פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג האָב איך געהאַט די זכיה צו זײַן אויף אַ ריזיקן באַנקעט אין וואַלדאָרף־אַסטאָריע־האָטעל צווישן די גאָר וואַזשנע מאַגנאַטן און מיליאָ־ביליאָ־טריליאָנערן. איז געקומען מיך אָפּנעמען אַ לימוזין וואָס מײַן גוטע חבֿרטע פֿייגעלע האָט נאָך מיר געשיקט, מיטן באַדינג, אַז קודם מוזן מיר אָפּשטאַטן אַ וויזיט אין גרויסן האָטעל עמפּײַער, וווּ מײַן גוטער פֿרײַנד מוניעלע, ס’הייסט פֿייגעלעס מאַן, פּאָרעט זיך אין זײַן אָפֿיס צווישן זײַנע פּאַפּירן; טעלעפֿאָנען, וווּ ער אַמפּערט זיך מיט די אויפֿזעער אין זײַנע האָטעלן, געבײַדעס און אימפּעריעס. נאַכער האָט אונדז זײַן לימוזין געפֿירט אויף דער פֿינפֿטער עוועניו, וווּ דאָס פּאָרפֿאָלק וווינט, און ערשט שפּעטער האָט אונדז די לימוזין געפֿירט אין וואַלדאָרף־אַסטאָריע־האָטעל.
ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן איז פֿאָרגעקומען אין וואַלדאָרף־אַסטאָריאַ אַ גרויסע געלט־זאַמלונג לכּבֿוד זייער אַ וויכטיקן ענין. נעמלעך — ישׂראל. די מענטשן־מאַסע האָט זיך פֿאַרזאַמלט אין דער פֿאָדער־האַלע וווּ מען האָט סערווירט אַלערליי פּאָטראַוועס, געטראַנקען און "שמאָרגעסבאָרג"־נאַשערײַ. צווישן דעם עולם האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין דעם רבילע וואָס לערנט מאַדאָנען קבלה. בכלל איז ער געווען אַ גרויסער אײַנגייער צווישן די האָליוווּדער "סטאַרס מיט די סטאַרוכעס," צווישן זיי — מײַקל דזשעקסאָן. זייער אָפֿט טרעט ער אויך אויף דער טעלעוויזיע, ראַדיאָ און אין דער פּרעסע.
הייסן הייסט דער פּאַרשוין שמואלי בוטח (באָטעאַך). אַ מיטליאָריקער מענטש מיט אַ שיטער בערדל. פֿון וווּקס נישט הויך און נישט נידעריק, מיט אַ פּאָר לויפֿנדיקע אייגעלעך וואָס דערמאָנען מיך אינעם הויכן ליכטטורעם וואָס שטייט לעבן ברעג פֿון ים און גיט סיגנאַלן די אָנקומענדיקע שיפֿן וווּ דער ברעג געפֿינט זיך.
אָט דער ר’ שמואלי (שמולי) האָט פֿאַרמאָגט אַזעלכע לויפֿנדיקע סיגנאַל־אָנגעפּיקעוועטע אייגעלעך וואָס האָבן עפּעס אָדער עמעצן געזוכט. האָב איך אים אָפּגעשטעלט און געשטעלט אים אַ האַלב פֿראַגעלע:
— ר’ שמואלי? — האָט ער געענטפֿערט מיט נישט קיין וואַזשנעם אינטערעס:
—יאָ — ווי איינער זאָגט, פֿון וואַנען נעמען זיך צו מיר אַזעלכע אָנשיקענישן? זאָג איך אים:
— איך האָב געהערט, אַז איר האָט פֿאַרפֿאַסט אַ נײַ בוך?
דאָ האָבן שוין זײַנע אייגעלעך אויפֿגעלויכטן:
— אַוודאי האָב איך פֿאַרפֿאַסט! איך האָב ערשט פּובליקירט אַ בוך וואָס הייסט: "כּשרער יעזוס!"
געהערט אַזאַ מעשׂה, טראַכט איך זיך. אָט האָסטו דיר די צווייטע טעג יום־טובֿ. אַ צווייטער שלום אַש, רחמנא־לצלן. נאָר דאָס רבילע איז אַ געביפֿטער, כאָטש דער געדאַנק דערבײַ איז דער זעלבער, נעמלעך, געלט! מיט אַ נאָמען און אַ רענאָמע. כ’בין זיכער, אַז ער וועט בקרובֿ זײַן, אָדער ער האָט שוין אָפּגעשטאַט אַ וויזיט מיט "אָפּראַן", אָדער מיט ד"ר פֿיל. נאָך אַלעמען, אין דעם גייט עס דאָך.
—אַזוי גאָר? — האָב איך געעפֿנט אַ פּאָר פֿאַרחידושטע אויגן. — אויב אַזוי שיקט מיר צו אַ קאָפּיע, איך בין די פּרעסע.
ער האָט אויפֿגעלויכטן:
— אַ וועלכע פּרעסע?
— איך שרײַב פֿאַרן ייִדישן "פֿאָרווערטס".
—יאָ! יאָ! — האָבן שוין זײַנע אייגעלעך דערשנאַפּט אַ וויכטיקערן פּאַרשוין פֿון מיר. איז ער אָפּגעטראָגן און נאָך באַוויזן מיך צו דערמאָנען:
— געדענקט! איך בין איצט פֿאַרבונדן מיט דער פּאָליטיק און וועל אין גיכן זיך צושטעלן צו די וואַלן אין ניו־דזשוירזי. איך וויל דווקא ווערן אַ קאָנגרעסמאַן. — און מיט די ווערטער איז ער מיר אויסגערונען ווי פֿון צווישן די פֿינגער.
מען האָט דערווײַל געעפֿנט די ריזיקע טירן צום עסצימער און דער "אויסגעהונגערטער" אַמעריקאַנער־ייִדישער עולם האָט זיך גענומען שפּאַרן און שטופּן. שטייען מיר אַזוי צווישן די יוסטע נגידים־אַדירים. הער איך ווי אַ הויכער ייִד, מסתּמא אין די זיבעציקער. כאָטש ער האָט אַדורכגעמאַכט אַ פּלאַסטישע אָפּעראַציע אויפֿן פּנים, זעט מען נישט אָן די עלטער. ער רעדט צו זײַן ווײַב, אָדער געליבטער, אָדער סתּם אַ לייטער־קריכערקע, וועלכע האָט פּונקט ווי ער, פֿאַרפּלאַסטיקט זיך דאָס פּנים, און מ’זעט אויף איר נאָך אָן די שרינטן פֿון די שטעך וווּ מען האָט געשניטן. ער דערציילט איר אַזאַ מעשׂה:
"דו הערסט! נעכטן האָט זיך בײַ מיר אין אָפֿיס געעפֿנט די טיר און ס’איז אַרײַנגעקומען אַן אַלטיטשקע, מיט אַ גרויען קאָפּ האָר, קליין און דיקלעך אין דער טאַליע. קוק איך זי אָן און מאַך:
"וואָס טוט איר אין מײַן רחבֿותדיקן אָפֿיס? ווער האָט אײַך בכלל אַהער אַרײַנגעלאָזט?"
שפּרייט זי אויס אירע לויזע אָרעמס צו מיר און לאַכט מיר גלײַך אין פּנים אַרײַן:
"לעני דאַרלינק! דו דערקענסט מיך נישט? איך בין געווען דײַן ערשט ווײַב, ווען מיר זײַנען נאָך געווען יונג און שיין." ביידע האָבן זיי זיך נישט דערקענט. אַ סימן, די צײַט און די שניטקע אויפֿן פּנים האָט געטאָן דאָס איריקע.
מיר זײַנען סוף־כּל־סוף אַרײַן אין עלעגאַנטן עסזאַל. ליכט האָבן געברענט אויף יעדן טיש. יעדע פּאָרציע האָט דאָ געקאָסט אַ טויזנטער, וואָס דאָס האָט בײַ מײַן חבֿרטע נישט געשפּילט קיין ראָלע. איך גיב אַ קוק, די הויפּט־מאָלצײַט שטייט שוין גרייט לעבן יעדן געזעס. ווער ווייסט וויפֿל שעה ס’טרינקט זיך שוין די לעדערנע פּאָדעשווע? עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס עסן קומט פֿון אַ כּשרער קיך מיט כּשרע צושטעלער, און זיי שפּילן זיך נישט. ווילסט עסן? עס וואָס מיר האָבן צוגעגרייט מיט שעהען צוריק. לעבן יעדן איינעם איז געשטאַנען אַ טעלער מיט אַ שטיקל פֿלייש וואָס האָט דערמאָנט אין דער ברוינער זויל אין מײַנע שיך. אַ בערגעלע רײַז און אַ פּאָר מערעלעך. אויפֿן טיש איז שוין אויך צוגעגרייט דער קאָמפּאָט. דאָס הייסט, אַז אין יעדן עלעגאַנטן ווײַן־גלעזעלע האָט זיך געפֿונען אַ ברוינע, געדיכטע מאַסע. עפּעס אַ פּודינג, האָב איך געטראַכט. האָב איך עס פֿאַרזוכט, יאָ! אַ פּודינג.
זיץ איך אַזוי און קוק זיך צו ווי דער "אויסגעהונגערטער" עולם אָכליאַפּעוועט. דריי איך זיך אויס צו מײַן שכנטע און פֿרעג זי:
"ווי קומט עס וואָס איר האָט דווקא פֿיש?" — זאָגט זי מיר:
"אַזוי ווי קיין קעלנער זעט מען נישט, האָב איך פּאַצאַפּעט איינעם מיט אַ פֿאַרטעך און אים געזאָגט, אַז איך עס נישט קיין פֿלייש, איך עס פֿיש. האָט מען מיר געברענגט פֿיש."
טראַכט איך זיך, הונגעריק בין איך. דערזע איך איינעם מיט אַ פֿאַרטעך, רוף איך אים צו און מאַך:
"איך עס נישט קיין פֿלייש, ברענגט מיר פֿיש, זײַט אַזוי גוט."
נעמט ער צו מײַן טעלער מיטן פֿלייש און ברענגט מיר פֿיש. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, דער פֿיש נעבעך האָט געמוזט לײַדן פֿון גאַל־שטיינער, ווײַל ער איז געווען האַרט ווי אַ שטיין. נו, מילא, איז נישט געפֿידלט.
דרייט זיך צו מיר אויס די שכנטע, אַ הויכע דאַמע, מיט אַ פּלאַסטיש פּנים, ווייס איך דאָך נישט ווי אַלט זי איז. אַלץ וואָס איך ווייס איז, אַז זי איז הויך און טראָגט אַ קליידעלע וואָס גייט איר ביזן פּופּיק. דערציילט זי מיר אַזאַ מעשׂה:
"דו זעסט דעם יאָלד וואָס זיצט לעבן מיר? ער איז אַרומגעגאַנגען זוכן אַן אָרט וווּ צו זיצן, ביז ער האָט אָנגעטראָפֿן אויף מיר. ווי אַלט מיינסטו איז ער?" זאָג איך איר:
"איך הייב נישט אָן צו וויסן." איך קוק אים אָן דעם פּאַרשוין. מסתּמא אין די זיבעציקער; אַ פּנים, וואָס ענדלט זיך צו אַ רויבפֿויגל; מיט אַ בײַכל, און אַן אַנצוג, וואָס מ’קען נישט דערקענען דערויף ווי רײַך ער איז. ווען ער איז אַוועק אין וואַשצימער, זאָגט מיר די דאַמעטשקע:
"איך האָב אים געפֿרעגט צי ער האָט אַ ווײַב, זאָגט ער מיר אַז ניין. האָב איך אים געזאָגט אַז איך זוך אַ מאַן. איך האָב צוויי קינדער. איינער איז זעכצן און דער צווייטער איז פֿערצן." יענער אָבער גיט נישט קיין פּינטל מיט קיין אויג, רוקט זי אַרויף איר קליידל איבער די קני און שמייכלט צו אים:
"How are you honey?" דערווײַל דרייט זי זיך אויס צו מיר, ווי זי וואָלט געווען מײַן קומאָשקע פֿון יאָרן אַרויס און זאָגט:
"וואָלסט זיך נישט געגלייבט, מײַן אַמאָליקער מאַן זיצט דאָ נישט ווײַט מיט זײַן נײַער ליובאָווניצע. אַזאַ פּאַרעך, אַזאַ סוואָלאָטש, אַזאַ שטיק נבֿלה. ער איז אַ מיליאָנער און ער שיקט אַפֿילו נישט קיין גראָשן פֿאַר די קינדער זײַנע, דער כּלבֿ!"
אָנגעגעסן זיך, אָבער נישט איך. הייבט מען אָן די ליציטאַציע. די מיליאָנען פֿליִען ווי די טשאַטעס פֿייגל אין אַ פֿרילינגדיקן פֿרימאָרגן. עס שיטן זיך די אומגעהײַערע סומעס געלטער. איינער גיט איין מיליאָן, אַ צווייטער צוויי. אַ חבֿרה־מאַן וואָס געהערט צו אַ גרופּע קריסטן פֿאַר ייִדן. מסתּמא עוואַנגעליקער, איבער צוויי מיליאָן. איך קוק זיך צו ווער די געבער זײַנען? אַ סך פֿון זיי אַמאָליקע ישׂראלים יורדים, וואָס ס’האָט זיי אָפּגעגליקט אין דעם אַמעריקע; אַלטע ייִדן געראַטעוועטע פֿונעם חורבן, וואָס זײַנען דאָ געקומען צו געלט. פֿון קליין ביז גרויס האָבן אַרויפֿגעשאַרט די אַרבל און געגעבן פֿאַר ישׂראל.
פֿאַראַן צוויי אינסטאַנצן וואָס אויף זיי קען מען זיך פֿאַרלאָזן ווען עס קומט צו געלט־זאַמלונג, און דאָס איז ישׂראל און דער חורבן, וואָס זיי רופֿן "האָלאָקאָסט," אָדער "שואה." אַ מאָדנע פֿאָלק ייִדן, זיי ווילן זיך אויסקויפֿן. זיכער איז ישׂראל אונדזער אויג אין קאָפּ און מען מוז עס שטיצן. דער עיקר, אַז מען האָט געמאַכט אַמעריקע. איך וויל באמת נישט פֿאַראַלגעמיינערן מײַן טעזע, ווײַל עס געפֿינען זיך צווישן די ישׂראלים אויך פֿײַנע לײַט. אָבער אַ סך פֿון זיי זײַנען געביפֿטע חבֿרה וואָס ווייסט ווי זיך אַן עצה צו געבן. אָט די חבֿרה האָט אָנגעוווירן זייער ייִדישע קולטור, זייער ייִדיש וויסן. זיי האָבן זיך גלײַך צוגעכאַפּט צו דער אַמעריקאַנישקייט און חי־געלעבט. ווידער אַ מאָל וויל איך דאָ נישט פֿאַראַלגעמיינערן דעם ענין, נאָר אַ שלל פֿון די געראַטעוועטע פֿון היטלערס גיהנום, וואָס זײַנען דאָ ממש צו זיך געקומען, אַרויפֿגעאַרבעט זיך, האָבן זיך שנעל אַסימילירט און אַמעריקאַניזירט. זיי זײַנען נאָך אַלעמען געקומען אַהער אָן חינוך, אָן וויסן, אָנגעוווירן זייער וועלט, זייערע נאָענטע. קומט זיי טאַקע דאָס כּולו גוטס. זייערע קינדער און אייניקלעך ווידער, געהערן צום דור שאינו יודע לשאול. דאָס, זעט איר, איז נישט גאָר טראַגיש, נאָר אַ גרויסער פֿאַרלוסט פֿאַר אונדזער פֿאָלק.
בכלל זײַנען מיר אַ טראַגיש פֿאָלק. יאָ מיליאָנען, נישט מיליאָנען. ווען מ’זעט מיט די אייגענע אויגן ווי די ייִדישע וועלט ווערט חרובֿ־ונחרבֿ, ווי דאָס שטיקעלע לאַנד געפֿינט זיך אין סכּנה, וויל מען לעשן דאָס פֿײַער מיט מיליאָנען. זאָל זיי ווויל באַקומען.

‏דאָס וואָרט

‏דאָס וואָרט ,,אָכליאַפּעוועט'': וואָס הייסט? זעט מיר אויס ווי אַ געמיש פֿון אַכלען און מיט די לאַפּעס! ‏