- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איין מיטוואָך, אין אַ ליכטיקן פֿרימאָרגן, בין איך צוגעפֿאָרן זיך נאָכפֿרעגן בײַ פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוכן, פֿאַרוואָס האָט ער זיך מיט אַ מאָל פֿאַרנומען במשך די לעצטע פֿינף יאָר מיט קינדער-ליטעראַטור, און גענומען אויף זיך די טירחה אַרויסצוגעבן די טעג אַ באַנד לידער פֿאַר קינדער, פֿאַרפֿאַסט פֿון שמואל צעסלערן (1904—1987), אַ צוויישפּראַכיקע אויסגאַבע (ייִדיש מיט אַ העברעיִשער איבערזעצונג) און פֿול אילוסטרירט, מיטן נאָמען אילוסטרירטע לידער פֿאַר קינדער אויף ייִדיש און העברעיִש, אַרויסגעגעבן פֿון דבֿ סדן-פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש-קאַטעדרע, מאַנדעל אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן, העברעיִשער אוניווערסיטעט פֿון ירושלים, בשותּפֿות מיט דעם ה. לייוויק-פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, בית לייוויק, תּל-אָבֿיבֿ. "צילה, כ׳וועל אײַך דערציילן אַ מעשׂה שהיה: איך בין געווען צען יאָר אַלט, און געלערנט דעמאָלט אין אַ תּלמוד-תּורה בײַ הרבֿ קוגיעלסקי, אין בוענאָס-אײַרעס. סוף לערניאָר האָט הרבֿ קוגיעלסקי געמאַכט אַ סך-הכּל און באַשטימט ווער גייט אַריבער לערנען אין אַ ישיבֿה און ווער ניט. הרבֿ קוגיעלסקי האָט פֿאַרגעסן דאָס וואָס אונדזערע חכמים האָבן געוואָרנט, אַזוי צו זאָגן: 'זאָל אַ מענטש בעסער זיך אַרײַנשלײַדערן אין אַ ברענענדיקן קאַלך־אויוון, איידער מבֿייש זײַן זײַן חבֿר ברשות-הרבים’, און ער האָט מכריז געווען פֿאַרן גאַנצן קלאַס, אַזוי צו זאָגן: יחיאל שיינטוך איז נישט ראוי אַריבערגיין לערנען אין אַ ישיבֿה. ווי עס ווײַזט אויס, איז מײַן רעליגיעזע טעמפּעראַטור נישט געווען גענוג הויך פֿאַר אים, און דערצו נאָך, איז ער מיך חושד געווען אין אַפּיקורסות. בין איך דעם קומענדיקן יאָר אַוועק לערנען אין לערער-סעמינאַר פֿון דער ייִדישער קהילה אין בוענאָס-אײַרעס, און אין עלטער פֿון 11 יאָר האָב איך דאָרט געטראָפֿן שמואל צעסלערן — מײַן ערשטן לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך. און ווײַטער איז עס שוין אַלץ — געשיכטע". |