פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער ייִדישער נוסח פֿון "וויקיפּעדיע" לערנט אונדז (איך האָב אַ רעדאַקטיר געטאָן נאָר דעם אויסלייג און דאָ און דאָרטן געשטעלט קאָמאַס):
"קישקע איז אַ מאכל פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן, געמאַכט פֿון דער גראָבער קישקע פֿון רינדער, געפֿילט מיט געפּרעגלטע ציבל, מעל, שמאַלץ און געווירצן.
"די געקאָכטע קישקע קען זײַן פֿון יעדער פֿאַרב, פֿון ווײַס-גראָ ביז ברוין-אָראַנזש. דאָס ווענדט זיך אין וויפֿל געווירצן מען לייגט אַרײַן, בעיקר די פּאַפּריקע. הײַנטיקע צײַטן ניצט מען סינטעטישע אײַנוויקלונג אַנשטאָט עכטע קישקע פֿון אַ בהמה, ענלעך צו קישקע איז מעגעלע. מען מאַכט דאָס אין שטוב. מען פֿילט אָן די הויט פֿונעם האַלדז פֿון אַ הינדל אָדער אַן אינדיק.
"די קישקע מאַכט מען געוויינטלעך פֿרײַטיק, און מע לאָזט זי קאָכן אין דעם טשאָלנט, וואָס מען עסט שבת בײַטאָג."
דאָס איז איין מאָל אַוועק. אַגבֿ, הגם איך בין אַ מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִד, האָב איך אַ קישקע געגעסן, דאַכט זיך, בלויז איין מאָל אין מײַן לעבן, און געווען איז דאָס אין אַ תּל-אָבֿיבֿער רעסטאָראַן. אין מײַן משפּחה, און אַ פּנים אין מײַנע מקומות בכלל, האָט מען פֿון אָט דעם מאכל ניט געהאַלטן. וואָס שייך "העלדזעלע" (אַזוי האָט מען בײַ אונדז גערופֿן "מעגעלע"), איז אויף דעם מײַן מאַמע ע״ה געווען אַ גרויסער מײַסטער. קיין אַנדער העלדזעלע קען איך ניט אין מויל נעמען, דאָס הייסט, אַז איך עס דאָס ניט מער.
און דאָך זיץ איך און שרײַב דווקא וועגן "קישקעס", ווײַל די רייד וועט גיין ווײַטער ניט וועגן מאכלים, נאָר וועגן אַן אַנדער זאַך, וועגן וועלכער עס שטייט אויך געשריבן אין דעם זעלביקן "וויקיפּעדיע"-אַרטיקל", דהײַנו: "דער אַרטיקל דיסקוטירט דעם מאכל געפֿילטע קישקעס. אויב איר זוכט קישקעס אין מאָגן, זען געדערעם". "זוך" איך טאַקע דעם צווייטן באַטײַט — די "קישקעס אין מאָגן".
די זוכענישן מײַנע זײַנען דירעקט פֿאַרבונדן מיט מײַן אַלטפֿרענקישער טבֿע צו לייענען צײַטונגען. דעם 5טן מײַ (זאָל עס אַזוי בלײַבן אַרײַנגעשריבן אין דער געשיכטע) האָב איך, ווי מײַן שטייגער איז, געקויפֿט דעם "ניו-יאָרק טײַמס". איך לייען עס אין דער פֿרי, אויפֿן וועגן פֿון ברוקלין קיין מאַנהעטן. אין אַן אַרטיקל, געדרוקט אין דער "אָפּ-עד"-סעקציע, שטויס איך זיך פּלוצעם אָן אויף אַזאַ פֿראַזע:
Samuel I. Schwartz, a transportation engineer and New Yorker to his kishkes, has spent 40 years — half government, half private — trying to make sense of the M.T.A.
האָב איך אַרויסגעריסן דאָס זײַטל און עס פֿאַרבאַהאַלטן. נאָך עטלעכע טעג גייען פֿאַרבײַ אָן נײַע "קישקעס"-געשעענישן. אָבער לאָזט זיך אויס, אַז איך האָב גאָר ניט צופֿעליק אָפּגעהיט דאָס זײַטל. איך האָב עס פֿאַרשטאַנען, ווען איך האָב איבערגעלייענט אַ קעפּל פֿון אַן אַרטיקל אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס":
Mitt Romney, The Man With No Kishkes
הייב איך שוין אָן צו נישטערן אין אינטערנעץ און געפֿין כּמעט גלײַך, אַז אין דעם "מאַיאַמי העראַלד" האָט מען לעצטנס געשריבן:
Jews unite! Newt Gingrich kicks Mitt Romney right in the kishkes over kosher food veto.
איך האָב אויך געפֿונען, אַז שוין אין משך פֿון עטלעכע יאָר באַווײַזט זיך אַזאַ באַגריף ווי kishkes factor, און מיינען מיינט עס, ווי איר פֿאַרשטייט, אין אָט די אַלע פֿאַלן דאָס זעלבע; אין תּוך אַרײַן, ווי דאָס פּשוטע ענגלישע וואָרט guts, דאָס הייסט געדערעם. אָבער דאָס סלאַוויש-אָפּשטאַמיקע און ייִדיש-אויסגעכאָוועטע וואָרט געפֿעלט די מחברים בעסער. פֿאַר וואָס? וואָס פֿאַר חן האָט עס?
קלינגט עס טאַקע שענער אין ענגליש ווי guts? דאָס קען איך ניט זאָגן, ווײַל דאָס וואָרט "קישקע" האָט זיך באַזעצט אין מײַן מוח מיט יאָרן פֿריִער איידער איך האָב זיך דערוווּסט, אַז אויף דער וועלט איז דאָ אַזאַ לשון, וואָס הייסט "ענגליש". אָבער אַפֿילו אויב ס’איז טאַקע אַ וואָרט, אַ יפֿת-תּואר, ווי קען מען נעמען און אַרײַנשטעלן עס אין אַ צײַטונג? איך רעדט דאָ ניט, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס", ווײַל דאָס ווערט געלייענט דורך אַ המון, וואָס איז אויסגעהאָדעוועט געוואָרן אויף קישקעס אָדער, לכל-הפּחות, וואָס קען פֿאַרשטיין, ווען עפּעס ווערט שוין אַזוי נימאס, אַז מע פֿילט עס טיף אין די קישקעס.
אָבער ווי אַזוי דאַרף עס פֿאַרטײַטשן אַ פּראָסטער, ניט קיין ייִדישער חי-וקים, וואָס האָט באַצאָלט, אַ שטייגער, צוויי דאָלאַר מיט פֿופֿציק סענט און האָט ניט דערוואַרט, מע זאָל פֿאַר זײַן אייגן געלט מיט אים דורכפֿירן אָט אַזאַ לינגוויסטישן עקספּערימענט? קיין ענטפֿער אויף אָט דער פֿראַגע צי — אויב איר ווילט — קלאָץ-קשיא, האָב איך ניט.
ערנסט גערעדט, מיין איך, אַז פֿון דעם שטעקט אַרויס עפּעס אַ חוצפּה מצד דעם זשורנאַליסטישן עולם, וואָס האָט, צי האָט געהאַט, אַ צוטריט צו געוויסע רעשטלעך פֿון ייִדיש. אַזוי צי אַזוי, אָבער "קישקעס" גייען אַרײַן אין דער מאָדע. די צײַט איז, בלי-ספֿק, אַ ריכטיקע, ווײַל ביז נאָוועמבער, דאָס הייסט, ביז די וואַלן גופֿא, וועלן מיר זיך נאָך אַזוינס און אַזוי פֿיל אָנהערן, אַז דאָס וועט זיך זייער שטאַרק אָפּרופֿן אין אונדזערע קישקעס.