- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער "הײַנט" האָט זיך באַוויזן אין יאָר 1908. אין יענע שטורמישע יאָרן האָט די צאַרישע רעגירונג אַ ביסל אָפּגעלאָזט די לייצעס, געפּרוּווט אויף אַזאַ אופֿן אײַנשטילן די באַפֿעלקערונג נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1905. ווי אַ פּועל-יוצא, איז דער פּרעסע, בפֿרט דער ייִדישער, געוואָרן גרינגער צו לעבן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס צו יענער צײַט האָט זיך באַוויזן אַן עולם, וואָס האָט געוואָלט לייענען אַ וועלטלעכע ייִדישע צײַטונג. דער "הײַנט" איז דאָך געווען וועלטלעך און גאַנץ ציוניסטיש דערצו. למשל, אין די 1930ער יאָרן איז וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי געווען אַן אַקטיווער מחבר פֿון "הײַנט". ציוניסטיש געשטימט איז געווען שמואל-יעקבֿ יאַצקאַן (1874—1936), דער ערשטער רעדאַקטאָר און מיט-באַלעבאָס פֿון דער צײַטונג. איצט איז ער כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אין די ערשטע יאָרצענדליקער פֿון דעם פֿאָריקן יאָרהונדערט איז זײַן נאָמען געווען גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער סבֿיבֿה און איז אַפֿילו געוואָרן אַ מין שם-דבֿר: "יאָצקאַניזם" האָט מען דעמאָלט אַסאָציִיִרט מיט אַ קאָמערציעלן צוגאַנג צום פּראָצעס פֿון שאַפֿן און פֿאַרשפּרייטן אַ ייִדישע צײַטונג. מיט יאַצקאַנס נאָמען זײַנען פֿאַרבונדן אויך אַנדערע אויסגאַבעס, למשל דער "פּאַריזער הײַנט" (1926—1940) — די ערשטע סטאַבילע ייִדישע טאָגצײַטונג אין מערבֿ-אייראָפּע. ס׳איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז אַן עלעקטראָנישער אינדעקט פֿון "הײַנט" איז נאָך פֿריִער אַרײַן אין דעם גרעסערן "אינדעקס פֿון דער ייִדישער פּעריאָדיק" (yiddish-periodicals.huji.ac.il) — אַ פּראָיעקט, בראָש מיט אַבֿרהם נאָווערשטערן, וואָס האָט שוין גאַנץ ראַדיקאַל געביטן די קולטור גופֿא פֿון דער אַרבעט, געפֿירט הײַנטיקע טעג דורך פֿאָרשער פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור. איך ווייס עס פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג און פֿון די אָפּקלאַנגען, וועלכע איך הער פֿון מײַנע קאָלעגן. אָן דעם דאָזיקן אינדעקס באַגייט זיך איצט קיין איין ערנסטער פֿאָרשער, וואָס דאַרף נוצן אין זײַן אַרבעט די ייִדישע פּרעסע. און דאָך איז דאָ אַ געוואַלדיקער אונטערשייד צווישן די צוויי טעכנאָלאָגיעס: אָדער קריגן דעם אַרטיקל גלײַך אויפֿן עקראַן פֿון דײַן קאָמפּיוטער, אָדער אויסזוכן פֿריִער נאָר אַ טיטל פֿון אַן אַרטיקל, כּדי דערנאָך נישטערן אין אַ ביבליאָטעק און סוף-כּל-סוף באַקומען דעם טעקסט. איך בין אַ מזלדיקער ייִד — אין דעם ייִוואָ-אינסטיטוט קען איך פֿון מײַן ביוראָ צוגיין צופֿוס און אין דער ניו-יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק קען איך צופֿאָרן, ס׳איז אויך ניט ווײַט. אָבער סײַ-ווי-סײַ פֿאָדערט עס צײַט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס גאָר ניט אַלץ קען מען געפֿינען אַפֿילו אין ניו-יאָרק. און פֿאַר אַ פֿאָרשער, וואָס וווינט אין אַנדערע מקומות, איז עס אין גאַנצן אַן אַנדער, ניט צו פֿאַרגלײַכן מער קאָמפּליצירטע שפּיל. אַ דאַנק דער עלעקטראָניק און אַזעלכע אויפֿטוען, ווי די פּראָיעקטן פֿון דר. נאָווערשטערנס ירושלימער קאָמאַנדע, באַקומט ייִדישע וויסנשאַפֿט נײַע מעגלעכקייטן. אמת, גלײַכצײַטיק לייגט עס אַרויף נײַע פֿאָדערונגען. צו שרײַבן אַקאַדעמישע אַרבעטן איז תּמיד געווען ניט גרינג. ניט צופֿעליק זײַנען פֿאַראַן אַקאַדעמיקער, וועלכע דרוקן גאָרנישט צי כּמעט גאָרנישט. וועגן אַזעלכע מענטשן זאָגט מען אָפֿט מאָל, אַז זיי פֿוילן זיך. איך מיין אַנדערש: אייניקע פֿוילן זיך טאַקע, אָבער בײַ ס׳רובֿ פֿון זיי באַקומט זיך עס פּשוט ניט, ווײַל די רייד גייט — נאָך אַ מאָל — וועגן אַ שווערער אַרבעט. אין דעם באַגריף פֿון "ניט באַקומען זיך" גייט אויך אַרײַן צו מאָל אַ פּסיכאָלאָגישע זאַך, פֿאַרבונדן מיט דער מורא אַרויסצושטעלן פֿאַר אַלעמען אַ (לויט זייער מיינונג) ניט-פֿאַרענדיקטע אַרבעט — עפּעס דאַרף מען נאָך דאָ און דאָרטן קאָנטראָלירן, און ווידער אַ מאָל קאָנטראָלירן. געדויערן קען אַזאַ קאָנטראָל לאַנגע יאָרן און ניט זעלטן פֿאַרענדיקט זיך עס מיט גאָרנישט, דאָס הייסט, אַז די אַרבעט ווערט ניט דערפֿירט ביז אַ פּובליקאַציע. די נײַע עלעקטראָנישע מעגלעכקייטן וועלן, בלי-ספֿק, באַרײַכערן זייער אַ סך אַקאַדעמישע פּראָדוקטן. מיר שײַנט, אָבער — און איך זע אין דעם אַ שטיקל פּאַראַדאָקס — אַז די זעלבע מעגלעכקייטן וועלן אין אייניקע פֿאַלן פּשוט פּאַראַליזירן אַ פֿאָרשער, ווײַל ער, צי זי, וועט זיך פֿילן פֿאַרלוירן אין דעם אָקעאַן פֿון אינפֿאָרמאַציע, וואָס די אינטערנעץ לייגט זיי פֿאָר. צי וויל איך זאָגן דערמיט, אַז אַזאַ דיגיטאַליזאַציע איז שעדלעך? חס-וחלילה! איך וויל נאָר זאָגן, אַז זי לייגט פֿאָר אַן ערנסטן עקזאַמען, וועלכן ניט יעדער איינער וועט קענען דורכגיין. |