאַזשן פֿונעם ראָמאַן גיבן אים אַזוי אָדער אַנדערש צו וויסן, אַז ער איז אַ פֿרעמדער אין זייער וועלט. ווי אַ קריסט קאָן פֿיורסט קיין מאָל ניט אַרײַנקוקן אין דער ייִדישער נשמה.

דער ראָמאַן באַרירט שאַרפֿע מאָראַלישע פֿראַגעס פֿון דער הײַנטיקער פּאָליטיק. פֿיורסט האָט אַ סך סימפּאַטיע און מיטלײַד צום ציוניזם און ישׂראל און שטעלט זיך אַנטקעגן די אַנטיסעמיטישע שטימונגען, וואָס ווערן אַלץ מער פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע. אָבער דערבײַ האַלט ער, אַז די קייט פֿון קעגנזײַטיקן געוואַלט צווישן די ישׂראלים און אַראַבער קאָן פֿירן צו אַ נײַעם חורבן, סײַ אַ פֿיזישן און סײַ אַ מאָראַלישן. ער אַליין קאָן ניט פֿאָרלייגן קיין וועג, עס בלײַבט פֿאַר אים בלויז צו אָבסערווירן און זאָרגן זיך פֿאַר בצלמו, וואָס ער האָט ליב, ווי זײַן אייגענע טאָכטער.

גאַנץ אינטערעסאַנט איז די שילדערונג פֿונעם ריס צווישן צוויי דורות ייִדן — די עלטערן, וואָס זײַנען אויפֿגעוואַקסן אין מיזרח־אייראָפּע און ניצול געוואָרן פֿונעם חורבן, און זייערע ישׂראלדיקע קינדער. ניט געקוקט אויף דער הייסער קעגנזײַטיקער ליבע, פֿאַרשטייען ניט די צוויי דורות ייִדן זייער גוט איינער דעם אַנדערן. די עלטערן ווילן באַגראָבן דאָס שטיקל אַלטן פּערגאַמענט מיטן סוד פֿונעם גולם, וואָס האָט זיי אַ מאָל געראַטעוועט פֿונעם חורבן, בעת די קינדער ווילן ברענגען דעם גולם צום לעבן, כּדי צו לייזן זייערע פּראָבלעמען. קיין איינדײַטיקן ענטפֿער באַקומט מען ניט. דער ראָמאַן ענדיקט זיך מיט צוויי לוויות, און דאָס ווײַטערדיקע לעבן פֿונעם העלד בלײַבט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן.