|
אַ ישׂראלדיקער טור־פֿירער ווײַזט דער גרופּע רוסישע טוריסטן אין בית־לחם דעם קלויסטער, וווּ יעזוס איז כּלומרשט געבוירן געוואָרן |
Credit: Getty Images |
אַרײַנפֿיר
די "בי-בי-סי" האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג פֿון 29 טויזנט רעספּאָנדענטן אין 27 מדינות. דער ציל איז געווען אויסצומעסטן די פּאָפּולערקייט, צי ניט-פּאָפּולערקייט, פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. עס לאָזט זיך אויס, אַז דעם סאַמע פּאָזיטיוון אימאַזש האָט הײַנט-צו-טאָג דײַטשלאַנד. 62 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע האַלטן, אַז דײַטשלאַנד האָט אַ גוטע השפּעה אויף דער וועלט, בעת נאָר 15 פּראָצענט האָבן אַ נעגאַטיווע מיינונג וועגן דעם לאַנד, וואָס היסטאָריש האָט געשפּילט לחלוטין אַן אַנדער ראָלע.
ישׂראל, אָבער, געהערט צו די אַמווייניקסטן פּאָפּולערע לענדער. 49 פּראָצענט רעספּאָנדענטן האָבן אַ נעגאַטיוון אימאַזש פֿון דער ייִדישער מדינה, און נאָר 21 פּראָצענט האָבן וועגן איר אַ פּאָזיטיווע מיינונג. בלויז אין פֿיר לענדער איז די צאָל "פּאָזיטיוויסטן" גרעסער איידער די צאָל לײַט מיט אַ נעגאַטיווער באַציִונג צו ישׂראל. דאָס זײַנען אינדיע, גאַנאַ, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און רוסלאַנד. צווישן אָט די פֿיר לענדער, טיילט זיך אויס רוסלאַנד מיט איר גרעסטן אונטערשייד צווישן אַ גוטער (35 פּראָצענט) און אַ שלעכטער (17 פּראָצענט) מיינונג.
איך דאַרף זאָגן, אַז אַזאַ רעזולטאַט חידושט מיך ניט. די זאַך איז, אַז ווען מע רעדט וועגן די ייִדן און די רוסן, מוז מען שטענדיק צעטיילן דאָס פּאָליטיש-אידעאָלאָגישע, וואָס אינטערעסירט אַ סך — צי אַפֿילו ס׳רובֿ — מענטשן אין גאַנצן ניט, און דאָס מענטשלעכע אין די באַציִונגען צווישן אָט די צוויי פֿעלקער. (איך וועל דאָ רעדן וועגן די רוסן, אָבער דאָס זעלבע, אָדער כּמעט דאָס זעלבע, איז כאַראַקטעריש אויך פֿאַר די אוקראַיִנער, ווײַסרוסן, גרוזינער, אַרמענער וכ׳.)
אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען דאָך זייער שטאַרק אָפּגעווישט די שטייגערישע אונטערשיידן צווישן אָט די צוויי פֿעלקער. רעליגיע האָט אויפֿגעהערט צו שפּילן אַ ממשותדיקע ראָלע. געגעסן האָט מען דאָס זעלבע, געאַרבעט האָט מען צוזאַמען, געוווינט האָט מען איבערגעמישט, ניט אין באַזונדערע געגנטן, און חתונה האָט מען אויך געהאַט אַלץ מער געמישטע. דער ייִד האָט אויפֿגעהערט צו זײַן אַן עקזאָטישע באַשעפֿעניש. ער איז געוואָרן אַ שכן, אַ מיטאַרבעטער, אַ מיט-תּלמיד. נאָך מער: אין מיליאָנען רוסן, אוקראַיִנער און נאָך עפּעס אַנדערש דעפֿינירטע לײַט איז גערונען אַ העלפֿט צי פֿערטל ייִדיש בלוט. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט די גאַנצע געשיכטע פֿון קאַמפּאַניעס קעגן ישׂראל, ציוניזם און ייִדישן נאַציאָנאַליזם ניט איבערגעלאָזט זייער טיפֿע שפּורן, בפֿרט אין די באַציִונגען צו אַ קאָנקרעטן ר׳ ישׂראל.
מיט דער מאַסן-עמיגראַציע פֿון סאָוועטישע ייִדן האָט זיך געשאַפֿן גאָר אַן אינטערעסאַנטער מצבֿ: הונדערטער טויזנטער ניט-ייִדן זײַנען געוואָרן ישׂראלדיקע בירגער, און בײַ די דאָזיקע בירגער זײַנען דאָך פֿאַרבליבן קרובֿים און פֿרײַנד אין דער אַלטער היים. אַ סבֿרא, אַז אַזעלכע ענגע מענטשלעכע — און אַפֿילו אינטימע — ניט-ייִדישע קאָנטאַקטן עקזיסטירן ניט מיט קיין אַנדער טייל פֿון דער וועלט. בפֿרט נאָך איצט, ווען דאָס פֿאָרעניש פֿון ישׂראל קיין רוסלאַנד און פֿון רוסלאַנד קיין ישׂראל פֿאָדערט ניט קיין וויזעס.
דער סוף איז, אַז ישׂראל האָט אַ נאָרמאַלן מענטשלעכן שם אין רוסלאַנד, באַזונדערס אויב די רייד גייט וועגן אַז זאַך, אַ שטייגער, ווי מעדיצין. ס׳איז שוין אַרײַן אין דער מאָדע צווישן רײַכע רוסישע מענטשן צו פֿאָרן צו ישׂראלדיקע דאָקטוירים, און אין מאָסקווע קען מען אויך געפֿינען ישׂראלדיקע קליניקעס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון קולטור-טוער — די קאָנטאַקטן זײַנען זייער נאָענטע. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז ישׂראל הערט ניט אויף צו רײַסן אויגן אין די אַנטיסעמיטישע קרײַזן, אָבער זיי שאַפֿן אַ מאַרגינאַלן כּוח, כאָטש אין אינטערנעץ זעט עס אויס אַנדערש, ווײַל די אַנטיסעמיטן צעגיסן סם עמערווײַז אין טויזנטער וועב-זײַטן.
צו אילוסטרירן דאָס "מענטשלעכע" אין דעם ווי אַזוי געוויינטלעכע רוסן באַציִען זיך צו ישׂראל וויל איך מיט אַ "מעשׂה", וועלכע איך האָב (אונטער) געהערט אין ניו-יאָרק, אָדער — פּינקטלעכער — אין ברײַטאָן-ביטש.
מעשׂה
מײַן ערשטער מאַן איז געווען אַ פֿיזיקער, און ביידע קינדער אונדזערע האָבן איבערגענומען זײַנע פֿעיִקייטן צו וויסנשאַפֿט. איך אַליין בין אַ מוזיקער, אויסגעשולט ווי אַ לערערקע פֿון מוזיק, אָבער געאַרבעט האָב איך כּמעט אַלע יאָרן אין אַ קינדער־גאָרטן. אַזוי איז געווען גרינגער מיט די קינדער. זיי זײַנען אויך געווען דאָרטן, לעבן מיר.
געוווינט האָבן מיר ניט ווײַט פֿון מאָסקווע. אָבער דער מאַן האָט געאַרבעט אין דער שטאָט און געפֿאָרן אַהין מיט אַ באַן. ס׳איז, אין דער אמתן, געווען ניט ווײַט — אין גאַנצן אַ האַלבע שעה צו פֿאָרן. איין טאָג איז ער ניט געקומען פֿון דער אַרבעט. האָב איך איבערגעקערט די וועלט, געזוכט אים. אָבער פֿון מיר האָט מען זיך תּחילת אויסגעלאַכט — געזאָגט, אַז ער איז, אַ פּנים, ערגעץ מיט אַן אַנדער פֿרוי, צי נאָך עפּעס אַזוינס. איך האָב ניט געגלייבט, כאָטש גלײַכצײַטיק האָט עס אין מיר אויפֿגעוועקט אַ האָפֿענונג: אפֿשר איז ער טאַקע ערגעץ מיט אַ נקבֿה און וועט סוף-כּל-סוף זיך אומקערן אַהיים?
נאָר אין דרײַ טעג אַרום האָב איך אים געפֿונען. אַ טויטן. ער איז געפֿאָרן אַהיים, אַ ביסל אַ שיכּורער (צוליב זײַן חבֿרס געבוירן־טאָג), און איז אַריבערגעפֿאָרן געוואָרן דורך אַ באַן. ער האָט געהאַט שוואַכע אויגן, און די משקה האָט אים אפֿשר אין גאַנצן בלינד געמאַכט. הקיצור, איז ער געלאָפֿן צו אַ באַן און ניט באַמערקט אַן אַנדער באַן. בין איך פֿאַרבליבן אַן אַלמנה, מיט צוויי קליינע קינדער.
האָב איך גענומען זוכן אַ שטיצע פֿאַר זיך און אַ טאַטע פֿאַר די קינדער. אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָט זיך אַזאַ מענטש געפֿונען. זײַן ווײַב, אַ שיכּורטע, האָט אים אַוועקגעוואָרפֿן מיט דרײַ קינדער. צוויי זײַנען שוין צו יענער צײַט אויסגעוואַקסן, געוווינט באַזונדער, און אַ ייִנגל איז נאָך געווען אַ קליינטשיקער. האָבן מיר אָנגעהויבן וווינען צוזאַמען, און — די ערשטע צײַט — דווקא גאָר ניט שלעכט. ער איז געווען אַ וווילער מענטש, האָט זיך גוט באַצויגן צו מײַנע קינדער, און איך האָב אים געהאָלפֿן צו שטעלן אויף די פֿיס זײַן זון.
אָבער צוויי זאַכן זײַנען געשטאַנען צווישן אונדז, און וואָס ווײַטער אַלץ מער געשטערט אונדזער משפּחה-לעבן. ערשטנס, האָב איך אים ניט ליב געהאַט. דאָס הייסט, אַז בײַם אָנהייב האָב איך געמיינט, אַז איך האָב יאָ געהאַט עפּעס געפֿילן צו אָט דעם וווילן מאַנצביל. אָבער שפּעטער איז געוואָרן נאָר ערגער, ניט בעסער. איך מיין, מײַן באַציִונג צו אים. דאָך האָבן מיר אָפּגעלעבט צוזאַמען כּמעט זעכצן יאָר! און אפֿשר וואָלטן מיר אויך ווײַטער אַזוי געלעבט, אָבער די צווייטע זאַך האָט שוין אַלץ אין גאַנצן רויִנירט. און ווידער אַ מאָל — משקה.
ער האָט תּמיד ליב געהאַט צו מאַכן אַ כּוסע. פֿאָרט אַ רוסישער מוזשיק, כאָטש מיט בלוי בלוט — זײַן מוטער איז געווען פֿון אַן אַריסטאָקראַטישער משפּחה און האָט זיך געטראָגן ווי אַ מלכּה. דאָך צו שטאַרק האָט ער קיין מאָל ניט געשיכּורט, ווײַל קיין מעגלעכקייט האָט ער ניט געהאַט. משקה קאָסט געלט. אין די נײַנציקער יאָרן האָבן מיר געעפֿנט אַ געשעפֿט און אָנגעהויבן פֿאַרדינען נישקשהדיקע געלט, אַזוי אַז אויף בראָנפֿן האָט אים שוין געסטײַעט.
האָב איך שטאַרק געוואָלט אַוועקגיין פֿון אים, אָבער ווי אַזוי טוט מען עס? ער האָט מיר אַזוי געהאָלפֿן, ווען מיר איז געווען שלעכט, און איצט — נעמען און אַוועקוואַרפֿן אים? איך האָב, אַ פּנים, צו פֿיל רוסישע ראָמאַנען איבערגעלייענט, און ניט געקענט פּטור ווערן פֿון געוויסע באַגריפֿן פֿון מאָראַל, חובֿ און אַנדערע זאַכן פֿון אַזאַ סאָרט. געהאָלפֿן האָט מיר מײַן חבֿרטע, מילע.
מיט מילען זײַנען מיר געווען פֿון דער זעלבער שטאָט, כאָטש זיך באַקענט מיט איר האָב איך שוין אין מאָסקווע. געווען זײַנען מיר גאָר פֿאַרשיידענע, אָבער דאָס האָט גאָר ניט אָפּגעשוואַכט אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט. אַלע מאָל, ווען זי פֿלעגט זיך צעקריגן מיט איר מישען, איז זי געלאָפֿן צו מיר. ווי אַ קאַץ מיט אַ מויז האָבן זיי געלעבט. איך האָב עס ניט געקענט פֿאַרשטיין — מישע איז געווען אַ סימפּאַטישער מענטש און , דער עיקר, ניט געשיכּורט.
אַ גוטן חלק האָט אין זייער שטענדיקער קריגערײַ געהאַט מישעס מוטער, אַ קיִעווער ייִדענע, וועלכע האָט ניט געקענט מוחל זײַן איר זון, אַז ער האָט אויסגעקליבן "אַ רעפּענע גויע". איך האָב קיין מאָל ניט פֿאַרשטאַנען, וואָס דאָס האָט געמיינט. און מילע האָט אויך דעם ריכטיקן טײַטש, דאַכט זיך, ניט געוווּסט. אָבער די אידעע איז געווען קלאָר — אַ ווילד-פֿרעמדע. דער סוף איז געווען, אַז זיי האָבן זיך געגט, און מישע האָט זיך געלאָזט קיין ישׂראל. נאָך מער: זייער זון, סערגיי, איז אויך אַהין אַוועקגעפֿאָרן. און מילע איז פֿאַרליבן אַליין.
איך וועל ניט אַרײַן אין די פּרטים, אָבער איך האָב זיך דערוווּסט, אַז מײַן מאַן און מילע האָבן שטילערהייט פֿאַרדרייט אַ ראָמאַן. מילע ווייסט ניט ביזן הײַנטיקן טאָג, אַז איך ווייס וועגן דעם. זי ווייסט אויך ניט, אַז איך בין איר גוואַלדיק דאַנקבאַר, ווײַל דאָס האָט מיך באַפֿרײַט פֿון מײַנע מאָראַלישע מאַטערנישן. שוין! איך בין געוואָרן אַ פֿרײַע פֿרוי, פֿאַרפֿירט אַן אייגענעם געשעפֿט — ממש אַ נײַ לעבן האָט זיך בײַ מיר אָנגעהויבן. איך פֿאַרקויף סחורה פֿאַר רוסישע קראָמען אין דײַטשלאַנד און אַמעריקע, פֿאָר אין ביידע לענדער און האָב אַפֿילו אַ דירה אין ברוקלין, בײַם ים.
אין אַ יאָר אַרום נאָך זײַן קומען קיין ישׂראל האָט מישע פֿאָרגעלייגט מילען אָנצוהייבן פֿון דאָס נײַ. און זי האָט מסכּים געווען, בפֿרט נאָך, אַז זי האָט שטאַרק געבענקט נאָכן זון. האָבן זיי ווידער אַ מאָל חתונה געהאַט, אין פּראָג (זי איז דאָך ניט קיין ייִדישע), און די ערשטע צײַט האָט אַלץ אויסגעזען גוט, אַפֿילו ראָמאַנטיש. אָבער נאָר די ערשטע צײַט. דערנאָך איז ווידער געוואָרן שלעכט, אַזוי שלעכט, אַז ווען מישע און סערגיי האָבן באַשלאָסן, אַז זיי ווילן ניט וווינען אין ישׂראל און האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין קאַנאַדע, איז מילע מיט זיי ניט געפֿאָרן. זי איז געוואָרן אַ הייסע פּאַטריאָטקע פֿון דער ייִדישער מדינה, און איז פֿאַרבליבן אין איר חיפֿה.
מיט אַ יאָר צוריק האָבן מיר זיך געזען. זי איז געקומען קיין מאָסקווע מיט איר נײַעם מאַן צי חבֿר, איך ווייס ניט פּינקטלעך. אַן אַראַבישער ייִד, וואָס קוקט אויף מילען מיט פֿאַרליבטע אויגן. ער איז אַ פֿריזירער, און זי אַרבעט מיט אים — זיך אויסגעלערנט צו פֿאַרבן האָר, מיט אַלע קונצן פֿון אָט דער מלאָכה. אמת, זי האָט זיך געקלאָגט, אַז ער בלײַבט פֿון דעסטוועגן אַ פֿרעמדער, כאָטש סײַ-ווי-סײַ איז עס ניט צו פֿאַרגלײַכן בעסער ווי מיט מישען.
זאָגט מיר מילע, אַז זי קען מיר אונטערזוכן אַ שידוך אין ישׂראל. איך בין דאָך נאָך אַלץ אַליין, אָן אַ מאַן. טראַכט איך לעצטנס, אַז אפֿשר איז עס אַן אײַנפֿאַל. קיין אַראַבישן ייִד וויל איך ניט, אָבער אַן אייגענעם, אַ רוסישן — פֿאַר וואָס ניט?