פּערזענלעכקײטן, געשיכטע
פֿון כוליאָ בן־שמואל (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ספּיקער פֿון כּנסת, מנחם סבֿידור באַלוינט דבֿ סדן, אַ מיטגליד פֿון דער זעקסטער כּנסת, אַ מעדאַל, לכּבֿוד זײַן 80סטן געבוירן־טאָג. לינקס: דער דערציִונג־מיניסטער, זבֿולון האַמער, און כּנסת־דעפּוטאַט, שמעון פּערעס; דעם 29סטן מאַרץ 1982
דער ספּיקער פֿון כּנסת, מנחם סבֿידור באַלוינט דבֿ סדן, אַ מיטגליד פֿון דער זעקסטער כּנסת, אַ מעדאַל, לכּבֿוד זײַן 80סטן געבוירן־טאָג. לינקס: דער דערציִונג־מיניסטער, זבֿולון האַמער, און כּנסת־דעפּוטאַט, שמעון פּערעס; דעם 29סטן מאַרץ 1982

(אַ קאַפּיטל פֿון אַ פּסעוודאָ־ביאָגראַפֿישן ראָמאַן, צוואות אָן יורשים?!)

מע קען זיך נישט נאַדײַען, פֿלעגט מײַן באָבע זאָגן. ס’איז אוממעגלעך זיך אַן עצה געבן בלויז מיט געציילטע ווערטער. סדן פֿלעגט אונדז, זײַנע תּלמידים, זאָגן אַז דער נומער דרײַ איז אַ קירצונג פֿון דעם אין־סוף. וועל איך זיך באַנוגענען מיט דרײַערליי באַמערקונגען, און יעדע איינע וועט באַשטיין פֿון דרײַ בײַשפּילן. דרײַ מאָל דרײַ — אין דרײַען איז שטאַרקער.

מען פֿלעגט דערמאָנען דבֿ סדנס קליינעם וווּקס און אין איין אָטעם האָט מען געזאָגט ווי גרויס ער איז. ווען סדן האָט זיך באַנוצט מיט תּורת־הסופּערלאַטיוו, האָט ער אונדז, זײַנע תּלמידים, אַזוי געזאָגט, הייבנדיק זײַן לינקע האַנט אַלץ העכער: "גרויס — גרעסער — פּששש...", משמעות, באַוווּנדערונג.

וועל איך קודם־כּל אײַך זאָגן בתּכלית־הקיצור, דאָס וואָס איך וויל זאָגן — אַז מען וועט מיך לאָזן. אָבער אַזוי ווי איך ווייס, אַז כ’וועל נישט אוספּייען, אַפֿילו ווען מען וועט מיר יאָ לאָזן, שטעל איך פֿאַר אײַך פֿאָר, אין קורצן, דעם אינהאַלט ווי ער גייט און שטייט: פֿאָרויס גייען דרײַ אַנעקדאָטן מיט דבֿ סדנען, איינע וועגן זײַן מידת־הרחמים, די צווייטע וועגן זײַן מידת־הנײַגעריקייט און די דריטע וועגן זײַן מידת־הקונדס.

אין מיטן, קומען דרײַ אויפֿפֿאָדערונגען אויפֿן געביט פֿון חכמת־ייִדיש, וואָס סדן האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַר די צוקונפֿטיקע יונגע און אויך עלטערע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דרײַ אויפֿפֿאָדערונגען, פֿון צווישן אַ ריי אומענדלעכע פֿאַרמעסטן, אויף וועלכע ער האָט אָפֿט אָנגעוויזן אין זײַנע פֿילצאָליקע אַרבעטן. איינע פֿון זיי איז געווען די פֿאָדערונג פֿון דאָס נײַ אָפּצושאַצן דאָס אָרט וואָס נחום מאיר שײַקעוויטש (שמ״ר־SHOMER) פֿאַרנעמט בפּועל אין דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער נײַער ייִדישער ליטעראַטור. די צווייטע, סדנס פֿאָדערונג נישט צו פֿאַרנאַכלעסיקן דעם עפּיסטאָלאַרן ליטעראַרישן זשאַנער, צוליב זײַן וויכטיקייט, למשל — ווי אַ טייל פֿון אַהרן צייטלינס כּתבֿים. און די דריטע פֿאָדערונג — מיט וועלכער דבֿ סדן האָט זיך אַליין פֿאַרנומען בידיים ממש — צו זאַמלען און אַנאַליזירן ייִדישן הומאָר.

צום סוף, וועט מען זיך אָפּשטעלן אויף דרײַ הערות וועגן דבֿ סדנען אַליין.

די ערשטע הערה האָט צו טאָן מיט זײַן צוגאַנג צו דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישן הומאָר, און מיט דער פֿאַרבינדונג צווישן הומאָר און עצבֿות.

די צווייטע הערה פֿאַרנעמט זיך מיט סדנס קוק אויפֿן שײַכות צווישן יחיד און כּלל. די דריטע הערה האָט צו זאָגן עפּעס וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן סדנס כּתבֿים און זײַנע לייענער.

ווען דבֿ סדן איז אויסגעקליבן געוואָרן פֿאַר אַ כּנסת־דעפּוטאַט סוף זעכציקער יאָרן, האָט מען אים אַרומגעפֿירט צום ערשטן מאָל אין כּנסת־בנין, אים געוויזן דאָס אָרט. אַרומגייענדיק אַזוי האָט זיך סדן נאָכגעפֿרעגט וועגן די פּאַרלאַמענט־מיטגלידער: ווער איז אָט דער אָ? האָט מען אים געזאָגט: דער אָ איז די רעכטע האַנט פֿון דעם און דעם מיניסטער. האָט סדן ווײַטער געפֿרעגט: און ווער איז יענער דאָרט? האָט מען אים געענטפֿערט: ער איז דער מענטש פֿון דעם און דעם וויצע־מיניסטער. סדן ווערט נישט מיד און פֿרעגט ווײַטער: און צו וועמען געהערט אָט דער מענטש? ענטפֿערט מען אים: דער מענטש? ער איז דער נושׂא־כּלים פֿון כּנסת־פֿאָרזיצער. אויף דעם האָט סדן באַמערקט: איך פֿרעג אײַך נישט וואָס די מענטשן זײַנען, איך וויל וויסן ווער זיי זײַנען. וועל איך פּרוּוון, ווי איינער פֿון סדנס תּלמידים, דערציילן ווער ער איז געווען, און הייבן, הייב איך אָן מיטן ערשטן אַנעקדאָט:

נאָך דעם ווי כ’האָב אָנהייב זעכציקער יאָרן אָפּגעלערנט איין יאָר בײַ דבֿ סדנען אין ייִדיש־אָפּטייל פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, האָט ער צוגערופֿן יהודה עופר (הירשפֿעלד) און מיך, און האָט אונדז אַ זאָג געטאָן: קומט צו מיר אַהיים דעם און דעם טאָג און ברענגט מיט זיך וואַליזעס. זומער 1962, און מיר שלעפּן זיך יעדער איינער מיט זײַן וואַליזע באַרג אַראָפּ און באַרג אַרויף פֿון אוניווערסיטעט אין גבעת רם און ביז בית הכרם ביאַליק גאַס נומער דרײַ (קיין רעדלעך האָבן דעמאָלט די וואַליזעס נישט געהאַט). אין יענע יאָרן האָט דער העברעיִשער אוניווערסיטעט באַשלאָסן, אַז סטודענטן קענען נישט פֿאַרענדיקן זייערע לימודים אָן אויסהערן אַ קורס אין אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן. ס’טײַטש, אַ העברעיִשער אוניווערסיטעט! פֿלעגן סטודענטן פֿון אַלע פֿאַקולטעטן קומען הערן לעקציעס אויף קורסן פֿון ייִדישע לימודים; סטודענטן פֿון סאָציאַלע וויסנשאַפֿטן, פּינקטלעכע וויסנשאַפֿטן, עקאָנאָמיע, געאָגראַפֿיע, סטאַטיסטיק אאַ״וו. פּראָפֿ׳ דבֿ סדן האָט געלערנט מיט זיי איינעם פֿון אָט די קורסן וואָס מען האָט אָנגערופֿן "לימודי יסוד", באַזישע קורסן, אויף וועלכע עס פֿלעגן קומען מיט איין מאָל הונדערטער תּלמידים.

"עפֿנט די וואַליזעס", האָט סדן געזאָגט, "איך האָב דאָ געשריבענע עקזאַמענס פֿון אַ פּאָר טערמינען וואָס איר וועט דאַרפֿן איבערקוקן און באַשטימען פֿאַר זיי אַ צייכן. איר האָט דאָ זיבן הונדערט עקזאַמענס, צעטיילט זיי צווישן זיך האַלב אויף האַלב". מיר האָבן אָפּגעאַרבעט שווער אַ גוטע פּאָר וואָכן און זיי צוריקגעבראַכט. זענען אַריבער טעג און וואָכן און סדן שווײַגט. איך בין געווען טשיקאַווע צו וויסן צי האָב איך געטאָן די אַרבעט ווי עס דאַרף צו זײַן. האָב איך אַ פֿרעג געטאָן און סדן האָט געענטפֿערט: "איך האָב געוווּסט, אַז צווישן די תּלמידים זענען פֿאַראַן אַזעלכע וואָס דאַרפֿן באַקומען אַ צען — האָבן זיי באַקומען. אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, ס’איז דאָרטן געווען אַ תּימנער תּלמיד וואָס האָט באַקומען אַ פֿינף, און נישט דורכגעגאַנגען. האָב איך אויפֿגעהויבן זײַן צייכן ביז זעקס און אים דורכגעפֿירט, ווײַל פֿאַר אים איז גענוג, אַז ער איז דערגאַנגען צו דעם וואָס ער איז דערגאַנגען". דאָס איז סדנס מידת־הרחמים.

דער צווייטער אַנעקדאָט, וועגן סדנס מידת־הנײַגעריקייט האָט צו טאָן מיט דער טיפֿער הנאה וואָס סדן פֿלעגט האָבן צו אַנטדעקן די מעגלעכע מחברים פֿון אַנאָנימע שריפֿטן. אַנומלט האַלט ער פֿאַר אונדז תּלמידים אַ לעקציע וועגן קול מבֿשׂר, די ערשטע צײַטונג אויף ייִדיש, און טרעפֿט דאָרט אַ ליד אָן אַ מחבר, פֿאַרטיפֿט ער זיך און זוכט צו דערגיין ווער דער מחבר קען זײַן. ווי עס זעט אויס, איז זײַן הנחה געווען אַז יעדער טעקסט טראָגט אין זיך די עכטע חתימה פֿון זײַן מחבר אַפֿילו ווען דער נאָמען ווערט נישט אָנגעגעבן. מיט אַ וואָך שפּעטער האָב איך מעשׂה־קונדס, איידער סדן איז אַרײַן אין קלאַס אויסגעטראַכט אַ ליד פֿון פֿיר שורות און אָנגעשריבן אויפֿן טאָוול. דאָס ליד איז געווען געבויט אויף אַ שפּיל פֿון אַליטעראַציעס לויט אַ מאָדעל: "טש, טש, טש, טש, ש, טש, ש, טש". מיר, זײַנע תּלמידים, האָבן זיך אַוועקגעזעצט און געוואַרט. סדן איז אַרײַן אין קלאַס, האָט געכאַפּט אַ קוק, ווי שטענדיק, אויפֿן לוח צו זען וואָס עס טוט זיך דאָרטן, ער איז צוגעגאַנגען נענטער, זיך אין גאַנצן אויסגעדרייט מיטן פּנים צום לוח און מיט דער פּלייצע צו אונדז און געלייענט:

אַ פּלאַטשיקע טשערעפּאַכע,

צוגעטשעפּעט צו אַ טיטשקע,

שטופּט טשיקאַווע שוואַכע לאַפּקעס,

וויגנדיק איר מיטשקע.

ער האָט זיך אויסגעדרייט צו אונדז, צוגעגאַנגען צום טיש, אַ זאָג געטאָן: "אליעזר שטיינבאַרג", און האָט אָנגעהויבן די לעקציע.

דער דריטער אַנעקדאָט: זומערצײַט, איך קום אַרײַן צו גוסטאַ און דבֿ סדן אין הויז. מיר זיצן אויפֿן באַלקאָן — ביאַליק גאַס נומער דרײַ — וואָס פֿירט גלײַך אַרויס אין גאָרטן. מיר זיצן אַרום אַ טיש און אויפֿן טיש אַלערליי פּירות: עפּל און באַרן, באַנאַנעס און מאַראַנצן. ביידע ווענדן זיך צו מיר זייער העפֿלעך און בעטן איך זאָל זיך מכבד זײַן. דער אויסוואַל איז גרויס... ווי אַ קליין ייִנגעלע בין איך געגאַנגען אין קינדער־גאָרטן פֿון דער בונדישער י. ל. פּרץ־שול אין בוענאָס־אײַרעס, און יעדער איינער פֿון אונדז, קינדער, האָט געהאַט אַ שאַפֿקעלע; אַ קעסטעלע, וואָס האָט זיך פֿאַרמאַכט און געעפֿנט, און אינעווייניק איז געווען אַ האַנטעך. פֿון דרויסן האָט יעדער איינער געהאַט אָנגעריסעוועט אַ קאָלירפֿולן סימבאָל וואָס האָט געהערט נאָר צו אים. מײַן סימבאָל איז געווען אַ באַנאַנע... האָב איך אויסגעשטרעקט די האַנט, גענומען אַ באַנאַנע פֿון טיש, זי אָפּגעשיילט און אָנגעהויבן עסן (אָן אַ ברכה)... מיט אַ מאָל זע איך ווי דער שמייכל אויף גוסטאַס און דבֿ סדנס פּנים ווערט אָפּגעמעקט, אַ זיפֿץ פֿון אַנטוישונג באַגלייט עס, און זיי זאָגן צו מיר: "אַ שאָד, אַ גרויסער שאָד. יאָסי, אונדזער זון, איז מיט אַ פּאָר טעג צוריק געקומען פֿון פּאַריז און מיטגעבראַכט אַ שלל מיט וווּנדערבאַרע פּירות אויסגעאַרבעט פֿון פּלאַסטיק, און דו האָסט דווקא גענומען די איינציקע אמתע באַנאַנע אויפֿן טיש". איך ווייס נישט, צי סדן האָט זיך געוואָלט מיט מיר אָפּרעכענען פֿאַר דער "פּלאַטשיקער טשערעפּאַכע", אָבער צוויי זאַכן זענען זיכער — זײַן מידת־הקונדס און מײַן זכות פֿאַר האָבן געלערנט אין אַ בונדישן קינדער־גאָרטן.


די דרײַ אויפֿפֿאָדערונגען אויפֿן געביט פֿון חכמת־ייִדיש

דבֿ סדן האָט שוין אין יאָר 1956, אין אַ בריוו צו מרדכי שטריגלער געפֿאָדערט אַ טאָטאַלע רעוויזיע פֿון שמ"רס שאַפֿן, מיט די ווערטער: "לשמ"ר נעשה עוול שמקיימים הערכה ילידת פולמוס כהערכת־קבע וסוגרים בפניו שערי אנטולוגיות, וחוזרים על הגוזמאות של שלום עליכם [...]". סדן האָט מיט יאָרן שפּעטער אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל וועגן דעם, אין זײַן בוך אבני מפתן, תּל אָבֿיבֿ 1961, ז’ 22־25. אַן ענלעכע רעוויזיע האָט געפֿאָדערט מיט דרײַסיק יאָר פֿריִער, אַ. וועוויאָרקאַ אין זײַן בוך רעוויזיע, כאַרקאָוו-קיִעוו 1931. און מיר, דבֿ סדנס תּלמידים און תּלמידי־תּלמידיו, האָבן זיך צוגעהערט און פֿאַרגעדענקט און מאַטעריאַליזירט זײַן וווּנטש. 50 יאָר שפּעטער האָט אַ תּלמידה פֿון ייִדיש־אָפּטייל אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט, פֿאַרענדיקט אַ פֿאָרש־אַרבעט, וועלכע קען דינען ווי אַן ענדגילטיקע רעוויזיע פֿון שמ"רס שאַפֿן אין זײַן מיזרח־אייראָפּעיִשער תּקופֿה, זע: סופי גרייס פולק, יצירתו של נחום מאיר שייקבֿיץ’ (שמ"ר) ביידיש מראשית דרכו במיזרח אירופה (1876) עד להגירתו לארה"ב (1889), אַ מאַסטער־אַרבעט צוגעשטעלט כּסלו תּשס"ו (דעצעמבער 2005). אויפֿן סמך פֿון אָט דער אַרבעט וועט דער דבֿ סדן פּראָיעקט בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, זיך סטאַרען אַרויסצוגעבן אַן אָפּקלײַב פֿון שמ"רס קורצע דערציילונגען, אין גײַסט פֿון דבֿ סדנס אויפֿפֿאָדערונג מיט פֿופֿציק יאָר צוריק.

סדנס צווייטע אויפֿפֿאָדערונג איז אויך טיילווײַז מקויים געוואָרן מיט דער פּובליקאַציע אין יאָר 2000, בײַם אַרויסגעבן אַהרן צייטלינס בריוו מיט הערות און דערקלערונגען, מיט אַ זוכצעטל פֿון נעמען און ענינים, און מיט אַן אַרײַנפֿיר וועגן דער וואַרשעווער תּקופֿה אין זײַן שאַפֿן, זע: יחיאל שיינטוך, ברשות הרבים וברשות היחיד, אהרן צייטלין וספרות יידיש: פרקי מבוא ואיגרות מוערות בליווי תעודות לתולדות תרבות יידיש בפולין בין שתי מלחמות העולם, ירושלים, הוצאת ספרים ע"ש י. ל. מאגנס, האוניבֿרסיטה העבֿרית, תּש"ס. לעצטנס פֿאַרנעמט זיך דער דבֿ סדן פּראָיעקט מיטן צוגרייטן אַן אויסגאַבע פֿון מרדכי שטריגלערס בריוו־אויסטויש מיט ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער בעת דער פּאַריזער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן, נאָך זײַן איבערלעבן בוכנוואַלד און אַנדערע 11 לאַגערן — צווישן די יאָרן 1945—1952. סײַ אַהרן צייטלינס ליטעראַרישע בריוו און סײַ מרדכי שטריגלערס שאַרפֿע און טיף גײַסטרײַכע שריפֿטלעכע אָפּרופֿן אין זײַנע בריוו אויף די פּראָבלעמען פֿון ייִדישן פֿאָלק נאָך דער באַפֿרײַונג — זײַנען וויכטיקע דאָקומענטן וואָס באַלײַכטן זייער ליטעראַרישע שאַפֿונג.

סדנס דריטע פֿאָדערונג — זיך צו פֿאַרנעמען מיט ייִדישן הומאָר, וואָס ער אַליין האָט מקיים געווען סײַ בעל־פּה און סײַ בכּתבֿ, איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן מיטן גאַנג פֿון די יאָרן אין אַ קורס וועגן דער הומאָריסטישער ליטעראַטור אויף ייִדיש, וואָס ווערט געלערנט מיט תּלמידים אין ייִדיש־אָפּטייל פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט. נאָך מער, דער דבֿ סדן אינסטיטוט האַלט בײַם צוגרייטן שוין אַ צווייטן באַנד פֿון די הומאָרעסקעס וואָס דער טונקעלער (יוסף טונקל) האָט געדרוקט צווישן ביידע וועלט־מלחמות אין דער טאָגצײַטונג דער מאָמענט, מיט שפּראַכלעכע און קולטור־היסטאָרישע באַמערקונגען, באַגלייט מיט אַרײַנפֿיר־אַרטיקלען, און קאַריקאַטורן געצייכנט פֿון דער טונקעלער אַליין.

לסיום — דרײַ הערות וועגן סדנען אַליין און זײַנע כּתבֿים. דבֿ סדן האָט נישט נאָר צונויפֿגעקליבן דאָקומענטן פֿון הומאָר בײַ ייִדן אין צוויי פֿון זײַנע שיסלען, קערת אגוזים (תשי"ג) און קערת צימוקים (תּשי"ב), ער האָט אויך אַ סך געשריבן וועגן און אַנאַליזירט ייִדישן הומאָר. אויף דעם געביט איז ער איינער פֿון די בולטסטע פֿאָרשער און שטייט אין שפּיץ פֿון אַ לאַנגער ריי שרײַבער, דענקער און פֿאָרשער, צווישן וועלכע מיר מוזן דערמאָנען מאַקס ווײַנרײַך, ערנסט עקיבא סימון, אפֿרים דוידזאָן, אַהרן צייטלין, י. ב. ביאַלאָסטאָצקי, יהודה עלזעט און אַנדערע. מע וואַרט נאָך אַלץ אויף אַ יונגן פֿאָרשער וואָס זאָל נעמען אויף זיך די אויפֿגאַבע אָנצושרײַבן אַ מאָנאָגראַפֿיע וועגן דבֿ סדנס צושטײַער צו דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישן הומאָר בײַ ייִדן. איינע פֿון דבֿ סדנס דעפֿיניציעס פֿון ייִדישן הומאָר אַנטוויקלט אין די פֿוסטריט פֿון מאָריץ שטײַנשנײַדער באַהאַנדלט דעם ייִדישן הומאָר ווי אַ שמייכלענדיקער אויסדרוק פֿון אַ באמת טיפֿער עצבֿות, וואָס ווייסט וווּ דער בראָך ליגט, אָבער פֿאַרשטייט, אַז עולם כמנהגו נוהג, און אַלץ איז פֿאַרבונדן מיט דער מענטשלעכער אַחריות און ווילן אָדער אומווילן צו שטײַגן ממדרגה למדרגה.

וועגן דער צווייטער הערה איז דאָ אַ סך צו ריידן. מיט איין וואָרט מעג מען זאָגן אַז דבֿ סדן — ווי אַ פֿאָרשער פֿון שפּראַך און ליטעראַטור בײַ ייִדן — זוכט שטענדיק צו אַנטפּלעקן בײַם שעפֿערישן יחיד זײַן צוגעהעריקייט צום כּלל, באַטאָנענדיק די קולטורעלע שײַכותן (שפּראַכלעך און געדאַנקלעך) צווישן זיי. דבֿ סדן וואַרט אויך, צוזאַמען מיט אונדז, אויף יענעם יונגן תּלמיד, וואָס זאָל נעמען אויף זיך די אויפֿגאַבע אָנצושרײַבן אַ וואָגיקע פֿאָרשונג וועגן דבֿ סדן, דעם קולטור־היסטאָריקער פֿון ייִדישן פֿאָלק אין די לעצטע דורות.

די דריטע הערה האָט צו טאָן מיט דבֿ סדנס רעלעוואַנס פֿאַר זײַן לייענער פֿון די קומענדיקע דורות. ווי אַ פֿאָרשער פֿון שפּראַך און קולטור־געשיכטע וואָס האָט פֿאַרזייט די קערנדלעך פֿון זײַן ערודיציע, אין אַ קײַמא־לן פֿון 90 ביכער און מער ווי 4,000 אַרטיקלען, מוז מען אַרײַנשיטן זײַן האָב־און־גוטס אין אַ סעריע פֿון קאָמפּיוטער־שליסלען, כּדי דער קאָנטאַקט צווישן זײַנע שריפֿטן און זײַנע לייענער זאָל לעבעדיק ווערן אונדז צו געזונט, און אים, זכרונו לבֿרכה, צו אייביקער אָנערקענונג און דאַנקבאַרקייט.