רעצעפּטן

די פּאָרטוגעזער האָבן ליב צו קאָכן זייער פֿיש אויפֿן אויוון. אויב איר קענט נישט געפֿינען גערייכערטע פּאַפּריקע אין אײַער שפּײַזקראָם, ניצט די געוויינטלעכע פּאַפּריקע; און אויב פֿעלד־גליאַנדער (cilantro) שמעקט אײַך נישט, פֿאַרבײַט עס מיט פּעטרישקע.

3 לעפֿל איילבערט־בוימל

2 לאָרבער־בלעטלעך

2 לעפֿעלעך גערייכערטע פּאַפּריקע

1 קליינע ציבעלע, צעשניטן

1 גרינער פֿעפֿער, צעשניטן

2 טעפּלעך צעשניטענע פּאָמידאָרן

1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט

2 לעפֿל צעשניטענער פֿעלד־גליאַנדער

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

1/2־1 פֿונט (90 גראַם) באַרזש (bass), צעשניטן אויף גרויסע שטיקלעך

הייצט אָן צוויי לעפֿל בוימל אין אַ טאָפּ. גיט אַרײַן די לאָרבער־בלעטלעך און פּאַפּריקע און מישט אַ האַלבע מינוט. שיט אַרײַן די ציבעלע, גרינעם פֿעפֿער, פּאָמידאָרן, קנאָבל, פֿעלד־גליאַנדער, זאַלץ און שוואַרצן פֿעפֿער. דעקט צו און קאָכט 10 מינוט.

גיסט אַרײַן 1 טעפּל וואַסער און פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט די שטיקלעך באַרזש און מישט זיי צונויף מיט די גרינסן. דעקט ווידער צו דעם טאָפּ און לאָזט עס מליִען ביז די פֿיש ווערט אַדורכגעקאָכט, בערך 5—7 מינוט. לייגט דעם באַרזש און גרינסן אַרײַן אין באַזונדערע שיסלען און דערלאַנגט צום טיש.