פּערזענלעכקײטן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חנא שמערוק
חנא שמערוק
די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז בײַ מיר, אַזוי אָדער אַנדערש, פֿאַרבונדן געווען מיטן טראַגישן גורל פֿון די סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער. דעם 8טן און 9טן אויגוסט איז אין אָקספֿאָרד אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט איינעם פֿון די שרײַבער — פּינחס קאַהאַנאָוויטש — וואָס איז בעסער באַקאַנט ווי דער נסתּר. און דעם 12טן אויגוסט איז אין לאָנדאָן געמאַכט געוואָרן אַן אַסיפֿה, מיט אַ פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַער זאַמלונג איבערזעצונגען אויף ענגליש פֿון דערציילונגען און לידער פֿון אומגעבראַכטע סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער. אין דעם זאַל, אויסגערעכנט אויף 150 לײַט, האָט מען געדאַרפֿט ברענגען צוגאָב-בענקלעך, ווײַל דער עולם איז געווען גרעסער איידער מע האָט פּלאַנירט.
איך ווייס אויך, אַז גרעסערע און קלענערע קולטור-אונטערנעמונגען זײַנען אָרגאַניזירט געוואָרן אין מאָסקווע, ירושלים, ניו-יאָרק, באָסטאָן, קיִעוו, פּעטערבורג, האַמבורג, לאָס-אַנדזשעלעס און, דאַכט זיך, סאַן-פֿראַנציסקאָ. דאָס זײַנען די שטעט, וועגן וועלכע איך האָב געהערט. כ׳בין זיכער, אַז אין אַ היפּש ביסל אַנדערע ערטער האָט מען עס אויך געטאָן.
דאָס איז אַ טעמע פֿאַר אַ באַזונדערער פֿאָרשונג: ווי אַזוי, ווער און וווּ האָט אָפּגעמערקט די דאָזיקע טרויעריקע דאַטע. איך מיין ניט אַזוי די פֿאַרגאַנגענע וואָך, ווי די גאַנצע תּקופֿה זינט 1956, ווען עס האָט זיך באַוויזן די ערשטע אינפֿאָרמאַציע וועגן די געשעענישן אין אויגוסט 1952. איך קען ניט זאָגן, אַז כ׳האָב זיך באמת ערנסט באַשעפֿטיקט מיט אַזאַ מין פֿאָרשונג. זי פֿאָדערט דאָך אַ סך צײַט, ווײַל מע דאַרף אַרײַנקוקן אין כּלערליי קוואַלן, קודם-כּל אין ייִדישע צײַטונגען, געדרוקט אין פֿאַרשיידענע צײַטן און ערטער. אָבער דאָ און דאָרטן, זוכנדיק מאַטעריאַלן מכּוח אַנדערע געשעענישן אין ייִדישן לעבן, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַרטיקלען, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ מאָדעל, וואָס שטעלט אין צענטער די פֿיגור פֿון חנא שמערוק ז״ל.

* * *

וועגן חנא שמערוק (1921—1997) קען מען שרײַבן אַ סך. זײַן שפּור אין דער ייִדישער וויסנשאַפֿט איז זייער ממשותדיק. אין אַ גרויסער מאָס, אַנטוויקלען זיך די לימודים פֿון ייִדיש אויף דעם יסוד, וועלכן ער האָט פֿאַרלייגט אין די יאָרצענדליקער פֿון זײַן אַקטיווער אַקאַדעמישער טעטיקייט. אים האָבן אינטערעסירט גאָר פֿאַרשיידענע פֿראַגן פֿון ייִדישער ליטעראַטור און, בכלל, קולטור-געשיכטע. זײַנע אַרטיקלען און ביכער שטעלן מיט זיך פֿאָר, ביזן הײַנטיקן טאָג, אַ וויכטיקן קוואַל פֿאַר יעדן איינעם, וואָס פֿאָרשט אַלט-ייִדיש, ווי אויך ייִדישע געשיכטע אין פּוילן און סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. צו דעם דאַרף מען אויך צוגעבן זײַנע אַרבעטן וועגן קינדער-ליטעראַטור און וועגן יצחק באַשעוויס-זינגערן; און וועגן י. ל. פּרצן. און נאָך אַנדערע זאַכן.
איך האָב ניט ווייניק געהערט וועגן חנא שמערוקן ווי אַ שווערן מענטש. אָבער דאָס האָט געהערט, דער עיקר, צו דער צײַט, ווען ער איז געשטאַנען בראָש דעם ייִדישן אָפּטייל בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. מיר איז אויסגעקומען צו טרעפֿן זיך מיט אים אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן, ווען ער האָט שוין אָפּגעמלחמהוועט זײַנע מלחמות. אין די טעג, און צו מאָל גאַנצע חדשים, וועלכע ער פֿלעגט פֿאַרברענגען אין ענגלאַנד, האָב איך מצד אים געפֿילט וואַרעמקייט, כאָטש אַ דיסטאַנץ האָט ער תּמיד געהאַלטן — אַ דיסטאַנץ צווישן אַן עלטערן, דערפֿאַרענעם געלערנטן און אַ רעלאַטיוו יונגן מענטש, וואָס איז ניט לאַנג צוריק געקומען פֿון מאָסקווע. אַן אָפֿענעם סאַרקאַזם אויף מײַן אַדרעס האָב איך דערפֿילט, דאַכט זיך, נאָר איין מאָל: בעת דער סאַמע ערשטער באַגעגעניש, אין האַרבסט 1991 צי שפּעטער, אין 1992, האָט ער מיט אַ שמייכל קאָמענטירט וועגן דער סאָוועטישער טעמע פֿון מײַן דאָקטאָראַט — "ס׳איז געוואָרן אַ גאַנגבאַרע סחורה", האָט ער געזאָגט.
אָבער וועגן דער דאָזיקער "גאַנגבאַרער סחורה" איז ער די ערשטע צײַט געווען גרייט צו רעדן און זיך ווידער אומקערן צו דער טעמע. איך זאָג "די ערשטע צײַט", ווײַל אין יאָר 1994 איז אין מאָסקווע אַרויס אַ בוך מיט אויסצוגן פֿון פּראָטאָקאָלן, געפֿירט בשעת דעם געריכט איבער די פֿירנדיקע מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין דעם זעלבן יאָר, אָדער אין אַ יאָר אַרום, האָט ער מיר געזאָגט, אַז נאָכן איבערלייענען דאָס דאָזיקע בוך האָט ער באַשלאָסן זיך קיין מאָל מער ניט אומקערן צו דער טעמע פֿון סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער.

* * *

איך מוז זאָגן, אַז עס זײַנען אַדורך יאָרן, ביז איך האָב סוף-כּל-סוף (ווי מיר דאַכט זיך) פֿאַרשטאַנען די טיפֿקייט פֿון פּראָפֿעסאָר שמערוקס פֿאַרדראָס. די זאַך איז, אַז דער געלערנטער, וואָס וועט אַ מאָל באַשליסן צו פֿאָרשן די געשיכטע פֿון די הזכּרות נאָך די אומגעבראַכטע סאָוועטישע שרײַבער, וועט בלי-ספֿק דערזען, אַז חנא שמערוק האָט געשפּילט אין דעם ענין אַ וויכטיקע ראָלע. תּחילת האָט מען דאָך אַזעלכע טרויער-צערעמאָניעס אָרגאַניזירט בדרך-כּלל אין די לינקע ייִדישע קרײַזן, באזונדערס צווישן די לײַט, וועלכע האָבן זיך געהאַט אַנטוישט אין סטאַלינען, אָבער ניט אויפֿגעהערט ליב צו האָבן לענינען. בינו־לבינו, האָבן אַקטיוויסטן פֿון אַנדערע אידעאָלאָגישע בראַנזשעס געהאַט ספֿקות, צי דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש און די איבעריקע אומגעבראַכטע שרײַבער האָבן — צוליב זייער איבערגעגעבנקייט דעם סטאַליניסטישן רעזשים — "פֿאַרדינט", מע זאָל זיי דערמאָנען ווי קדושים.
עס זעט אויס, אַז חנא שמערוקן האָט זיך מער פֿון אַנדערע אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ קאַלט-מלחמיש צוגעפּאַסטע — "גאַנגבאַרע" — מסורה. דהײַנו: אַז אין דעם לעבן און אין דער שאַפֿערישקייט פֿון סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער איז געווען אַ גרויסער חלק פֿון מאַראַנישקייט. אַז אין דער אמתן זײַנען זיי געווען סקעפּטיש וועגן דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע, און צוליב דעם דאַרף מען זיך גוט אַרײַנטיפֿן אין זייער פּראָזע און פּאָעזיע, לייענען און פֿאַרטײַטשן ניט נאָר די שורות, נאָר אויך צווישן די שורות און דעם גאַנצן קאָנטעקסט. מחמת זיי, די שרײַבער, האָבן געשריבן אַזוי, אַז זייער טעקסט זאָל קענען דורכגיין דעם רעדאַקטאָרישן און צענזאָרישן פֿילטער און לסוף דערגרייכן די חכמים ליטעראַטור-קענער, וועלכע וועלן עס דעשיפֿרירן.
דאָס איז אפֿשר געווען אַ געזונטער געדאַנק. אָבער איין קליינטשיקער פּרט רויִנירט דעם דאָזיקן צוגאַנג: די מענטשן, וואָס האָבן געשפּילט די ראָלע פֿון אַ צענזאָר צי אַ רעדאַקטאָר, זײַנען געווען ליטעראַריש ווייניקער באַהאַוונט פֿון די מחברים, אָבער זייערע ייִדישע און מאַרקסיסטישע קענטענישן זײַנען געווען לחלוטין ניט ערגער. אַזוי אַז קיין אמתע "מאַראַנישקייט" האָט זייער פֿילטער דורכגיין ניט געקענט. פּשוט די "נאַציאָנאַלע פֿאָרעם" האָט דערלויבט סאָוועטישע שרײַבער צו בלײַבן נאַציאָנאַלע ייִדן.
איך בין זיכער, אַז פּראָפֿעסאָר שמערוק האָט עס געוווּסט ניט ערגער פֿון מיר. ער האָט אויך געוווּסט, אַז צו רעדן וועגן דעם אָפֿן איז ניט געווען ריכטיק אין דעם פּאָליטישן קלימאַט פֿון די 1960ער, 1970ער און 1980ער יאָרן. די קונץ פֿון פֿאַרוואַנדלען, לכל-הפּחות טיילווײַז, די סאָוועטישע ליטעראַטור אין אַ מין דיסידענטישער ליטעראַטור האָט געהאָלפֿן צו מאַכן כּשר די סאָוועטיש-ייִדישע שטודיעס. עס האָט אויך געגעבן די מעגלעכקייט צו דרוקן זייערע ווערק. און — זינט די 1970ער יאָרן — אָפּצומערקן דעם 12טן אויגוסט אויך מחוץ די לינקע קרײַזן.