רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב איר האָט ליב ווינטער צו טרינקען טיי מיט פֿריש־געמאַכטע קיכעלעך, מעגט איר אויספּרוּוון דעם געשמאַקן רעצעפּט. מע מאַכט עס מיט געטריקנטע זשורעכלינעס, וואָס זעען אויס ווי רויטע ראָזשינקעס. אַגבֿ, אויף ענגליש האָט מען קאָמבינירט די ווערטער cranberry און raisin, און געמאַכט דערפֿון craisin. אפֿשר זאָל מען זיי אויף ייִדיש רופֿן זשורעזשינקעס?


1 טעפּל מעל

1/2 לעפֿעלע באַקסאָדע

1/2 לעפֿעלע באַק־פּולווער

1/2 לעפֿעלע צימרינג

(1/4 לעפֿעלע זאַלץ, אויב איר ווילט)

1/2 טעפּל (אָדער 8 לעפֿל) זיסע פּוטער

2/3 טעפּל ברוינער צוקער

1/2 לעפֿל האָניק

1/2 לעפֿעלע וואַניל

1 איי

1/4 טעפּל קאָקאָסנוס־שנייעלעך

1/3 טעפּל געטריקנטע זשורעכלינעס

1 טעפּל האָבערגריץ


הייצט אָן דעם אויוון אויף 350 גראַד (177 צעלזיוס). באַדעקט אַ ברייטע בלעך מיט פּאַרמעט.

אין אַ שיסל זיפּט דורך די מעל, באַקסאָדע, באַק־פּולווער, צימרינג און זאַלץ.

אין אַ באַזונדערער שיסל מישט צונויף מיט אַ מישמאַשין די פּוטער מיטן צוקער, דערנאָך מישט אַרײַן אַלע אַנדערע באַשטאַנדטיילן.

שיט אַרײַן דאָס מעל־געמיש, ביז עס באַקומט זיך אַ טייג. מאַכט קײַלעכלעך מיט די הענט, ניצנדיק 2 לעפֿל טייג פֿאַר יעדן קײַלעכל. לייגט זיי אויפֿן בלעך, אַז יעדעס קיכל זאָל ליגן 2 אינטשעס (5 צענטימעטער) אַוועק פֿון די אַנדערע.

באַקט די קיכעלעך ביז זיי באַקומען אַ גאָלדענעם קאָליר, 13־15 מינוט. אויב איר ווילט זיי עסן וואַרעמערהייט, לאָזט זיי אויפֿן בלעך 5 מינוט ביז איר נעמט זיי.