רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַוואָקאַדעס זענען געשמאַק און געזונט, אָבער מע דאַרף וויסן ווי זיי אָפּצושיילן. דער גרינגסטער אופֿן: צעשנײַדט עס פֿון אויבן אַראָפּ, און דערנאָך פֿון רעכטס אויף לינקס. נעמט אַרויס דאָס קערל, און דערנאָך וועט איר דאָס שאָלעכץ גרינג קענען אַראָפּנעמען מיט די פֿינגער.

דרך־אַגבֿ, די קליינע, שוואַרצע "האַסס"־אַוואָקאַדעס זענען, געוויינטלעך, זאַפֿטיקער און מער באַטעמט ווי די גרויסע, גרינע קאַליפֿאָרניער אַוואָקאַדעס.

1/2 רויטע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך

1 טעפּל רויטער ווײַן־עסיק

2 "האַסס"־אַוואָקאַדעס, אין דינע רעפֿטלעך

1 לעפֿל איילבערט־בוימל

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק


לייגט די ציבעלע־רעפֿטלעך אַרײַן אין עסיק. באַדעקט עס מיט פּלאַסטיק גלײַך אויפֿן אייבערפֿלאַך, כּדי די ציבעלע זאָל בלײַבן אינעם עסיק די גאַנצע צײַט. מאַרינירט עס אַ האַלבע שעה.

גיסט אַרײַן 3 לעפֿל פֿונעם עסיק אין אַ טעפּל, איידער איר זיפּט אָפּ די ציבעלע־רעפֿטלעך. לייגט אויס די אַוואָקאַדע־רעפֿטלעך אין צוויי טעלער, און באַדעקט זיי מיט די ציבעלע־רעפֿטלעך. באַשפּרענקלט עס מיטן בוימל, דעם איבערגעבליבענעם עסיק, זאַלץ און פֿעפֿער.