געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

היטלער בעת אַ נאַציסטישער פֿאַרזאַמלונג, דעם 29סטן יולי 1932, אין בערלין
היטלער בעת אַ נאַציסטישער פֿאַרזאַמלונג, דעם 29סטן יולי 1932, אין בערלין
Credit: Getty Images
מיט אַכציק יאָר צוריק, דעם 31סטן יולי 1932, זײַנען אין דײַטשלאַנד פֿאָרגעקומען וואַלן צום רײַכסטאַג (פּאַרלאַמענט), די רעזולטאַטן פֿון וועלכע האָבן פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר אַדאָלף היטלערס קומען צו דער מאַכט. פֿון די פֿאַראַנענע 608 ערטער אין רײַכסטאַג, האָבן די נאַציס דעמאָלט באַקומען 230 ערטער און אַריבער 37 פּראָצענט שטימען, בעת די סאָציאַליסטן האָבן פֿאַרזיכערט פֿאַר זיך 133 ערטער און די קאָמוניסטן האָבן געשאַפֿן די דריטע, לויט דער צאָל דעפּוטאַטן, פֿראַקציע פֿון 89 מיטגלידער. הגם די נאַציס האָבן ניט באַקומען די מערהייט אין רײַכסטאַג, איז דער דערפֿאָלג פֿון היטלערס נאַציאָנאַל-סאָציאַליסטישער פּאַרטיי סײַ-ווי-סײַ געווען אַ קאָלאָסאַלער. בפֿרט נאָך, אַז מע פֿאַרגלײַכט עס מיט די פֿריִערדיקע וואַלן: אין יאָר 1928 האָבן זיי געקראָגן בלויז 2.6 פּראָצענט שטימען, און אַפֿילו אין 1930 איז זייער פּאָפּולערקייט געווען גאַנץ באַגרענעצט — אַ ביסל מער פֿון 18 פּראָצענט וויילער האָבן געשטימט פֿאַר די נאַציס.
אַ באַרג ליטעראַטור איז אָנגעשריבן געוואָרן מכּוח די ערבֿ-נאַציסטישע וואַלן, וואָס האָבן "דעמאָקראַטיש" געשאַפֿן דעם בלוטדאָרשטיקן רעזשים. דער טרויעריקער אמת איז, אַז פֿאַר היטלערן האָבן געשטימט מענטשן פֿון זייער אַ ברייטער סאָציאַלער באַזע אין דער באַפֿעלקערונג. געציילטע ענטוזיאַסטן פֿון דער נאַציסטישער פּאַרטיי זײַנען געווען אַפֿילו צווישן די ייִדן. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געהאַלטן אין די הענט (אין אַ בערלינער אַרכיוו) אַ צײַטשריפֿט פֿון די אַזוי-גערופֿענע "נאַציאָנאַל-דײַטשישע ייִדן", וואָס האָבן גע-וואָלט אָנגענומען ווערן ווי אַ טייל פֿון דער נאַציאָנאַל-סאָציאַליסטישער באַוועגונג און האָבן זיך אַפֿילו געחידושט, פֿאַר וואָס היטלערס עולם האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט האָבן מיט זיי צו טאָן.
אָבער אַזעלכע "נאַציאָנאַל-דײַטשישע" ייִדן זײַנען, פֿון דעסטוועגן, געווען זייער עקזאָטיש. ס’רובֿ (בערך 55 פּראָצענט) האָבן געשטימט פֿאַר די סאָציאַליסטן און אפֿשר 5 פּראָצענט פֿאַר די קאָמוניסטן. צווישן 15 און 20 פּראָצענט ייִדן האָבן אונטערגעהאַלטן די קאַטוילישע פּאָליטישע ריכטונגען, וואָס האָט געקענט אין יענער צײַט אויסזען לאָגיש, ווײַל די היטלעריסטן האָבן, בדרך-כּלל, געפֿונען אַ סך מער ענטוזיאַסטישע אָנהענגער אין דער פּראָטעסטאַנטישער, בפֿרט פּויערישער, סבֿיבֿה. דער גרויסשטאָטישער עולם, אַפֿילו דער אַרבעטלאָזער, איז געבליבן דורכשניטלעך ווייניקער נאַציפֿיצירט.
וואָס איז געשען ווײַטער אין דײַטשלאַנד? דעם 6טן נאָוועמבער 1932 האָט מען ווידער געהאַט וואַלן, וועלכע האָבן ווייניק געביטן דעם באַלאַנס — ניט אַהין און ניט אַהער — אין רײַכסטאַג, כאָטש די נאַציס האָבן דעמאָלט פֿאַרלוירן אַ ביסל ערטער. דער סוף איז געווען, אַז אין דעם גאַנצן פּאָליטישן מיש-מאַש איז דעם 30סטן יאַנואַר 1933 היטלער געוואָרן דער קאַנצלער, און דעם 23סטן מאַרץ, נאָך דער אינסצענירטער שׂרפֿה אין רײַכסטאַג (דאָס איז אַפּראָפּאָ דעם "דעמאָקראַטישן" דרך פֿון די נאַציס צו דער מאַכט), איז ער פֿאַקטיש געוואָרן דער דיקטאַטאָר. סאָציאַליסטן, קאָמוניסטן, סתּם ייִדן האָבן גענומען פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד. צווישן די פּליטים זײַנען געווען אויך צוויי פֿירנדיקע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — יעקבֿ לעשצינסקי און רפֿאל אַבראַמאָוויטש.
לעצטנס האָב איך פֿאַרבראַכט דרײַ טעג אין דעם אַרכיוו פֿונעם אַמסטערדאַמער אינסטיטוט פֿאַר סאָציאַלער געשיכטע. געפֿאָרן בין איך אַהין צוליב איין קאָלעקציע — רפֿאל אַבראַמאָוויטשעס בריוו, בפֿרט זײַן קאָרעספּאָנדעץ מיט מענטשן פֿון — און אַרום — דער רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס". אַבראַמאָוויטש, דער פֿירער פֿון רוסישע סאָציאַליסטן אין עמיגראַציע, האָט געהאַט גרויס השפּעה אויך אין די אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישע קרײַזן. אַזוי אַז מיט זײַן דעה האָט מען זיך גערעכנט.
די בריוו, און די אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" פֿון יענער צײַט, ווײַזן די טראַוומע, וואָס סאָציאַליסטן האָבן איבערגעלעבט, ווען היטלערס דערפֿאָלג האָט גלײַכצײַטיק קלאָר געוויזן דעם דורכפֿאַל פֿון דער דײַטשישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי. דער "פֿאָרווערטס"-קרײַז איז דאָך מער פֿון אַ סך אַנדערע סאָציאַליסטישע גרופּירונגען געווען פֿאַרבונדן מיט דײַטשישע סאָציאַליסטן, זיך געהאַלטן פֿאַר זייער קרובֿ. ניט צופֿעליק האָט וועגן דער קרובֿישאַפֿט דערמאָנט אַפֿילו דער נאָמען גופֿא, "פֿאָרווערטס" — ווי דער נאָמען פֿון דער הויפּט-צײַטונג פֿון די דײַטשישע "גענאָסן".
די טראַוומאַטישע סיטואַציע איז געווען נאָך ערגער צוליב דעם שטאַרקן קריזיס אין דער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, אין וועלכער עס זײַנען די לייצעס אַלץ מער אַריבער אין די הענט פֿון אַזעלכע לײַט, וועלכע האָבן געוואָלט מאַכן יד-אַחת מיט די קאָמוניסטן. אַב. קאַהאַן און ס’רובֿ מענטשן אַרום אים זײַנען געווען קאַטעגאָריש קעגן אַזאַ פּאָליטישן קער, קודם-כּל ווײַל זיי האָבן ניט געגלייבט, אַז קאָמוניסטן זײַנען געווען אָנשטענדיקע לײַט, מיט וועלכע מע האָט געקענט פֿירן בשותּפֿות אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן אַרבעט. אָבער זייער צד-שכּנגד האָט געטענהט (און די דאָזיקע טענה בלײַבט נאָך איצט), אַז אַ סאָציאַליסטיש-קאָמוניסטישע אַחדות האָט געקענט אָפּשטעלן היטלערן אין דײַטשלאַנד.
די טעמפּעראַטור אין דער קאָרעספּאָנדענץ פֿון יענער צײַט איז געווען זייער הויך. אַבראַמאָוויטש האָט שטאַרק געוואָלט זיך אַרויסזאָגן אין "פֿאָרווערטס" וועגן די טעותן פֿון די דײַטשישע סאָציאַליסטן. אַבֿ. קאַהאַן האָט עס בשום-אופֿן ניט געוואָלט דערלאָזן, ווײַל דאָס וואָלט — לויט זײַן מיינונג — געהאָלפֿן צו מאַכן שטאַרקער די פּאָזיציע פֿון דעם לינקן פֿליגל אין דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. דער סוף איז געווען, ווי מיר ווייסן, אַז מענטשן פֿון דער "אַלטער גוואַרדיע", קאַהאַן בתוכם, האָבן אין יאָר 1936 אַ קלאַפּ געטאָן מיט דער טיר, אַרויס פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי און געמאַכט אַ שבת פֿאַר זיך, פֿאַראייניקט אין דער נײַ-געשאַפֿענער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער פֿעדעראַציע, וועלכע האָט געשטיצט רוזוועלטן. מע האָט זיך דאָך דעמאָלט געחכמהט, אַז בײַ אַזעלכע מענטשן איז דער וועלטבאַנעם געווען צעטיילט אויף "די וועלט", "יענע וועלט" און "רוזוועלט". אַזוי צי אַזוי, אָבער דער דאָזיקער וועלטבאַנעם האָט געהאָלפֿן אַ סך ייִדישע סאָציאַליסטן צו לינדערן די ווייטיקן פֿון זייער טראַוומאַטישער איבערלעבונג.