קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַמשיי ניורענבערג.
"אָדעס — פּאַריז — מאָסקווע׃
זכרונות פֿונעם קינסטלער".
מאָסקווע/ירושלים׃
"גשרים", 2010

דער קינסטלער אַמשיי ניורענבערג (1887—1979) געהערט צו דער "דרומדיקער" שיטה אין דער רוסישער קולטור, פּונקט ווי זײַנע גוטע פֿרײַנט, די שרײַבער איסאַק באַבעל און עדואַרד באַגריצקי. אַזוי ווי זיי, האָט זיך זײַן קינסטלערישער טאַלאַנט אויסגעפֿורעמט ערבֿ דער רוסישער רעוואָלוציע אין דער פֿרײַער און פֿריילעכער אַטמאָספֿער פֿון אָדעס. אָבער די קינסטלער פֿון דער "אָדעסער" שול זײַנען עד־היום פֿאַברליבן ווייניקער באַקאַנט, איידער זייערע קאָלעגן־ליטעראַטן — להיפּוך צו ליטע און ווײַסרוסלאַנד, וואָס האָבן געגעבן דער וועלט אַזעלכע באַרימטע קינסטלער, ווי מאַרק שאַגאַל און חיים סוטין, אָבער ניט קיין גרויסע שרײַבער. אַ גרויסע זאַמלונג פֿון די אָדעסער מאָדערניסטן איז לעצטנס געקויפֿט געוואָרן דורך דער אוקראַיִנער פֿונדאַציע פֿון אַוואַנגאַרד־קונסט און וועט מן־הסתּם אויפֿלעבן דעם אינטערעס צו די פֿאַרגעסענע קינסטלער.

ניורענבערג איז געבוירן געוואָרן אין יעליסאַוועטגראַד (הײַנט קיראָוואָגראַד, אין דרום־אוקראַיִנע) אין דער משפּחה פֿון אַ פֿיש־הענדלער. אין די יאָרן 1905—1911 האָט ער שטודירט מאָלערײַ אין דער אָדעסער קונסט־שול, און דערנאָך פֿאַרבראַכט צוויי יאָר אין פּאַריז, וווּ ער האָט געטיילט אַ סטודיע מיט מאַרק שאַגאַל. נאָך זײַן אומקער קיין אָדעס האָט ער זיך צוזאַמען מיט אַנדערע "אָדעסער פּאַריזער", מיט ברען גענומען פּראָפּאַגאַנדירן די מאָדערנע קונסט. נאָך דער רעוואָלוציע איז ער באַשטימט געוואָרן פֿאַרן פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿאַר קונסט בײַם אָדעסער ראַט. ווען אָדעס איז אָקופּירט געוואָרן דורך דער ווײַסער אַרמיי, איז ער אַנטלאָפֿן קיין יעליסאַוועטגראַד, וווּ ער האָט רעדאַגירט אַ רוסישע צײַטונג.

זינט 1920 האָט ניורענבערג געלעבט אין מאָסקווע, געלערנט אין דער קונסט־אַקאַדעמיע, געאַרבעט ווי אַ קונסט־קריטיקער פֿאַר דער צענטראַלער קאָמוניסטישער פּאַרטיי־צײַטונג "פּראַוודאַ". אין 1929 איז ער געשיקט געוואָרן קיין פּאַריז, כּדי צו פּראָפּאַגאַנדירן די נײַע סאָוועטישע קונסט. דערנאָך, ווידער געווען אַקטיוו אינעם סאָוועטישן קונסט־קרײַז; באַטייליקט זיך אין אויסשטעלונגען און אַ סך געשריבן, דער עיקר, וועגן דער פֿראַנצויזישער קונסט. זײַנע זכרונות זײַנען דערשינען אין 1969. אָבער אַ פֿולע אויסגאַבע, וואָס נעמט אַרײַן זײַנע טאָג־ביכער, איז אַרויס ערשט איצט, אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון זײַן אייניקל אָלגאַ טאַנגיאַן. זי האָט אויך געשאַפֿן אַ שיינע און אינפֿאָרמאַטיווע וועבזײַט אויף רוסיש און ענגליש.

ניורענבערג איז געווען אַ לעבעדיקע און קאָלירפֿולע פּערזענלעכקייט מיט אַ סך באַקאַנטע אין פֿאַרשידענע סבֿיבֿות. זײַנע געשטאַלטן באַווײַזן זיך אונטער פֿאַרשידענע מאַסקעס, אין עטלעכע ליטעראַרישע ווערק פֿון זײַן איידעם, דעם באַקאַנטן רוסישן שרײַבער יורי טריפֿאָנאָוו. ניורענבערג איז געווען אין גוטע באַציִונגען מיטן ערשטן דור סאָוועטישע פּאַרטיי־טוער, אַזעלכע ווי לונאַטשאַרסקי, וואָס האָבן געהאַט דרך־ארץ פֿאַר בילדונג און קולטור, און האָט פֿײַנט געהאַט די נאַציאָנאַליסטישע גראָבע יונגען, וועלכע זײַנען געקומען דערנאָך.

אָבער ער איז תּמיד פֿאַרבליבן אויף דער אויבערפֿלאַך פֿונעם עפֿנטלעכן קולטורעלן לעבן. זײַן פֿרוי איז געווען אַ באַלערינע, און זײַן טאָכטער, נינאַ נעלינאַ, איז געוואָרן אַ באַרימטע אָפּערע־זינגערין אין "באָלשוי טעאַטער" און אַפֿילו באַקומען דעם העכסטן בכּבֿודיקן טיטל "פֿאָלקס־אַרטיסטקע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד". פֿון זײַן יוגנט אָן האָט ניורענבערג געהאַט סימפּאַטיעס פֿאַרן קאָמוניזם, אָבער ער האָט אויך ליב געהאַט די מאָדערנע אייראָפּעיִשע קונסט. ער האָט געשאַפֿן אַ סעריע בילדער פֿון לענינען אין פּאַריז — אַ סבֿרה, האַלט אָלגאַ טאַנגיאַן, אַז דאָס האָט אים געגעבן אַ גוטע מעגלעכקייט צו מאָלן פּאַריזער שטאָט־לאַנדשאַפֿטן און "כּשרן" זיי פֿאַרן סאָוועטישן צענזאָר מיט דער לענין־פֿיגור.

אַרום 1930 איז ניורענבערג, ווי אַ סך אַנדערע סאָוועטישע קינסטלער, געשיקט געוואָרן אין אַ "שעפֿערישן שליחות" צו דאָקומענטירן די דערגרייכונגען פֿון דער "סאָציאַליסטישער בויונג". צווישן די פּראָדוקטן פֿון די דאָזיקע רײַזעס איז געבליבן אַ סעריע פּאָרטרעטן פֿון עלטערע ייִדן פֿון וויניצע. אייניקע ווערק פֿון דער דאָזיקער סעריע האָבן אים קונה־שם געווען ווי אַ "מאָסקווער רעמבראַנדט". אינטערעסאַנט, וואָס דווקא די ייִדישע טעמע האָט ניורענבערג באַהאַנדלט אין אַ טרוקענעם טראַדיציאָנעלן רעאַליסטישן סטיל — אַ בולטער אונטערשיד צו זײַנע מאָדערניסטישע מיטאָלאָגישע פֿאַנטאַזיעס פֿון דער אָדעסער תּקופֿה אָדער די קאָלירפֿולע לאַנדשאַפֿטן פֿון צענטראַל־אַזיע.

דער געמישטער סטיל פֿון זײַנע זכרונות און נאָטיצן שפּיגלען אָפּ זײַן טעמפּעראַמענט, וואָס האָט אים דערמעגלעכט איבערצולעבן די גאַנצע סאָוועטישע תּקופֿה. אייניקע קורצע מעשׂיות, ווי למשל, די דערציילונג פֿונעם אַלטן אָדעסער ייִד חיים־בער וועגן דעם פּאָגראָם פֿון 1919, דערמאָנען אָן דער זאַפֿטיקער פּראָזע פֿון איסאַק באַבעל, בעת אַנדערע נאָטיצן, אַזעלכע ווי דער קורצער באַריכט פֿון מאַרק שאַגאַלס באַזוך אין מאָסקווע אין 1974, שמעקן מיטן סאָוועטישן אידעאָלאָגישן עיפּוש. די מעלה פֿון דער איצטיקער אויסגאַבע שטעקט דווקא אין דעם, וואָס זי ברענגט צונויף שפּעטערע זכרונות, אַקטועלע טאָגבוך־נאָטיצן און קריטישע אַרטיקלען אויף פֿאַרשידענע קונסט־טעמעס. צונויפֿגענומען אין איינעם, שאַפֿן זיי אַ רײַכן און פֿילזײַטיקן, הגם גאָר סתּירותדיקן, פּאָרטרעט פֿון אַן אייגנאַרטיקן רוסיש־ייִדישן קינסטלער, וועלכער האָט אָפּגעהיט זײַן כאַראַקטער, ניט געקוקט אויף אַלע צרות, וועלכע זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף זײַן דאָליע.

1919 — אַ גאַס אין "יערוזאַלעמקאַ" — געמאָלן אין וואַסער־פֿאַרב
1919 — אַ גאַס אין "יערוזאַלעמקאַ" — געמאָלן אין וואַסער־פֿאַרב