דאָס איז אַ באַטעמט בײַ־געריכט, וואָס פּאַסט זיך גוט מיט פֿיש און געקאָכטע גרינסן. צו ערשט, באַקט מען עס 10 מינוט, און דערנאָך בראָט מען עס אונטערן פֿײַער, כּדי צוצוברוינען דעם קעז — ווי געשמאַק!
2 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער
3 פֿונט (1.36 קילאָ) קאַרטאָפֿל, געשניטן אין דינע רעפֿטלעך
2 לעפֿל מעל
1 טעפּל אָפּגעשעפּטע מילעך (skim milk)
1 טעפּל נישט־אָפּגעשעפּטע מילעך
1/2־1 לעפֿעלעך זאַלץ
1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1/4 לעפֿעלע מושקאַט
1/4 טעפּל צעריבענע שווייצער קעז
הייצט אָן דעם אויוון אויף 350 גראַד. באַשמירט אַ בעקן מיט אַ ביסעלע פּוטער.
זידט אָן אַ טאָפּ וואַסער און שיט אַרײַן די קאַרטאָפֿל־רעפֿטלעך. קאָכט זיי 8־10 מינוט, ביז זיי ווערן ווייך. זיפּט אָפּ די קאַרטאָפֿל.
צעלאָזט די 2 לעפֿל פּוטער אין אַ קליינעם טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. מישט אַרײַן די מעל מיט אַ הילצערנעם לעפֿל ביז עס ווערט דערפֿון אַ סאָוס. גיסט פּאַמעלעך אַרײַן ביידע מינים מילעך, מישנדיק כּסדר, ביז דער סאָוס ווערט געדיכט — בערך 3 מינוט.
לעשט אויס דאָס פֿײַער און גיט צו זאַלץ, פֿעפֿער און מושקאַט. באַגיסט די קאַרטאָפֿל מיטן סאָוס און מישט עס אויס פּאַמעלעך, כּדי נישט צו צעברעקלען די קאַרטאָפֿל־רעפֿטלעך.
שיט דאָס קאַרטאָפֿל־געמיש אינעם בעקן, באַשיט עס מיטן צעריבענעם קעז און באַקט עס 10 מינוט. צינדט אָן דעם בראָט־אויוון און בראָט די קאַרטאָפֿל אונטערן פֿײַער, ביז זיי ברוינען זיך צו, בערך 5 מינוט.
לאָזט שטיין 10 מינוט איידער איר דערלאַנגט עס צום טיש.