פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך זיץ זיך אַזוי און שרײַב מײַנע אַרטיקעלעך און עס פֿעלן מיר אויס ווערטער. איך האַק זיך קאָפּ אָן וואַנט, ווי האָט מען געזאָגט?.. ווי האָט עס די מאַמע געזאָגט?.. און אַ מערכה וואָס יעדעס מאָל וואָס איך דערמאָן זיך אַ וואָרט, פֿאַרשרײַב איך עס. אַזוי אַז איך האָב פֿון וואַנען צו שעפּן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די מאַמע האָט איר ווערטער־אוצר פֿאַרבונדן מיט עפּעס אַ מענטשן, אַ געשעעניש אָדער אַ ברוגז. שלעפּ איך אַרויס פֿון דער פֿאַרגעסענער שפּראַך־וואַליזקע די אוצרות און שטעל זיי צונויף, ווײַל איך דערמאָן זיך ווי מײַן מאַמע האָט זיך באַנוצט מיט אונדזער מאַמע־לשון. ווען מײַן מאַמע האָט געוואָלט אונדז מודיע זײַן אַז אַ חבֿרטע אירע האָט נישט געלעבט בשלום מיט איר מאַן, און אַז זי האָט געליטן געברענטע צרות ס׳גאַנצע לעבן, פֿלעגט זי זאָגן:

"די הויכע רושקע האָט נישט געהאַט קיין גלאַטן שליטוועגס."

דאָס האָט געהייסן אַ שווער לעבן. כאָטש אַ שליטוועגס האָט געהאַט אַ שײַכות צו מיזרח־אייראָפּע, וווּ ווינטער האָבן ייִדישע קינדער געשליטלט און סוחרים האָבן באַשטעלט שליטנס און זיך אײַנגעשטעלט מיטן לעבן צו פֿאַרקויפֿן עפּעס אין צווייטן דערפֿל אָדער אויף אַ יריד ווײַט אַוועק. זעט אויס, אַז דאָס פֿאָלק האָט עס גענוצט בײַם שילדערן אַ שווער לעבן.

אַז אַ מענטש האָט געהאַלטן אַ סוד, ווי למשל, אַ מיידל פֿון אַ ווײַטער אָדער אַ נאָענטער משפּחה, האָט זיך רחמנא־לצלן אַמאָל אָפּגעשמדט, האָט מען נישט גערעדט דערפֿון. מ׳האָט עס געהאַלטן בסוד־סודות. אָבער אין מײַן פֿאַל האָבן מיר דווקא געהאַט אַ גרויס משפּחהלע, קיין עין־הרע, אין קאַנאַדע. זײַנען דאָרט אַ סך מאָל פֿאָרגעקומען נישט קיין פֿויגלדיקע געשעענישן. אַמאָל, אַמאָל האָב איך באַשריבן אַ פֿאַל וועגן אַ קרובֿ, דווקא אַ גרינער. אַ מענטש, וואָס האָט אַדורכגעמאַכט דאָס גיהנום אויף דער וועלט, איז געגאַנגען, נישט מיר נישט דיר, און זיך אויפֿגעהאָנגען. דאָס האָט ער אָפּגעטאָן זײַן ווײַב אויף טערקיש, ווײַל זי האָט געפֿירט אַ לינקע ליבע מיטן קוואַרטיראַנט. מיר האָבן די גאַנצע מעשׂה מיטן זעלבסטמאָרד געלייענט דאָ אין אַמעריקע און דווקא אינעם "פֿאָרווערטס." דאָס זעלבע פּאָרפֿאָלק האָט געהאַט אַ טאָכטער וועלכע האָט זיך געשמדט. נישט קיין וווּנדער. זאָגט אַמאָל מײַן מאַמעס קוזינקע שׂרה־רבֿקה:

"כ׳וויל נישט פֿאַרשיטן די גרײַפּלעך. אָבער איר האָט דאָך מסתּמא שוין געהערט וועגן דאָראַס טאָכטער."

פֿאַרשיטן די גרײַפּלעך איז אויף ענגליש — (Spill the beans).

איז אַזוי. אַז אַ מויד האָט געהאַט פֿולע באַקן, ווײַל זי האָט, קיין עין־הרע, געהאַט אַ גוטן אַפּעטיט, פֿלעגט מײַן מאַמע זאָגן:

"גע־נאָר (גיב נאָר) אַ קוק אויף אירע שטשאָקעס (באַקן). מ׳זעט אין די באַקן ווי די ציין קנאַקן."

נו, ווי עס מאַכט זיך בײַ מענער, פֿאַרלירן ס׳רובֿ פֿון זיי די האָר; אייניקע — אין דער יוגנט, אַנדערע — ווען זיי ווערן אַ ביסל עלטער. פֿלעגט מײַן מאַמע זיך סקאַרזשען (באַקלאָגן):

"גיב נאָר אַ קוק! דײַן טאַטע האָט אַמאָל געהאַט אַ פֿולן קאָפּ רויטע האָר מיט אַ טשופּרינע. אַ מחיה געווען אויף אים צו קוקן. ווער וואָלט עס געגלייבט, אַז הײַנט טראָגט ער זיך אַרום מיט אַ ליסע קאָפּ, און ס׳קלײַדט אים צום פּנים."

מײַן מאַמע האָט גערעדט אַ ייִדיש־לשון, אַ לאָדזשער ייִדיש, ווי דזשיגאַן און שומאַכער. די שפּראַך איז געפֿלאָסן פֿון איר מויל ווי פֿון אַ פֿאָנטאַן. זי האָט עס באַשײַנט מיט אַ לאָדזשער ניגון און אַן אַשכּנזישער הבֿרה. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי האָט דאָס בכלל נישט באַנומען. און איך האָב איר נאָכגעמאַכט און אויך נישט געוווּסט פֿון וואַנען זי שעפּט איר ייִדיש. אָט, למשל, פֿלעגט זי אַ שעלט טאָן אַ מענטשן מיטן זאָג:

"זאָל ער גיין אין דער שאָלטעכטי." גיי ווייס וואָס זי מיינט דערמיט צו זאָגן. נאָר ווען איך בין אויסגעוואַקסן און גענומען זיך גריבלען ערנסט פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן, בין איך דערגאַנגען, אַז די "שאָלטעכטי," קומט פֿון דער נידערוועלט — "שאול־תּחתּיה" — טיפֿער אָפּגרונט, די וועלט פֿון די טויטע. מיט איין וואָרט — גיהנום.

און אַ "כאַמע־אײַזל" איז געווען אַ "חמור־אייזל," און דערמיט האָט מײַן מאַמע באַצייכנט עמעצן וואָס איז געווען אַן אידיאָט, אַ גולם, אַן אָפּגעריסענע בהמה, אַ שוטה בן פּיקהאָלץ, אַ טיפּש, אַ לא־עלינו, אַ יאָקל בן פֿלעקל, אַ יאָצמאַך, אַ פֿערד, אַ שמויגער, אַ תּם־יויניק, אַ ני־בע־ני־מע־ני־קוקוריקו, אַ קאָפּ אָן אַ מאַרך, אַ צאָפּ אָן אַ קאָפּ, אַ קלאָץ מיט אויגן, קלוג ווי דעם כעלעמער חזנס אינדיק, ער פֿאַרמאָגט אַזוי פֿיל שׂכל ווי אַ קלויסטער מזוזות. איך מיין, אַז דאָ מוז איך זיך אָפּשטעלן בײַם שילדערן דעם אויסגעוועפּטן, נישט דערבאַקענעם ויזתא, ווײַל ער איז הויך און דאַר און שמעקט מיט נאַר. גענוג!

איצט אַזוי. ווען מיר זײַנען געקומען קיין אַמעריקע האָט די דרוקער־יוניאָן נישט אַרײַנגעלאָזט קיין פֿאַכמאַן־זעצער. האָט דער טאַטע געמוזט אַרבעטן בײַ קלײַבן שמאַטעס ערגעץ "דאָוון־טאָוון" (down town). ער האָט טאַקע געהאָרעוועט ווי אַ חמור־אייזל און אַהיים געקומען שפּעט בײַ נאַכט. פֿלעגט די מאַמע אים אַנטקעגנגיין מיט אַ קלאָגעדיק קול:

"גיב נאָר אַ קוק כאַמל (חיים), ווי דו זעסט אויס. ביסט דאָך אין גאַנצן זאַמאָרזשעט (fatigued)." אַמאָל האָבן יונגע־לײַט געטראָגן אַ ציפּעט־היטל. דאָס איז געווען אַ היטל מיט אַ דישל וואָס האָט שיעור נישט דערגרייכט ביז די אויגן. און אַז מײַן מאַמע האָט דערזען אַזאַ איינעם, פֿלעגט זי מיר אַ שטורכע געבן אין אַ זײַט און אַ זאָגט טאָן:

"גי נאָר אַ קיק מירעשי. ער טראָגט דאָך אַ ציפּעט־היטל. אפֿשר לײַדט ער אויף די אויגן."

אַז אַ מענטש האָט געליטן אויף וואָס עס זאָל נישט זײַן און צום סוף אַוועק פֿון דער וועלט, פֿלעגט די מאַמע זאָגן:

"דער מענטש איז דאָך אויסגעגאַנגען נאַמאַרנע." איך האָב פּרובירט דערגיין וואָס נאַמאַרנע מיינט און פֿון וואַנען דאָס שטאַמט, אָבער ביז אַהער בין איך עס נישט דערגאַנגען. דער אויסדרוק אַליין האָט געמיינט, ער איז אויסגעגאַנגען בחינם. קיינער האָט זיך אויף אים נישט אומגעקוקט; עלנט, איינזאַם, אַליין, איז דער מענטש אַוועק בחינם פֿון דער וועלט.

אויף עמעצן וואָס איז אַ קאַרגער הונט, וואָס פֿאַרגינט זיך נישט דאָס לעבן, פֿלעגט די מאַמע ווערן שטאַרק אויפֿגערעגט אויף אַזאַ איינעם. "ער טאַנצט דאָך אַ שמעק־טאַביק־טאַנץ. ער רירט זיך נישט צו צו עפּעס גוטס. אַזאַ איינעם דאַרף מען צוויי מאָל אָפּהובלעווען און אַ טאַנץ געבן מיט אים אַ שמעק־טאַביק־טאַנץ."

געמיינט דערמיט צו זאָגן ער זאָל פֿילן דעם טעם פֿון קאַרגשאַפֿט.

נישט וואָס מײַן מאַמע איז געווען די אויסגעבערקע. זי האָט אויך געהערט צו דער משפּחה קאַרגשאַווסקי. אינטערעסאַנט ווי דער אָבסערוואַציע־שוואַרצאַפּל האָט בײַ מײַן מאַמען געאַרבעט איבערשעהען. נישט געווען קיין זאַך וואָס זאָל זי באַפֿרידיקן. לאָמיר נעמען מײַנע קאָלעזשאַנקעס. איינע איז געווען גלאָמבעוואַטע; אַ צווייטע — כיטרע און אויסגעלאַסן; אַ דריטע — דזשיקע (feral). פֿאַר וואָס דזשיקע? ווײַל זי האָט אָפּגעשטאַמט פֿון דזשיקע עלטערן. זיי האָבן געהאַט צען קינדער און אַליין נישט דערבאַקענע, איז ווי קום איך זיך צו חבֿרן מיט זייערס גלײַכן?

און אַז מײַנע קינדער האָבן געהאַט חבֿרים האָט איינער געהאַט שמאָלע אייגעלעך, וואָס דאָס האָט געמיינט מ׳טאָר אים נישט געטרויען; אַ צווייטער, איז געווען לײַכטזיניק, און אַ דריטער — פֿרעך. און אַז מ׳האָט איר פֿאָרגעלייגט צוצוהעלפֿן בײַם איבערציִען זיך אין אַ צווייטער דירה אין מיאַמי־ביטש, איז דער פּיזמון געגאַנגען אַזוי:

"אָן לאַסקעס. איך קען זיך אַליין מײַן שטעטל באַשטיין און באַפּאָרען זיך."

די צרה איז אָבער געווען וואָס זי האָט זיך געצויגן דרײַ חדשים צײַט און געשלעפּט אירע זאַכן, געפֿעס, טעפּ און שיסלען אין אַ וועגעלע מיטן אויטאָבוס, און אַז איך האָב געשריגן:

"מאַם! באַשטעל די שלעפּער. זיי קומען מיט אַ מאַשין און פֿירן אַלץ אין דער נײַער דירה, וועסט זיך נישט דאַרפֿן צערײַסן דעם יאַשטשיק."

ס׳האָט געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס. זי האָט עס געמוזט אויספֿירן אויף אייגענער האַנט.

אַז עמעצער האָט זיך באַקלאָגט אויף בויכווייטיק, האָט זיך מײַן מאַמע גלײַך פֿאַרוואַנדלט אין אַ דאָקטער.

"עס מוז זײַן די שלעפּע־קישקע, די שטאָלצאָווע קישקע, אַן אַפּענדיציט. שוין אין שפּיטאָל. זאָלן די דאָקטוירים אַליין דערגיין אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. איך דאַרף זיי נישט אַרײַנגעבן שׂכל. זיי ווייסן סײַ ווי אַ קרענק."

און אַזוי קרענקט מען צו צו ביסלעך פֿון אַזעלכע פּראָבלעמאַטישע מאַמעס. און אין דער זעלבער צײַט שעפּט מען נחת פֿון דעם זאַפּאַס פֿון ווערטער־אוצר וואָס מ׳הערט שוין נישט אין גאַס, ווײַל יעדעס ווערטעלע האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ וועלט, און אַז מ׳האָט געקענט לייענען צווישן די שורות איז מען געווען צווישן די געבענטשטע.