שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך טראָג! מײַן מאַן און איך דערוואַרטן באַלד אונדזער ערשט קינד, און זיצן ווי אויף שפּילקעס. מיר ביידע האָבן דערפֿאַרונג בײַם ניאַנטשען און אויפֿהאָדעווען עופֿעלעך און קליינע קינדער. מיר האָבן אויך נישט קיין מורא פֿאַר פּראָבלעמען, וואָס קענען פּלוצעם אויפֿקומען. פֿון דעסטוועגן וויל אונדז כּסדר יעדער גיבן אַן עצה — משפּחה, פֿרײַנד, באַקאַנטע — סתּם מענטשן אויף דער גאַס אין אונדזער געגנט. יעדער זאָגט אונדז וועלכע פּראָדוקטן מיר זאָלן קויפֿן, וואָס מע זאָל טאָן ווען דאָס קינד וויינט, און נאָך און נאָך. מיט איין וואָרט, דער קאָפּ דרייט זיך פֿון די אַלע עצות וואָס מיר מוזן אויסהערן. זאָל איך זיי זאָגן "אַ שיינעם דאַנק, ניין!" — ווען מע וויל אונדז געבן אַן עצה?

אַ טראָגעדיקע


טײַערע טראָגעדיקע,

ס׳איז נישטאָ קיין העפֿלעכער אופֿן צו זאָגן די מענטשן, וועלכע ווילן אײַך העלפֿן, און ווינטשן געזונט און גליק, מע זאָל אײַך נישט געבן קיין עצות. די נאַטירלעכע רעאַקציע אויף דער בשׂורה, אַז איר טראָגט, איז איבערצולעבן די אייגענע מעוברתשאַפֿט און זיך טיילן מיט דעם, וואָס מע האָט זיך דערפֿון געלערנט. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז קיינער טראַכט נישט אין דעם מאָמענט, ווען זיי עצהן אײַך, וויפֿל דערפֿאַרונג איר און אײַער מאַן האָבן אין דעם. זיי האַלטן דאָס פֿאַר אַ מיצווה. ס׳וואָלט בעסער געווען, ווען איר טראַכט גיכער וועגן דער כּוונה פֿון די מענטשן, און נישט וועגן זייערע רייד. אַז מע הערט זיך צו צו עצות, איז מען נישט מחויבֿ זיי אָנצונעמען. אָבער ווער ווייסט? אפֿשר קען מען זיך טאַקע עפּעס אויסלערנען? זאָל זײַן אין אַ מזלדיקער שעה!


טײַערע חזנטע,

איך שטאַם פֿון זייער אַ פֿרומער משפּחה. מען האָט מיך פֿאַרבעטן אויף אַ "דאַנקטאָג"־וועטשערע. איך האָב ביז אַהער קיין מאָל נישט אָנטיילגענומען אין דעם און ס׳איז מיר אומבאַקוועם צו פֿרעגן. אויף וואָס זאָל איך דאָרטן זיך ריכטן?

פֿרום אַ גאַנץ לעבן


טײַערער "פֿרום אַ גאַנץ לעבן",

איר וועט דאָרטן — עסן אַ גרויסן מאָלצײַט מיט אַן אינדיק און זיך באַקענען מיט משפּחה און פֿרײַנד, וואָס וועלן אויסדריקן זייער דאַנק. וואָס קען זײַן מער ייִדישלעך, ווי אַ סעודה, לכּבֿוד "דאַנקבאַרקייט"? האָט הנאה און פֿאַרברענגט גוט.


טײַערע חזנטע,

מײַן שוועסטער איז דיק. זי האָט אַלע מאָל געהאַט צרות מיט איר פֿיגור, אָבער זינט זי איז אַוועקגעפֿאָרן זיך לערנען אין קאָלעדזש, איז די פּראָבלעם ערגער געוואָרן. איך זאָרג זיך וועגן איר: זי עסט אַ סך נישט־געזונטע מאכלים. זי איז נישט געזונט און אָטעמט שווער, ווען זי דאַרף אַרויפֿגיין אָדער אַראָפּגיין פֿון די טרעפּ. מײַן מאַמע און איך שיקן איר אַרטיקלען וואָס שייך עסן געזונטע מאכלים, מאַכן גימנאַסטיק און האַלטן דיעטע, אָבער זי הערט זיך נישט צו. ווי קען איך זי איבערצײַגן, אַז זי דאַרף פֿאַרלירן וואָג, כּדי צו ווערן געזינטער?

שוועסטער


טײַערע שוועסטער,

איר, מיט דער מאַמען, דאַרפֿן זיך וואָס ווייניקער אַרײַנמישן אין דעם ענין. איך בין זיכער, אַז זי פֿאַרשטייט שוין אַליין, אַז איר שווערע וואָג איז אַ פּראָבלעם און, אַז ס׳איז נישט געזונט. זי איז זיכער נישט שטאָלץ מיט דעם. זי דאַרף אַליין באַשליסן, ווען זי וויל מאַכן אַ בײַט. ווען זי וועט עס באַשליסן, וועט איר ביידע אַוודאי איר העלפֿן. דערווײַל איז בעסער צו רעדן וועגן אַנדערע זאַכן. אפֿשר וועט איר אויסגעפֿינען, אַז דאָס עסן בײַ איר האָט אַ שײַכות מיט אַנדערע פּראָבלעמען. דאָס דרוקן אויף איר איז נישט דער ריכטיקער וועג. דאָס זײַן אַ נחמה, אַ שטיץ, וואָלט געווען בעסער.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024