פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס’איז שוין אַזוי פֿאַרפֿירט געוואָרן — צו רעדן וועגן דער אינטערנעץ ווי וועגן אַ ווירטועלער וועלט. אָבער מע דאַרף זיך באַזונדערס ניט שטאַרק אַרײַנטראַכטן אין דעם ענין כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז קיין שום ווירטועלקייט איז, אין תּוך, ניטאָ. הינטער אַלץ, וואָס ווערט אַרויסגעשטעלט אין די עלעקטראָנישע רחבֿותן פֿון אינטערנעץ, שטייען ניט קיין ווירטועלע, נאָר לעבעדיקע, רעאַלע מענטשן. אַן אַנדער זאַך איז, אַז די אינטערנעץ גיט אַ מעגלעכקייט צו באַהאַלטן זיך הינטער עפּעס אַן עלעקטראָנישער מאַסקע און זיך פֿילן פֿרײַ צו שרײַבן עפּעס אַזוינס, וואָס אָן דער מאַסקע וואָלט געווען אפֿשר שווער אַרויסצושטעלן פֿאַר אַלעמענס אויגן.
די טעג האָט מען מיר איבערגעשיקט אַן עלעקטראָנישן אַדרעס פֿון עפּעס אַ ייִדישער צײַטונג "מאָמענט". תּחילת האָב איך זיך דערפֿרייט — ס’איז דאָך גוט, זייער גוט, אויב עמעצער פֿוילט זיך ניט און הייבט אָן אַרויסגעבן, זאָל זײַן עלעקטראָניש, אַ צײַטשריפֿט אויף ייִדיש. מײַן שטימונג האָט זיך, צום באַדויערן, געביטן, ווען איך האָב זיך אַרײַנגעקוקט אין דעם דאָזיקן "ייִדישן מאָמענט" (אַזאַ נאָמען טראָגט עס), און גענומען אים לייענען.
איך הייב ניט אָן צו וויסן, ווער עס מאַכט די דאָזיקע אינטערנעץ-"אויסגאַבע". אָבער ס’איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז "די פֿײַנסטע שרײַבער פֿון אַלע טיילן וועלט" (אַזוי — זייער באַשיידן — ווערט פֿאָרגעשטעלט די "רעדאַקציע-קאָלעגיום") זײַנען באַליידיקטע מענטשן. פֿאַר וואָס מיין איך אַזוי? ווײַל אַלץ איז ממש דורכגעזאַפּט מיט גאַל, מיט פֿאַרביטערטקייט אויף דער גאָרער וועלט בכלל און אויף דעם "פֿאָרווערטס" בפֿרט.
איך ווייס, אַז אייניקע מענטשן האָבן געוויסע טענות צום "פֿאָרווערטס". און דאָס איז נאָרמאַל. איך האָב טענות צו אַלע צײַטונגען, וואָס איך לייען. קיין פּעריאָדישע אויסגאַבע, אויסגערעכנט אויף טויזנטער לייענער, קען ניט, בדרך-כּלל, פֿולקום באַפֿרידיקן די אינטערעסן פֿון יעדן יחיד. אָבער מיר איז דערווײַל, דאַכט זיך, ניט אויסגעקומען צו הערן וועגן אַ מענטש, וואָס איז פֿול מיט שרעקלעכער שׂינאה צו אונדזער צײַטונג. מיר ווייסן זייער גוט, אַז היסטאָריש איז עס אַוודאי געווען; דעם "פֿאָרווערטס" האָבן, למשל, די קאָמוניסטן און די חרדים, באמת פֿײַנט געהאַט אידעאָלאָגיש. אָבער איצט, אין דער נאָך-אידעאָלאָגישער תּקופֿה פֿון דער צײַטונג, זעט עס מיר אויס גאַנץ אויסטערליש; סײַדן, עס איז עפּעס ... איך ווייס אַליין ניט וואָס.
הקיצור, עס לאָזט זיך אויס, אַז איך בין געווען ניט גערעכט. דער עולם צי דער יחיד, וואָס מאַכט דעם "ייִדישן מאָמענט", האָט בולט אַנטפּלעקט מײַן נאַיִווקייט. לייענט זיך אײַן, אַ שטייגער, אין דעם ווײַטערדיקן טעקסט, וואָס איך לאָז איבער אַזוי ווי עס שטייט און גייט אין זײַן אינטערנעץ פֿאָרעם; אַרײַנגערעכנט אַלע אָרטאָגראַפֿישע פֿעלערן.

א רוסישער מי-שברך

אט אזוי, טאוואריש מוי!
דער 12טן אויגוסט דערנענטערט זיך און די אלע טאווארישן און מאלאדעצן צוזאמען מיט די זאוואד-ארבעטער און קאלכאניקעס אין "דער קאפ-שמערץ" וועלן אפגעבן כבוד די אלע יידישע פען-מייסטער (באמת נאאיווע לאקייען), וואס האבן געהאלפן שאפן די סאוועטיש-יידישע ליטעראטור און קולטור.
די סאוועטיש-יידישע ליטעראטור איז געווען א ריינע, קאמוניסטישע פראפאגאנדע און די יידישע קולטור אין ראטן-פארבאנד. א קאשמאר!
די משפחה מאשבאר איז, למשל, א גאנצע אנקלאגע קעגן דער אמאליקער שטעטל-וועלט. דער ראמאן לייענט זיך אזוי ווי א לאנגער, רוסישער ראמאן און דערמאנט דעם לייענער אין דאסטאיעווסקיס "די ברידער קאראמאזאוו".
מיר ווייסן, אז די אלע גראזשדאנינען וועלן דרוקן אין סאנדלערס "קאפ-שמערץ" לויב-געזאנגען און אנדענקס-ארקטילען וועגן די גרויסע "העלדן" און לארעאטן, וואס האבן באזונגען גראביאנסטווע קאלכאזניצעס, פראסטע זאוואד-ארבעטער און דאמבע-בויער.

און אַזוי ווײַטער אין אַזאַ "אידיאָמאַטישן" לשון.
ווי איר זעט, האָבן זיך פֿאַרן "ייִדישן מאָמענט" יאַקאָס פֿאַרשולדיקט אויך די אומגעבראַכטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער. דער נסתּר איז באַזונדערס ניט צום האַרצן דעם נײַעם ייִדישן עלעקטראָנישן זשורנאַל.
האָב איך עס איבערגעלייענט און מיר איז פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן, ווײַל איך בין איינער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון אַ קאָנפֿערענץ, וואָס וועט זיך צונויפֿקלײַבן אין אָקספֿאָרד אין אַ פּאָר וואָכן אַרום, און געווידמעט איז זי טאַקע דעם סאָוועטיש-ייִדישן שרײַבער, וואָס איז באַקאַנט לויט זײַן ליטעראַרישן נאָמען "דער נסתּר". מיר, די אָרגאַניזאַטאָרן און די אָנטיילנעמער, האָבן דאָך ניט געוווּסט דעם גאַנצן געפֿערלעכן ענין מיט "די ברידער קאַראַמאַזאָוו"! דער "ייִדישער מאָמענט" האָט אונדז נאָר איצט געעפֿנט די אויגן!
אָבער איך האָב מורא, אַז ס’איז שוין צו שפּעט אָפּצושטעלן די גאַנצע מאַשין, וועלכע האָט צוגעגרייט די אָקספֿאָרדער צונויפֿקומעניש. אַזוי אַז מיר וועלן, נעבעך, פֿאַרברענגען אַ פּאָר טעג, רעדנדיק וועגן דעם נסתּרס לעבן און ווערק. נאָך מער: אין יאָר 2013 וועט, אם ירצה השם, אַרויסגיין אַ בוך, באַזירט אויף די רעפֿעראַטן. עס וועט אַרויסגיין, אַפֿילו אויב דער "ייִדישער מאָמענט" וועט זיך אין גאַנצן פֿאַרגיסן מיט גאַל.
איך האָב אויך מורא, אַז דעם 12טן אויגוסט וועט מען וועגן די אומגעבראַכטע שרײַבער רעדן אין דעם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט, וווּ מע וועט פּרעזענטירן אַ נײַ בוך, צונויפֿגעשטעלט פֿון נײַע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ווערק פֿון אָט די שרײַבער, וועלכע עס האָט אַזוי שרעקלעך פֿײַנט דער "ייִדישער מאָמענט", בפֿרט נאָך, אַז אייניקע פֿון די ווערק זײַנען לאַנג און נודנע, ווי "די ברידער קאַראַמאַזאָוו".
און מיר שײַנט, אַז "סאַנדלערס ‘קאָפּ-שמערץ’", ווי דער "ייִדישער מאָמענט" רופֿט דעם "פֿאָרווערטס", וועט — ניט געקוקט אויף דער טיפֿער מבֿינות פֿון די "קאָפּ-מענטשן" פֿון דער נײַער צײַטונג (איין קלייניקייט! "די פֿײַנסטע שרײַבער פֿון אַלע טיילן וועלט") — אָפּמערקן די טראַגישע דאַטע: 60 יאָר זינט דער עקזעקוציע — דעם 12טן אויגוסט 1952.