קינאָ

רחל, די טאָכטער פֿונעם ראש־ישיבֿה, קוקט שטענדיק אַרויס פֿון פֿענצטער, אַזוי ווי זי וואָלט געוואַרט אויף עפּעס וווּנדערלעכס —
און זי ווייסט אַפֿילו נישט, אַז אַ בחור (אליוקים), קוקט גלײַכצײַטיק, פֿון זײַן פֿענצטער, אַרויס אויף איר, אין "אליוקים"
רחל, די טאָכטער פֿונעם ראש־ישיבֿה, קוקט שטענדיק אַרויס פֿון פֿענצטער, אַזוי ווי זי וואָלט געוואַרט אויף עפּעס וווּנדערלעכס —
און זי ווייסט אַפֿילו נישט, אַז אַ בחור (אליוקים), קוקט גלײַכצײַטיק, פֿון זײַן פֿענצטער, אַרויס אויף איר, אין "אליוקים"
Credit: Ma’aleh Film School, Jerusalem

לעצטנס האָבן זיך אויף דער אינטערנעץ באַוויזן דרײַ קורצע פֿילמען אויף ייִדיש, געשאַפֿן פֿון סטודענטן פֿון אַ קינאָ־שול אין ירושלים. הגם די פֿילמען זענען פּראָדוצירט געוואָרן צווישן די יאָרן 2000 און 2003, זענען זיי איצט צום ערשטן מאָל צוטריטלעך פֿאַר יעדן איינעם.
די שול, "מעלה", איז די איינציקע קינאָ־שול פֿאַר פֿרומע ייִדישע סטודענטן אויף דער וועלט, און איר ציל, לויט דער וועבזײַט, איז צו אינספּירירן די פֿילמאָגראַפֿן צו שאַפֿן ווערק אויפֿן סמך פֿון זייער רעליגיעזער, עטנישער און ישׂראלדיקער קולטור־ירושה. לויט די תּקנות פֿון דער שול, טאָר זיך אין די פֿילמען נישט געפֿינען קיין נאַקעטקייט, גראַפֿישע בלוט־פֿאַרגיסונג אָדער ניבול־פּה. בדרך־כּלל, זענען די פֿילמען צווישן 25 און 35 מינוט לאַנג.
זינט די שול איז געגרינדעט געוואָרן אין 1989, האָבן אַ צאָל פֿון די פֿילמען פּראָדוצירט אין "מעלה" געוווּנען פּריזן און געוויזן געוואָרן אין מער ווי 70 ישׂראלדיקע און אינטערנאַציאָנאַלע קינאָ־פֿעסטיוואַלן, צווישן זיי: דער "טרײַבעקאַ־פֿילם־פֿעסטיוואַל" אין ניו־יאָרק; דער ישׂראלדיקער פֿילם־פֿעסטיוואַל אין אַמסטערדאַם, און דער "פֿעסטיוואַל פֿון קורצע פֿילמען" אין האַמבורג.
די ווערק פֿון די סטודענטן זענען געלויבט געוואָרן פֿאַר זייער שאַפֿערישקייט בײַם באַהאַנדלען קאָנטראָווערסאַלע רעליגיעזע און מאָראַלישע פֿראַגעס, ווי אויך ענינים וועגן דער בײַטנדיקער ייִדישער און ישׂראלדיקער אידענטיטעט. די פֿילמאָגראַפֿן קומען אַרויס, בדרך־כּלל, פֿון מאָדערן־פֿרומע משפּחות, אָבער די אַקטיאָרן זענען אַלע סעקולער, האָט איבערגעגעבן עינת קאפּח, די דירעקטאָרין פֿון אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען בײַ "מעלה". "מע באַצאָלט די אַקטיאָרן זייער ווייניק, און אָפֿט מאָל — אין גאַנצן נישט, אָבער זיי טוען עס ווײַל זיי שאַצן אָפּ דעם קוראַזש פֿון די פֿילמאָגראַפֿן אין באַהאַנדלען אַזוינע סענסיטיווע טעמעס."
נאָך מער אינטערעסאַנט איז, וואָס במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 10 יאָר, זענען דרײַ פֿון די פֿילמען, געשאַפֿן פֿון די סטודענטן, געווען אויף ייִדיש: "אשת־כּהן" (2000), "אליוקים" (2002) און "אַ מעשׂה" (2003).

נעמענדיק אין באַטראַכט די היסטאָרישע דיסקרימינאַציע קעגן ייִדיש אין ישׂראל, און דעם ביטול וואָס די געזעלשאַפֿט האָט אָפֿט מאָל אַרויסגעוויזן פֿאַר ייִדיש־רעדער, שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס האָט מאָטיווירט די דרײַ קינאָ־סטודענטן צו פּראָדוצירן זייערע פֿילמען אויף ייִדיש?
מאָטל און רבֿקה דריקן אויס זייער בענקשאַפֿט איינער פֿאַרן צווייטן, בעת זיי וואַרטן אויפֿן פּסק פֿונעם בית־דין, אינעם פֿילם "אשת־כּהן"
מאָטל און רבֿקה דריקן אויס זייער בענקשאַפֿט איינער פֿאַרן צווייטן, בעת זיי וואַרטן אויפֿן פּסק פֿונעם בית־דין, אינעם פֿילם "אשת־כּהן"
Credit: Ma’aleh Film School, Jerusalem

איין סיבה, קאָן מען זאָגן, איז ווײַל אַלע דרײַ פֿילמען האָבן באַקומען סובסידיעס פֿון דער "פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור אויפֿן נאָמען פֿון אַבֿרהם־יצחק לערנער" — אַ לאַנג־יאָריקע שטיצערין פֿון דער פּראָגראַם פֿון ייִדיש־שטודיעס בײַם "בר־אילן אוניווערסיטעט". אָבער מירי בוקר, די רעזשיסאָרין פֿון "אליוקים" און די איינציקע פֿון די דרײַ רעזשיסאָרן וואָס קען טאַקע רעדן ייִדיש, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז דאָס איז ווײַט נישט דער גאַנצער ענטפֿער.
"ס׳איז אמת, אַז די פֿונדאַציע האָט אויסגעטיילט פֿאָנדן דערפֿאַר, אָבער די סומע איז געווען זייער אַ קליינע — בלויז 3,000 שקל [813 דאָלאַר]," האָט פֿרוי בוקר געזאָגט. "איך האָב געמאַכט דעם פֿילם אויף ייִדיש ווײַל איך האָב ליב צו רעדן ייִדיש."
אין "אשת־כּהן", אַ פֿילם רעזשיסירט פֿון נאווה נוסן־חפֿץ, און דער איינציקער פֿון די דרײַ פֿילמען, וואָס קומט פֿאָר אין גאַנצן אויף ייִדיש — ווערט רבֿקה, אַ יונגע, פֿרומע פֿרוי פֿאַרגוואַלדיקט פֿון אַ בעטלער. צוליב דעם וואָס איר מאַן, מאָטל, איז אַ כּהן, מוז ער, על־פּי־דין, זי אָפּגטן. ער האָפֿט אָבער, אַז דער בית־דין וועט קאָנען געפֿינען אַ מיטל ווי אַזוי צו לייזן דעם קריזיס. במשך פֿונעם פֿילם וואַרט דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק אומגעדולדיק אויפֿן פּסק. די טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן דריקן אויס, אָפֿט מאָל מיט ווייניק רייד, ווי שטאַרק זיי בענקען איינער נאָכן צווייטן און וויפֿל זיי לעכצן זיך אַרומצונעמען, הגם מאָטל האָט גלײַכצײַטיק מורא עובֿר צו זײַן אויף דער הלכה.
אין איין סצענע, זעט מען וווּ רבֿקה הענגט אויף די וועש (ריינע, ווײַסע לײַלעכער — אַ סימבאָל פֿונעם אָפּטימיזם און ריינער נאַיִווקייט, וואָס זי האָט איצט אָנגעוווירן), און כאָטש מאָטל פּרוּווט זיך צו דערנענטערן צו איר, האַלט זי אין איין זיך אַרויסדרייען פֿון זײַנע הענט, באַהאַלטנדיק זיך הינטער די לײַלעכער, ווי אַ פֿרוי "באַהאַלט זיך" הינטער דער מחיצה.
הגם ס׳איז קלאָר, אַז דער פֿילם קוקט קרום אויף דער סיטואַציע — אַז אַ מאַן זאָל, צוליב דער הלכה, אפֿשר מוזן פֿאַרלאָזן זײַן פֿרוי וואָס ער האָט ליב — שילדערט נוסן־חפֿץ די אָרטאָדאָקסישע רבנים מיט סימפּאַטיע, בעת זיי באַמיִען זיך מיט אַלע כּוחות צו געפֿינען אַן אויסוועג צו דערלויבן מאַן־און־ווײַב צו בלײַבן אין איינעם.
נישט געקוקט אויף דער פֿאַרכאַפּנדיקער סיפּור־המעשׂה, לײַדט דער פֿילם אָבער פֿון עטלעכע חסרונות, סײַ פֿון אַ ליטעראַרישן קוקווינקל, סײַ פֿון אַ לינגוויסטישן. "הגם די רעזשיסאָרין פּרעזענטירט אַן אינטערעסאַנטן היפּאָטעז, ווערט דער פֿילם גיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מעלאָדראַמע, אַזוי אַז ס׳איז שווער זיך טיף צו אידענטיפֿיצירן מיט די העלדן," האָט באַמערקט מאַרק קאַפּלאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור בײַ "דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט".
די אַנדערע פּראָבלעם איז די קוואַליטעט פֿונעם ייִדיש־לשון. אַ קליין מיידעלע אין פֿילם — די איינציקע עדות פֿונעם אַטאַק — לויפֿט אין דער ישיבֿה זוכן רבֿקהס מאַן, שרײַענדיק מיט אַ ישׂראלדיקן אַקצענט: "מאָט־על! מאָט־על!", וואָס קלינגט שוין גאָר נישט ווי דער ייִדישער נאָמען "מאָטל". דערצו, ווי עס גיט איבער די לינגוויסטין פֿון העברעיִש און ייִדיש, ד״ר זעלדאַ ניומאַן, רעדן די העלדן אין פֿילם אַ ליטווישן ייִדיש, הגם אין ישׂראל זענען כּמעט די איינציקע חרדים, וואָס רעדן הײַנט צווישן זיך בלויז ייִדיש — חסידים, און בײַ זיי רעדט מען נישט קיין ליטווישן ייִדיש, נאָר צענטראַל־ייִדיש; דערפֿאַר פֿילט דאָס ייִדיש־רעדן נישט אויטענטיש.
אין פֿרוי בוקרס פֿילם "אליוקים", פֿילט מען אָבער יאָ אַן אויטענטישקייט, סײַ פֿון די העלדן, סײַ פֿונעם ייִדיש. דער פֿילם דערציילט וועגן אַ פּאַראַליזירטן ישיבֿה־בחור, אַ גרויסער תּלמוד־חכם, וואָס פֿאַרליבט זיך פֿון דער ווײַטנס אין דער טאָכטער פֿונעם ראָש־ישיבֿה און פּרוּווט איבערצײַגן דעם שדכן זיי צונויפֿצופּאָרן, הגם ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער וועלט איז אַזאַ שידוך כּמעט אוממעגלעך.
בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט פֿרוי בוקר דערציילט, ווי אַזוי ס׳איז געקומען צו איר די אינספּיראַציע צו שאַפֿן דעם פֿילם. ווען זי איז געקומען אויפֿן אינטערוויו אַרײַנצוקומען אין דער קינאָ־שול, וואָס געפֿינט זיך לעבן דער חסידישער געגנט מאה־שערים, האָט זי פּאַרקירט איר אויטאָ, און בעת זי האָט שפּאַצירט איבער דער געגנט, האָט אויף איר געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק דאָס נאַטירלעכע ייִדיש־לשון פֿון די פֿאַרבײַגייער, און דער שטענדיקער אימאַזש פֿון מיידלעך, וואָס שטייען בײַם פֿענצטער און קוקן אַרויס אויף דער גאַס. אין "אליוקום" זעט מען טאַקע, ווי די טאָכטער פֿונעם רבֿ קוקט שטענדיק אַרויס פֿון פֿענצטער, אַזוי ווי זי וואָלט געוואַרט אויף עפּעס וווּנדערלעכס — און זי ווייסט אַפֿילו נישט, אַז אַ בחור (אליוקים), קוקט גלײַכצײַטיק, פֿון זײַן פֿענצטער, אַרויס אויף איר.
דער אַלטער ייִד פּראַוועט שבת מיט זײַן אויפֿפּאַסער, האָזע, און פּרוּווט אים איבערצײַגן נישט צו אַנטלויפֿן,
אין "אַ מעשׂה"
דער אַלטער ייִד פּראַוועט שבת מיט זײַן אויפֿפּאַסער, האָזע, און פּרוּווט אים איבערצײַגן נישט צו אַנטלויפֿן,
אין "אַ מעשׂה"
Credit: Ma’aleh Film School, Jerusalem

דער פֿילם שילדערט אויך, אויף אַ דראַמאַטישן אופֿן, וואָס געשעט ווען די חרדישע און די סעקולערע וועלטן שנײַדן זיך אַדורך — און די פּאָטענציעלע טראַגישע רעזולטאַטן דערפֿון.
"׳אליוקים׳ איז זייער אַן אייגנאַרטיקער פֿילם," האָט ד״ר קאַפּלאַן געזאָגט. "הגם מע זעט גלײַך, אַז מע געפֿינט זיך אין דער חרדישער וועלט, דערוויסט מען זיך בלויז ביסלעכווײַז די פּרטים וועגן די העלדן, און דאָס ציט גלײַך אַרײַן דעם צוקוקער." די רעזשיסאָרין באַשרײַבט די נאַטירלעכע, טאָג־טעגלעכע סצענעס פֿון דער חרדישער וועלט, הגם זי טוט עס בפֿירוש מיט אַ קריטיש אויג.
בוקר האָט זיך טאַקע אַ ביסל געזאָרגט, וואָס די חרדים וועלן זאָגן וועגן אַזאַ פֿילם. "ווען איך האָב געוויזן דעם סקריפּט צו די ׳דתּיים׳ [מאָדערן־פֿרומע], האָבן זיי מיר געזאָגט, אַז עס טויג נישט, ווײַל ס׳איז קעגן די חרדים," האָט פֿרוי בוקר דערציילט. "אָבער ווען כ׳האָב עס געוויזן צו חרדים, זענען זיי געווען אַ סך מער פּאָזיטיוו געשטימט."
פֿרוי בוקר איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ מאָדערן־פֿרומער היים אין ירושלים, וווּ מע האָט גערעדט אַ געמיש פֿון ייִדיש און העברעיִש. זי האָט דערציילט, אַז ווען זי האָט אָנגעהויבן קלערן וועגן מאַכן איר פֿילם אויף ייִדיש, איז זי נישט געווען זיכער ווי אַזוי די הײַנטיקע ייִדיש־רעדנדיקע ישׂראלים דריקן זיך אויס, ביז זי האָט פֿאַרבראַכט אַן אָוונט מיט דער משפּחה פֿונעם חרדישן זשורנאַליסט דודי זילבערשלאַג.
"כ׳האָב זיך צוגעהערט ווי אַזוי ער, זײַן פֿרוי און זייערע קינדער רעדן צווישן זיך, און באַמערקט, אַז ס׳איז געווען זייער ענלעך צו מײַן אייגענער דערפֿאַרונג: אַ געמיש פֿון ייִדיש און העברעיִש," האָט פֿרוי בוקר באַמערקט. טאַקע דערפֿאַר רעדן די העלדן אין "אליוקום" אויך אַזוי.
מע הערט, למשל, ווי חיים, אליוקימס געהילף, באַקלאָגט זיך וועגן די סעקולערע ישׂראלים, וואָס קומען "אָנקוקן" די חרדישע אײַנוווינער. "כּולם מסתּכּלים אלינו; אחד אפֿילו צילם אותּי [יעדער גלאָצט אויף אונדז; איינער האָט מיך אַפֿילו פֿאָטאָגראַפֿירט]... אַ חוצפּה, אַפֿילו נישט געפֿרעגט!"
און ווען אליוקים שווימט אין שווימבאַסיין און זאָגט: "קום אַרײַן!" צו חיימען, ענטפֿערט חיים: "ניין, ניין, אליוקים, מאוחר! [ס׳איז שפּעט]!"
"דאָס צונויפֿפֿלעכטן די צוויי לשונות אינעם פֿילם קלינגט זייער נאַטירלעך," האָט ד״ר ניומאַן באַמערקט. "אַזוי רעדט מען טאַקע הײַנט ייִדיש אין די חרדישע קרײַזן פֿון ירושלים."
דער איינציקער וואָס רעדט אין גאַנצן אויף ייִדיש אינעם פֿילם איז דער שדכן, וואָס פּרוּווט העלפֿן אליוקים געפֿינען אַ מער "פּאַסיקע" כּלה ווי דעם רבֿס טאָכטער. "ס׳איז שיין צו זען, אַז די רעזשיסאָרין האָט געפֿונען אַ געבוירענעם ייִדיש־רעדער צו שפּילן די ראָלע פֿונעם שדכן — האָט ד״ר ניומאַן באַמערקט — "און דערצו רעדט ער נאָך דרום־מיזרח ייִדיש — אַ דיאַלעקט, וואָס מע הערט הײַנט אַלץ ווייניקער און ווייניקער."
די לעצטע פֿון די דרײַ פֿילמען, "אַ מעשׂה", איז זייער אַנדערש פֿון די אַנדערע צוויי, ווײַל ס׳איז נישט קיין שילדערונג פֿון דער חרדישער וועלט, נאָר וועגן די וואַרעמע באַציִונגען צווישן אַ לעבן־געבליבענעם פֿון חורבן און זײַן פֿיליפּינער אויפֿפּאַסער — אַ באַקאַנטער פֿענאָמען אין הײַנטיקן ישׂראל.
דער אויפֿפּאַסער, האָזע, איז אַן אומלעגאַלער אימיגראַנט, און קומט זאָגן דעם אַלטן ייִד, אַז ער מוז אַנטלויפֿן ווײַל די פּאָליציי זוכט אים. די דערוואַקסענע קינדער פֿונעם אַלטן פּרוּוון אים אויך איבערצײַגן פּטור צו ווערן פֿונעם אויפֿפּאַסער, נאָר דער ייִד וויל פֿון דעם נישט הערן. ער האָט ליב האָזע ווי אַן אייגן קינד און דורכן גאַנצן פֿילם רעדט ער צו אים בלויז אויף ייִדיש.
הגם די טעמע איז אַן ערנסטע, האָט דער רעזשיסאָר, איציק סווערדלאָוו, באַשלאָסן צו דערציילן די מעשׂה דווקא ווי אַ קאָמעדיע, און לויט ד״ר קאַפּלאַן, איז עס אים טאַקע געראָטן. "דער רעזשיסאָר ווייסט ווי אַזוי צו אינסצענירן אַ וויץ, און ער ניצט הומאָר צו מאַכן אַ קאָמענטאַר וועגן אַ וויכטיקן געזעלשאַפֿטלעכן ענין."
לויט ד״ר קאַפּלאַן, זענען דער אַלטער ייִד, דער פֿיליפּינער יונגערמאַן און די ייִדישע שפּראַך די העלדן פֿונעם פֿילם. ווי אַזוי קען אַ שפּראַך פֿיגורירן ווי אַ העלד? ווײַל ווי מע זעט בײַם סוף פֿונעם פֿילם, האָט ייִדיש טאַקע געראַטעוועט דעם יונגן פֿיליפּינער.
"אין דעם פֿילם איז סײַ ייִדיש — דאָס לשון פֿון די זקנים — סײַ די זקנים אַליין, אַ סימבאָל פֿון אַלץ, וואָס די הײַנטיקע ישׂראלים האָבן אָפּגעוואָרפֿן," האָט ד״ר ניומאַן דערקלערט. "דער עלטערער העלד פֿון ׳אַ מעשׂה׳ האַלט עקשנותדיק אויף נישט בלויז די שפּראַך פֿון זײַנע אָבֿות, נאָר אויך די אַלטע, עטישע ווערטן, וואָס ווערן הײַנט פֿאַרלוירן אינעם מאָדערנעם, העברעיִש־רעדנדיקן מדינת־ישׂראל."
די דרײַ ייִדישע פֿילמען, ווי אויך אַלע אַנדערע פֿילמען וואָס געפֿינען זיך אויף דער וועבזײַט פֿון "מעלה", קען מען אַראָפּלאָדן פֿון דער אינטערנעץ פֿאַר $4 אַ פֿילם*, אָדער מע קען קויפֿן דעם DVD דורך קוועטשן אויף דער פֿאַרבינדונג

www.maale.co.il/default.asp?PageID=78

oy. "a mayse" is one of the

oy. "a mayse" is one of the saddest movies i've ever seen.