- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איין מיטוואָך, אין אַ ליכטיקן פֿרימאָרגן, בין איך צוגעפֿאָרן זיך נאָכפֿרעגן בײַ פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוכן, פֿאַרוואָס האָט ער זיך מיט אַ מאָל פֿאַרנומען במשך די לעצטע פֿינף יאָר מיט קינדער-ליטעראַטור, און גענומען אויף זיך די טירחה אַרויסצוגעבן די טעג אַ באַנד לידער פֿאַר קינדער, פֿאַרפֿאַסט פֿון שמואל צעסלערן (1904—1987), אַ צוויישפּראַכיקע אויסגאַבע (ייִדיש מיט אַ העברעיִשער איבערזעצונג) און פֿול אילוסטרירט, מיטן נאָמען אילוסטרירטע לידער פֿאַר קינדער אויף ייִדיש און העברעיִש, אַרויסגעגעבן פֿון דבֿ סדן-פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש-קאַטעדרע, מאַנדעל אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן, העברעיִשער אוניווערסיטעט פֿון ירושלים, בשותּפֿות מיט דעם ה. לייוויק-פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, בית לייוויק, תּל-אָבֿיבֿ. "צילה, כ׳וועל אײַך דערציילן אַ מעשׂה שהיה: איך בין געווען צען יאָר אַלט, און געלערנט דעמאָלט אין אַ תּלמוד-תּורה בײַ הרבֿ קוגיעלסקי, אין בוענאָס-אײַרעס. סוף לערניאָר האָט הרבֿ קוגיעלסקי געמאַכט אַ סך-הכּל און באַשטימט ווער גייט אַריבער לערנען אין אַ ישיבֿה און ווער ניט. הרבֿ קוגיעלסקי האָט פֿאַרגעסן דאָס וואָס אונדזערע חכמים האָבן געוואָרנט, אַזוי צו זאָגן: 'זאָל אַ מענטש בעסער זיך אַרײַנשלײַדערן אין אַ ברענענדיקן קאַלך־אויוון, איידער מבֿייש זײַן זײַן חבֿר ברשות-הרבים’, און ער האָט מכריז געווען פֿאַרן גאַנצן קלאַס, אַזוי צו זאָגן: יחיאל שיינטוך איז נישט ראוי אַריבערגיין לערנען אין אַ ישיבֿה. ווי עס ווײַזט אויס, איז מײַן רעליגיעזע טעמפּעראַטור נישט געווען גענוג הויך פֿאַר אים, און דערצו נאָך, איז ער מיך חושד געווען אין אַפּיקורסות. בין איך דעם קומענדיקן יאָר אַוועק לערנען אין לערער-סעמינאַר פֿון דער ייִדישער קהילה אין בוענאָס-אײַרעס, און אין עלטער פֿון 11 יאָר האָב איך דאָרט געטראָפֿן שמואל צעסלערן — מײַן ערשטן לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך. און ווײַטער איז עס שוין אַלץ — געשיכטע". פּראָפֿעסאָר שיינטוך, אײַער ענטפֿער איז מער אַ רעטעניש ווי אַן ענטפֿער. זײַט אַזוי גוט און דערקלערט אַ ביסל טיפֿער און ברייטער וואָס עפּעס מיט אַ מאָל, פֿאַרלאָזט איר אײַערע וויכטיקע פֿאָרש־אַרבעטן און אוניווערסיטעט-לעקציעס, און פֿאַרנעמט זיך מיט "גראַם-שטראַם מאַך מיר אַ לעטניק", קינדער-לידלעך, ריסעוואַניעס און פֿאַרלעגערישע דאגות — און דאָס אַלץ, כּדי אַ זיידע אָדער אַ באָבע, אָדער אַ טאַטע, אָדער אַ מאַמע זאָלן פֿאַרן אײַנשלאָפֿן עפּעס איבערלייענען אַ לידל אַ קליין ייִנגעלע אָדער מיידעלע פֿינף יאָר אַלט, לאָמיר זאָגן — מאַקסימום ביז נײַן-צען יאָר אַלט? "צילה, מײַן טײַערינקע, איר זײַט גערעכט. דער ענין איז אַ סך קאָמפּליצירטער. צי זאָל איך זיך אַליין פּסיכאָ־אַנאַליזירן פֿאַר אײַך, אָדער אפֿשר זאָל איך פּרוּוון רעזומירן בתּכלית התּמצית, די וויכטיקייט פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור און פּסיכיק, וואָס שטעקט אין אַ גוטן בוך לידער פֿאַר קינדער — סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף העברעיִש? איך וועל שטענדיק געדענקען די ווערטער פֿון אַהרן צייטלין, וועלכער איז געווען פֿאַר דעם, אַז אַ מענטש און אַ געזעלשאַפֿט זאָלן אָפּהיטן און באַשירעמען דאָס קינד, וואָס נעסטלט אין אונדז אַלעמען, דער עיקר — אין צײַטן ווי אונדזערע צײַטן. ער האָט געשריבן: 'דרײַ זענען די דרכים אַוועקצוהרגענען דאָס קינד אין אונדז — דורך מיליטאַריזם, דורך אַבאָרטיזם, און מיט דער הילף פֿון... ראַציאָנאַליזם’. "אָט דער באַנד אילוסטרירטע לידער פֿאַר קינדער (232 זײַטן), איז אַן אַקט פֿון זעלבסטשוץ, וואָס די ייִדיש־קאַטעדרע אין דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט פֿון ירושלים האָט גענומען אויף זיך, ווי נאָך איין שריט אָפּצוהיטן און אויסהאָדעווען דעם מענטשלעכן טאַלאַנט צו באַוווּנדערן ריטעם, מוזיקאַלישקייט, בילדערישקייט און שיינקייט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ווי אויך — פֿון דער העברעיִשער איבערזעצונג — מיט זייערע גראַמען, הומאָר, שפּילעוודיקייט און שפּראַכלעכער שעפֿערישקייט".
פּראָפֿעסאָר שיינטוך, לאָמיר אַריבערגיין צו פּרטים: ווער האָט אָנטייל גענומען אין דער אַרבעט, און ווי איז זי צוגעגאַנגען, און פֿאַר וואָס האָט עס גענומען פֿינף יאָר אָפּצודרוקן 232 זײַטן פֿון אַ קינדער-בוך?
"איך וועל אײַך גערן דערציילן, צילה. אויף די פּאָליצעס פֿון דער קינדער-ליטעראַטור בײַם פֿאָלק ישׂראל, ווערט איצט אַוועקגעשטעלט אַ טשיקאַווער באַנד לידער, מיט געגראַמטע טעקסטן אויף ייִדיש און אויף העברעיִש פֿאַר קאַראַפּוזן — פֿון קינדער-גאָרטן ביז די נידעריקערע קלאַסן פֿון אָנפֿאַנגשול. טראָץ דעם, וועלן אָט די לידער אויף ייִדיש און אויף העברעיִש הנאה טאָן אויך עלטערע לייענער און דעקלאַמאַטאָרן, און נושׂא-חן זײַן אויך בײַ זייערע עלטערן און זיידע-באָבעס. דער ציל פֿון דעם דבֿ-סדן-פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש-קאַטעדרע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, וואָס איז טעטיק זינט דעם יאָר 2002, איז צו אַנטוויקלען די ייִדיש-פֿאָרשונג כּדי שאַפֿן לערן-כּלים פֿאַרן יונגן דור וועלכער דאַרף זיך באַקענען מיט דער קולטור-געשיכטע פֿון ייִדיש- און העברעיִש-רעדנדיקע ייִדן אין די לעצטע דורות, אַרײַנגערעכנט די קינדער-ליטעראַטור אויף ייִדיש. "דער דבֿ-סדן-פּראָיעקט פֿאַרנעמט זיך, דער עיקר, מיט דער צוויישפּראַכיקער ייִדיש-העברעיִשער קולטור בײַ ייִדן — זייערע בילאַטעראַלע פֿאַרבינדונגען און די שעפֿערישע פֿרוכטן פֿון די וואָס שאַפֿן אויף דעם געביט; דער עיקר, אין 20סטן יאָרהונדערט, אויפֿן פֿאָן פֿון דער ייִדישער מיזרח-אייראָפּעיִשער געשיכטע. "דאָקטאָר עדינה בר-אל, אַ שרײַבערין פֿון קינדער-ליטעראַטור און אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור פֿאַר קינדער, האָט פֿאָרגעלייגט אָפּצודרוקן אַ זאַמלונג פֿון שמואל צעסלערס לידער פֿאַר קינדער אויף ייִדיש. זי האָט מיטגעאַרבעט פֿון דער נאָענט מיט דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון דער אויסגאַבע, האָט צונויפֿגעקליבן צעסלערס לידער צעזייט און צעשפּרייט אין פֿאַרשיידענע מקורים. זי האָט באַשטימט די סטרוקטור פֿון בוך — דעם סדר פֿון די לידער און זייער צעטיילונג אין פֿיר סעקציעס — און זי האָט אויך צוגעגעבן אַ שלוס־אַרבעט אויף העברעיִש, וועגן שמואל צעסלערס לידער פֿאַר קינדער, בפֿרט, און וועגן דער ייִדישער קינדער-ליטעראַטור, בכלל. "ווען עס איז באַשלאָסן געוואָרן בײַם דבֿ-סדן-פּראָיעקט אָפּצודרוקן אַ צוויישפּראַכיקע אויסגאַבע פֿון אַזאַ אָפּקלײַב, האָב איך זיך געווענדט צו רותי זאַקאָוויטש, די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון אַלע אויסגאַבעס פֿון בנק ישׂראל — אַ באָבע פֿון זיבן אייניקלעך און אַ קענערין פֿון תּנ״ך און פֿון דער העברעיִשער קינדער-ליטעראַטור אין ישׂראל — און איך האָב איר פֿאָרגעלייגט איבערצוזעצן צעסלערס ייִדישע לידער אויף העברעיִש, אָפּהיטנדיק זייער ריטעם און די געגראַמטע שורות. איך אַליין האָב מיט גרויס הנאה איבערגעזעצט מינדלעך דעם ייִדישן טעקסט אויף העברעיִש, און זי האָט אים ליטעראַריש אָנגעטאָן מיט גראַמען און מיט אַ פּאָעטישער העברעיִשער שפּראַך אויסניצנדיק אירע שפּראַך־קענטענישן אויף העברעיִש-לשון פֿון תּנ״ך ביזן פּלמ״ח, ווי אויך אירע מוזיקאַלישע קענטענישן ווי אַ פּיאַניסטין, אָפּהיטנדיק אַזוי אַרום דעם ריטעם פֿון צעסלערס פּאָעזיע. "שמואל צעסלערס ייִדישע שפּראַך און זײַנע גראַמען זײַנען נישט נאָר פּאָעטיש און מוזיקאַליש און לייגן זיך אויף דער צונג ווי אַ געשמאַקער געבעקס — זיי זײַנען אויך זייער בילדעריש. צעסלער צייכנט מיט ווערטער, גאַנצע פּייסאַזשן און בילדער — דערפֿאַר, האָב איך זיך געווענדט צום קינסטלער-אילוסטראַטאָר דייוויד האָל, וועלכער שלאָפֿט אין דער פֿרי און אַרבעט בײַ נאַכט, און געבעטן בײַ אים אָנצוטאָן די ווערטער און זיי באַקליידן. דער רעזולטאַט ליגט פֿאַר אײַערע אויגן אין דער פֿאָרעם פֿון צענדליקער קינסטלערישע אילוסטראַציעס וואָס פֿאַרכאַפּן דאָס אויג מיט זייער הומאָר און פּירטי-פּרטימדיקייט. אין 21סטן יאָרהונדערט האָט דאָס אויג די אויבערהאַנט. זענען דערפֿאַר אילוסטראַציעס אַ פּראַקטישער מיטל מקרבֿ צו זײַן די דערווײַטערטע". פּראָפֿעסאָר שיינטוך, איר האָט צערייצט מײַן נײַגעריקייט. וווּ קען מען קריגן אײַער בוך מיט צעסלערס אילוסטרירטע לידער פֿאַר קינדער? * * * כ׳וועל אײַך זאָגן, אין די הײַנטיקע צײַטן איז די גאַנצע וועלט געוואָרן אַ קליין דערפֿל, אַ דאַנק דעם קאָמפּיוטער, שוין אָפּגערעדט פֿון טעלעפֿאָן. גיב איך אײַך צוויי אַדרעסן: בליצפּאָסט-אַדרעס dovsadaninst@mscc.huji.ac.il טעלעפֿאָן-נומער 5883527–2–972
* צילה גאָדראָוו-ווייצמאַן איז אַ לערערקע פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור פֿאַר דערוואַקסענע אין מדינת-ישׂראל. געבוירן אין ווילנע און עולה געווען יונגערהייט, געלערנט אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, סײַ סאָציאָלאָגיע און אַדמיניסטראַציע, און סײַ ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור. |