רעצעפּטן, נײַעס פֿאַר בני־בית
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער
Credit: Linda Morel

טשאָלנט — אַ געמיש פֿון פֿלייש, בעבלעך, קאַרטאָפֿל און אַנדערע גרינסן — עסט מען געוויינטלעך שבת מיטאָג, אָבער ער איז אויך פּאַסיק ערבֿ־יום־כּיפּור, פֿאַרן תּענית, ווײַל דאָס פֿלייש און בעבלעך גיבן צו אַ היפּש ביסל פּראָטעיִן. דער ווײַטערדיקער רעצעפּט ניצט הינדל אַנשטאָט רינדערן פֿלייש, ווײַל הינדל האָט ווייניקער פֿעטס און כאָלעסטעראָל.

דער טשאָלנט איז גענוג פֿאַר אַכט מענטשן.


1 הינדל, צעשניטן אויף 8 שטיקער

4 באַטאַטעס

8 מערן

1 פּאַסטערנאַק

1 גרויסע ציבעלע, צעשניטן

3 ציינדלעך קנאָבל

1 פֿונט סטרוטשקעס

1 לעפֿל קריפּ, צעהאַקט

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

געקאָכטע רײַז


לייגט אַרײַן די הינער־שטיקלעך אין אַ גרויסן טאָפּ.

שיילט אָפּ די באַטאַטעס, מערן און פּאַסטערנאַק, און צעשנײַדט זיי אויף שטיקלעך.

גיט אַרײַן אַלע זיבן גרינסן אין טאָפּ, און באַדעקט זיי מיט קאַלט וואַסער — אָבער נישט צו פֿיל וואַסער; אַ נישט וועט עס ווערן אַ זופּ.

הייצט אָן די גרינסן ביז דאָס וואַסער הייבט אָן צו זידן. מאַכט דאָס פֿײַער אַזוי קליין ווי מעגלעך, און לאָזט די זופּ זיך מליִען 6—8 שעה, ביז עס ווערט פֿונעם וואַסער אַ סאָוס. בײַם סוף, באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס, אָבער באַזאַלצט נישט צו פֿיל ווײַל דאָס וועט אײַך מאַכן מער דאָרשטיק ווי געוויינטלעך, וואָס קאָן שווערער מאַכן דאָס פֿאַסטן.

דערלאַנגט דעם טשאָלנט איבערן געקאָכטן רײַז אין גרויסע זופּ־טעלער.