פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


איך האָב שוין עטלעכע מאָל דערמאָנט דעם "היסטאָרישן פֿאַקט", אַז אין דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָב איך זיך אַ פּאָר מאָל אַרײַנגעכאַפּט אין דער "אַלטער היים". ווען מיר פֿאָרן ערגעץ, האָט מײַן ווײַב ליב אַרײַנצוקוקן אין די געשעפֿטן, וווּ מע פֿאַרקויפֿט כּלערליי הויז-ווירטשאַפֿטלעכע סחורות. האָב איך אין איינעם פֿון זיי פּלוצעם דערזען אַ בעזעם — פֿון אַן אַלטן שניט, אַ "ריכטיקן", אַזאַ ווי ס’איז געווען בײַ אונדז אין אוקראַיִנע און, אויב איך פּלאָנטער ניט, אויך אין מאָסקווע. איך האָף, אַז דעם אַרטיקל וועט מען באַזאָרגן מיט אַ בילד פֿון דעם "אַלטן" בעזעם, וועלכן ס’רובֿ לייענער וועלן, גלייב איך, ניט געפֿינען אין זייערע שטיבער. איך בין אַפֿילו ניט זיכער, צי מע נוצט נאָך אַלץ דאָס דאָזיקע וואָרט, סײַדן מע מיינט אַ ביסל אַן אַנדער זאַך, דאָס הייסט אַ באַרשט צי אַ בערשטל.
אמת, דאָס וואָרט "בעזעם" לעבט נאָך אַלץ אין ייִדישע אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, אַזעלכע ווי:
"אַז גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם אויך",
"אַ נײַער בעזעם קערט גוט" (אָדער שיין),
"אַז מע טוט אַ בעזעם שיין אָן, זעט ער אויס ווי אַ מענטש",
"אַזוי ווי עס איז ניטאָ קיין בעזעם אָן ריטער, אַזוי איז ניטאָ קיין גוטע שטיפֿמוטער".
אַגבֿ, איך בין גאָר ניט זיכער, אַז דאָס לעצטע שפּריכוואָרט איז ריכטיק, ווײַל גוטע שטיפֿמאַמעס זײַנען יאָ פֿאַראַן.

וועגן דעם "בעזעם" דערמאָנען אונדז די קלעזמאָרים, וואָס זינגען איציק מאַנגערס "זי נעמט אין דער האַנט דעם בעזעם און קערט צום לעצטן מאָל די שטוב". און אונדזער "פֿאָרווערטס" פֿאַרגעסט ניט דעם אַלטן מכשיר. אָט לייענען מיר די קעפּלעך פֿון עדיטאָריאַלן:

"דער נײַער ‘בעזעם’ אין דער אַלטער ‘יו-ען’" (דעם 5טן יאַנואַר 2007),
"אַז אַמעריקע וויל, שיסט אַ בעזעם" (דעם 30סטן נאָוועמבער 2007),
"דער בעזעם שיסט פֿון ‘וואָל-סטריט’" (דעם 26סטן סעפּטעמבער 2008).

אין אידיאָמאַטישע אויסדרוקן ווערט "בעזעם" אָפֿט מאָל גענוצט ווי אַ סימבאָל פֿון אויסרייניקן עפּעס. ניט צופֿעליק פֿלעגט מען אַזוי אָנרופֿן סאַטירישע אויסגאַבעס — אַזאַ טיטל האָט געטראָגן אַ בײַלאַגע צום "פֿרײַנד", וואָס איז געווען די ערשטער ייִדישע טאָגצײַטונג אין רוסלאַנד. אַ "בעזעם" האָט מען געדרוקט אויך אין ניו-יאָרק, אין די 1920ער יאָרן.
גענוצט האָט מען אויך דעם ווערב "אויסבעזעמען" מיטן טײַטש "לערנען בלק מיט עמעצן". ווי אַ מוסטער פֿון דעם, ווי אַזוי מע האָט עס גענוצט, ברענג איך דאָ אַן אויסצוג פֿון אַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס", געדרוקט דעם 5טן יוני 1928. דער אַרטיקל, אָנגעשריבן (לויט אַלע סימנים נאָך) דורך דעם מאָסקווער קאָרעספּאָנדענט זלמן ווענדראָף, האָט געטראָגן דעם טיטל "וואָס עס האָט פּאַסירט מים שלום אַשן אין מאָסקווע". די רייד גייט וועגן שלום אַשס נסיעה קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד:


עס איז בײַ אונדז שוין אַ טראַדיציע, אַז ווען עס קומט אַ חשובֿער גאַסט, זאָל מען אים קודם-כּל אַ ביסל "אויסבעזעמען". דעם דאָזיקן כּבֿוד טוט מען אָן נאָר אַזעלכע, וואָס מע רעכנט פֿאַר פֿרײַנד פֿון סאָוועט-רוסלאַנד און פֿון דער ייִדישער אַרבעט, וואָס אין איר ווערט געפֿירט. מיט קעגנער רעדט מען בכלל ניט. כּבֿוד גיט מען דעם גאַסט טאַקע לרובֿ, אָבער פֿאַר אַלע זײַנע מעשׂים, וואָס זײַנען פֿון קאָמוניסטישן שטאַנדפּונקט ניט כּשר, קריגט ער אַרײַנגעצימבלט.
דאָס זעלבע איז אויך פֿאָרגעקומען מיט אַשן: מע האָט אים אויסגערעכנט אַלע זײַנע גרויסע מעלות ווי אַ קינסטלער, מע האָט געלויבט אין טאָג אַרײַן זײַן גרויסן טאַלאַנט און אַפֿילו "[דער השפּעהדיקער קולטור-טוער יחזקאל] דאָברושין אַליין" האָט אויף אים געלייגט דעם שטעמפּל "קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור". אָבער צו דער זעלביקער צײַט האָט מען אַשן אַרויסגעשטעלט אַ גאַנצע סעריע טענות פֿאַר זײַנע נאַציאָנאַליסטישע "אָפּנייגונגען", פֿאַר זײַנע געזעלשאַפֿטלעכע אַרויסטרעטונגען און אַזוי ווײַטער.
דערבײַ מוז איך זאָגן, אַז די ביטערע פּילן זײַנען פֿאַרוויקלט געוואָרן אין גאָלדענע פּאַפּירלעך: אַלץ איז אַרויסגעזאָגט געוואָרן אויף אַ פֿרײַנדלעכן אופֿן און אין אַ העכסט-קאָרעקטער פֿאָרעם.


די געשיכטע פֿון שלום אַשס רײַזע קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך. אפֿשר וועל איך אַ מאָל וועגן דעם שרײַבן באַזונדער. דאָ האָב איך געבראַכט דעם אויסצוג פֿון ווענדראָפֿס אַרטיקל צו אילוסטרירן דעם באַנוץ פֿון "אויסבעזעמען". אַפֿילו אויב מיר האַלטן ניט מער קיין בעזעמער אין דער היים, קען מען נאָך אַלץ איבערלאָזן אין אונדזער שפּראַך דעם דאָזיקן ווערב. פּונקט אַזוי ווי מע פֿאַרוויקלט שוין ניט קיין פּילן אין קיין פּאַפּירלעך, אָבער מע רעדט נאָך אַלץ אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן וועגן גאָלדענע פּאַפּירלעך. פּונקט אַזוי ווי מע געדענקט שוין ניט, אַז אַ מאָל האָט מען פֿאַרקויפֿט סחורה ניט נאָר אין טוצן, צוועלף שטיק, נאָר אויך אין פֿינף מאָל אַזוי פֿיל — זעכציק. אָבער "אַ שאָק (בוכשטעבלעך — 60) מיט יאָרן" בלײַבט אין אונדזער שפּראַך. מיר זאָגן עס, ווען מע באַגעגנט עמעצן וועמען מע האָט ניט געזען זייער אַ לאַנגע צײַט. מע קען עס אויך זאָגן, ווען מע באַגעגנט אַ פֿאַרגעסן וואָרט.