קולטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אויסשטעלונג: דאָקומענטן פֿון געוועזענע סאָוועטישע אַרכיוון
אויסשטעלונג: דאָקומענטן פֿון געוועזענע סאָוועטישע אַרכיוון

איך האָב שוין געשריבן, אַז מאָסקווע איז אַ טײַערע שטאָט, אַזוי אַז ס’איז ניט גרינג צו געפֿינען דאָרטן אַ לײַטישע אַכסניא, זי זאָל ניט קאָסטן עטלעכע הונדערט דאָלאַר אַ מעת-לעת. דער סוף איז געווען, אַז איך האָב געוווינט אין אַ גאַנץ סימפּאַטישן, נײַעם האָטעל, אָבער ניט אין צענטער שטאָט. אמת, קיין גרויסע פּראָבלעמען האָט עס פֿאַר מיר ניט געשאַפֿן. פֿאַרקערט, בעת דער יאַזדע אין דער אונטערבאַן פֿלעג איך באַווײַזן דורכצולייענען די צוויי מאָסקווער צײַטונגען, אַ רוסישע און אַן ענגלישע, וועלכע מע פֿלעגט קריגן צוזאַמען מיטן פֿרישטיק. אַזוי האָב איך אין איינעם פֿון די טעג איבערגעלייענט, אַז אין דעם היסטאָרישן מוזיי האָט מען אַרויסגעשטעלט דאָקומענטן פֿון זייער סענסיטיווע טעקעס פֿון די געוועזענע סאָוועטישע אַרכיוון. איינער פֿון די דאָקומענטן איז געווען וועגן לענינס ייִדישן ייִחוס.

האָב איך זיך שוין אַרײַנגעכאַפּט אין דעם מוזיי, וואָס איז אויפֿן רויטן פּלאַץ, און איבערגעלייענט דאָרטן דעם דאָזיקן דאָקומענט, וועלכער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ בריוו פֿון לענינס עלטערער שוועסטער, אַנאַ (1864—1935), וואָס זי האָט געשיקט סטאַלינען דעם 12טן דעצעמבער 1932. איך ברענג דאָ אויסצוגן פֿון דעם בריוו, וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אויף רוסיש:


דער צענטראַלער קאָמיטעט [פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי] האָט מיך געמאַכט פֿאַראַנטוואָרטלעך, אויף וויפֿל כ’געדענק אין יאָר 1924, פֿאַר צונויפֿקלײַבן מאַטעריאַלן פֿאַר לענינס ביאָגראַפֿיע. כּדי אויסצופֿילן דאָס דאָזיקע שליחות, האָב איך דורכגעקוקט די דאָקומענטן אינעם געוועזענעם פּאָליציי-דעפּאַרטאַמענט, וועלכע האָבן אַ שײַכות צום אָפּשטאַם פֿון אונדזער זיידע פֿון דער מוטערס צד, אַלעקסאַנדער בלאַנק [...]

פֿאַר אײַך איז, אַ פּנים, ניט קיין סוד, אַז די אויספֿאָרשונג פֿונעם זיידעס אָפּשטאַם האָט געוויזן, אַז ער האָט געשטאַמט פֿון אַן אָרעמער ייִדישער משפּחה און איז געווען, ווי עס שטייט געשריבן אין דעם דאָקומענט מכּוח זײַן שמד, אַ זון פֿון אַ זשיטאָמירער תּושבֿ, וואָס האָט געהייסן מוישקאַ [משה] בלאַנק. דער דאָזיקער פֿאַקט, וואָס איז זייער וויכטיק פֿאַר דער וויסנשאַפֿטלעכער ביאָגראַפֿיע פֿון לענינען ווי אויך פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון זײַן מוח, איז אָפּגעשאַצט געוואָרן דעמאָלט, ווען די דאָקומענטן זײַנען אַנטפּלעקט געוואָרן, ווי אַ ניט-באַקוועמער פֿאַר מאַכן אים ברייט-באַקאַנט. אין דעם אינסטיטוט [פֿון לענין, וווּ זײַן שוועסטער אַנאַ האָט געאַרבעט] איז באַשלאָסן געוואָרן ניט צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם דאָזיקן פֿאַקט און, בכלל, האַלטן אים בסוד.

ווי אַ פּועל-יוצא, האָב איך וועגן דעם קיינעם ניט געזאָגט, אַפֿילו די נאָענטסטע פֿרײַנד מײַנע.

אָבער אין די לעצטע יאָרן, הערנדיק אַז אַנטיסעמיטיזם ווערט בײַ אונדז ווידער שטאַרקער, אַפֿילו צווישן קאָמוניסטן, [...] קום איך צום אויספֿיר, אַז ס’איז, משמעות, ניט ריכטיק אויסצובאַהאַלטן פֿון די מאַסן דעם דאָזיקן פֿאַקט. קיין שאָדן וואָלט עס זיכער ניט געבראַכט. אַדרבה, עס וואָלט געקענט דינען זייער גוט בײַם קעמפֿן מיט אַנטיסעמיטיזם; בפֿרט נאָך, אַז די מאַסן האָבן אַזאַ דרך-ארץ צו לענינען. און איך האַלט, אַז אַחוץ אַקאַדעמישער אַרבעט איבער דעם דאָזיקן מאַטעריאַל, וואָלט געווען כּדאַי צונויפֿצושטעלן אַ פּאָפּולערן צײַטונג-אַרטיקל. מיר שײַנט, אַז לענין וואָלט אויך אַזוי געהאַנדלט. מיר האָבן קיין שום סיבה ניט אויסצובאַהאַלטן דעם דאָזיקן פֿאַקט, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר נאָך איין באַווײַז פֿון אויסערגעוויינטלעכע פֿעיִקייטן פֿון דעם סעמיטישן שבֿט [семитического племени] — אַזוי האָט תּמיד געהאַלטן לענין [...]


מע קען ניט זאָגן, אַז דאָס איז געוואָרן אַ געוואַלדיקע סענסאַציע. אין אַ געוויסן זין, איז עס שוין קאַלטע לאָקשן. יאָרנלאַנג רעדט מען און מען שרײַבט וועגן לענינס ייִדישן זיידע. נאָך מיט אַריבער צוואַנציק יאָר צוריק, ווען מיר איז אויסגעקומען צו זײַן אין זשיטאָמיר, האָב איך געזען די פֿרוי, וועגן וועלכער מע האָט גערעדט, אַז זי האָט געפֿונען אַ דאָקומענט וועגן משה בלאַנק דעם משומד.

אָבער אַנאַ אוליאַנאָוואַס בריוו מאַכט קלאָר אייניקע פּרטים אין דער דאָזיקער געשיכטע. קודם-כּל, עס באַקומט זיך אַז לענין האָט, נעבעך, ניט געוווּסט וועגן זײַן ייִדישקייט, מישטיינס געזאָגט, ווײַל די גאַנצע מעשׂה האָט זיך פֿאַרקאָכט נאָך זײַן טויט. צווייטנס, אַז נאָך אין די "גוטע" 1920ער יאָרן האָט מען עס געהאַלטן פֿאַר אַ "ניט-באַקוועמער" זאַך. און דריטנס, אַז די אַנטי-ייִדישע שטימונג איז געווען זייער שטאַרק אין די פֿריִע 1930ער יאָרן — אַזוי שטאַרק, אַז לענינס "ייִדישקייט" האָט געקענט אויסזען ווי אַ סגולה.

פֿאַר וואָס האָט מען דעם בריוו אַרויסגעשטעלט איצט? ס’איז דאָך קלאָר, אַז דאָ גייט די רייד וועגן אַ באַשלוס אין די הויכע פֿענצטער פֿון דער הײַנטיקער רוסישער מאַכט. איז עס אַ פּרוּוו צו מאַכן ווייניקער סימפּאַטיש, צי אַפֿילו גאָר מיאוס, דעם אימאַזש פֿון לענינען, וועמענס נאָמען און סטאַטועס זעט מען נאָך אַלץ אין אַ סך ערטער פֿון מאָסקווע, און רוסלאַנד בכלל? אפֿשר האָט עפּעס אַ חכם באַשלאָסן, אַז דערמיט וועט מען אין די קומענדיקע וואַלן צונעמען עטלעכע שטימען בײַ די קאָמוניסטן. דערווײַל זעט מען ניט, אַז מענטשן זאָלן זיך שטאַרק איבערנעמען מיט דער דאָזיקער געשיכטע.