פּערזענלעכקײטן
פֿון לאַזאַר לובאַרסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין חודש אָקטאָבער איז אין בית־שלום־עליכם, תּל־אָבֿיבֿ, פֿאָרגעקומען אַן אָוונט געווידמעט דעם 85סטן געבורטסטאָג פֿון דער לעגענדאַרער ייִדישער זינגערין נחמה ליפֿשיץ. די אָרטיקע פּרעסע וועט די געשעעניש אַוודאי פּאַסיק באַשרײַבן.
איך וויל דערציילן וועגן עטלעכע עפּיזאָדן פֿון נחמהס קינסטלערישער טעטיקייט, וואָס איך אַליין האָב אָבסערווירט. אָבער, קודם־כּל — אַ קורצער אַרײַנפֿיר.
נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה און נאָך די רדיפֿות און גזרות קעגן ייִדן אין דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (“דער קאָסמאָפּאָליטיזם", דער מאָרד פֿון מיכאָעלס, “דער דאָקטוירים־ענין", די פֿאַרניכטונג פֿון דער ייִדישער קולטור און ייִדישע שעפֿער), איז אין יענעם לאַנד נישט געבליבן קיין זכר פֿון אַ ייִדיש נאַציאָנאַל פֿײַערל.
און אָט, אין די 1950ער יאָרן קומט אין מאָסקווע פֿאָר אַן אַלפֿאַרבאַנדישער קאָנקורס פֿון זינגער, און די יונגע זינגערין פֿון ווילנע נחמה ליפֿשיץ איז צווישן די געווינערס און דווקא מיט אַ ייִדיש ליד, געזונגען אויף מאַמע־לשון...
וואַס זשע ווייטער? מיט איר זעלטענעם קול, אַרטיסטישער אויספֿירונג וואָלט זי געקאָנט עפֿענען גרויסע פּרעסטיזשפֿולע זאַלן. אָבער נחמה האָט זיך פֿאַרעקשנט צו זינגען בלויז אויף ייִדיש. מיט גרויסע שוועריקייטן האָט זיך איר אײַנגעגעבן אַרויסצובאַקומען קאָנצערטן ווי אַ “גאַסט-זינגערן". אזוי, למשל, אין מאָסקווע, מיט אַ ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון עטלעכע הונדערט טויזנט דורשטיקע צו אַ יידיש וואָרט און ניגון צוהערער, דערלויבט מען איר געציילטע קאנצערטן אַ יאָר. דאָס זעלבע אין אַנדערע שטעט פֿונעם ריזיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד; דערצו נאָך ווערט יעדע פּראָגראַם שטרענג צענזורירט, ס’זאָל זיך, חלילה, נישט אַרײַנכאַפּן אַ “פֿאַלשער קלאַנג" קעגן דער מלוכה.
אין אַזעלכע באַדינגונגען טרעט נחמה ארויס, זינגט לידער פֿון דעם קלאַסישן ייִדישן רעפּערטואַר און נײַע לידער, אָנגעשריבן ספּעציעל פֿאַר איר. זי טראָגט מיט איר געזאַגט אַן אָנזאָג צו אירע צוהערער: “ראַטעוועט ייִדיש! ראַטעוועט ייִדישקייט! ראַטעוועט זיך פֿון שטילשווײַגעניש"! בלײַבט ייִדן...
נחמה טוט עס מיט דעם שײַן און גלאַנץ פֿון אירע אויגן, מיט דער מימיק, מיט די אינטאָנאַציעס און אַקצענטן פֿון דעם קול, מיט די באַרימטע באַוועגונּגען פֿון אירע הענט און זשעסטן.
אין יאָר 1964 האָב איך געהאַט דאָס גליק צו הערן נחמה ליפֿשיץ, ווי מע זאָגט, לעבעדיקערהייט. כ’בין דעמאָלט געווען אין טביליסי, גרוזיע, און גראָד אין דער צײַט איז זי דאָרט אויפֿגעטראָטן מיט איר ייִדישער פּראָגראַם. דער קאָנצערט איז פֿארגעקומען אינעם גרויסן זאַל אויף דער פּלעכאַנאָוו־גאַס. דער זאַל איז געווען איבערגעפֿולט; מענטשן זײַנען געזעסן אויף בענקלעך און אויפֿן דיל, וווּ ס’איז נאָר געווען אַ פֿרײַ שטיקל אָרט.
די מערהייט פֿון די צושויער זענען געווען גרוזינער ייִדן, וואָס קענען ניט קיין ייִדיש, נאָר זייער טעמפּעראַמענט איז גוט באַוווּסט. דער גאַנצער עולם האָט ממש געגוואַלדעוועט נאָך יעדן נחמהס געזאַנג. דער רעש און אַפּלאָדיסמענטן האָבן זיך ניט איבערגעריסן. דאָס איז געווען ממש אַ דעמאָנסטראַציע פֿון ייִדישער אידענטיטעט, וואָס האָט זיך צעפֿלאַקערט, ווען נחמה האָט אנגעהויבן זינגען “הבֿה נגילה" אויף העברעיִש. דער עולם האָט געפֿאָדערט און זי האָט איבערגעחזרט צוויי מאָל דאָס ליד און דער גאַנצער זאַל האָט מיטגעזונגען אין איינעם מיט איר.
מיט דער זעלבער באַגײַסטערונג, האָט דער עולם אויפֿגענומען “דאָס ליד פֿון די ייִדישע פּאַרטיזאַנען" פֿון הירש גליק “זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג". מרדכי געבירטיגס טראַגישע ליד “סע ברענט, ברידערלעך, סע ברענט, אונדזער אָרעם שטעטל נעבעך ברענט". אַלע האָבן פֿאַרשטאַנען די אַקטועלקייט פֿון דעם ליד; אַנדערש געזאָגט, “די טראַגעדיע פֿון די ייִדן", וואָס קומט פֿאָר אין דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער קאָנצערט איז אָנגעגאַנגען ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן. אינעם האָטעל, האָט מען זי געבראַכט אויף די הענט.
פֿון אַן ענלעכן פֿאַל בין איך געווען אַן עדות אין דער שטאָט סאַראַטאָוו, אַרום 1,000 קילאָמענטער דרום-מיזרח פֿון מאָסקווע. דער עולם האָט געוויינט און אָנגעקוועלט; געוויינט איבערן אייגענעם גורל און אָנגעקוועלט פֿון דעם גרויסן טאַלאַנט פֿון נחמה ליפשיץ.
נאָכן קאָנצערט האָט זי אָפּגעפֿירט אַהיים מיט איר “טאַקסי" אַן אַלטער ייִד, וואָס האָט איבערגעלעבט אַ טראַגישן גורל. דער ייִד (זײַן נאָמען איז געווען מאַנעוויטש), האָט פֿאַר דער מלחמה געלעבט אין דער הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע, קיִעוו, און האָט דאָרט אָנגעפֿירט מיטן קוּלטור־דעפּאַרטאַמענט. אין אָנהייב פֿון דער מלחמה, ווען די דײַטשן האָבן זיך דערנענטערט צו קיִעוו, האָט ער זיך עוואַקויִרט מיט דער גאַנצער משפּחה. אויפֿן וועג האָבן די דײַטשן צעבאָמבירט דעם צוג און זײַן גאַנצע משפּחה איז אומגעקומען. ער אַליין איז על-פּי-נס געבליבן לעבן. ער האָט זיך דערקליבן צו דער שטאָט סאַראַטאָוו און שוין דאָרט פֿאַרבליבן. נחמה האָט אים געבראַכט אַהיים און געהאָלפֿן מיט געלט...
נחמה ליפֿשיץ איז הײַנט אויך טעטיק אין געביט פֿון לערנען און איבערגעבן דעם יונגוואַרג איר גרויסע דערפֿאַרונג. שוין איבער צען יאָר פֿירט זי אָן מיט אַ מײַסטער־קלאַס פֿון ייִדישן ליד. צוזאַמען מיט דער טאַלאַנטירטער פּיאַניסטקע רעגינאַ דריקער האָבן זיי געשאַפֿן אַן אָריגינעלן מוזיקאַלישן, פֿרײַוויליקן טעאַטער פֿון יונגע טאַלאַנטן, וואָס טרעט גאַנץ אָפֿט אַרויס מיט אַ רײַכער ייִדישער לידער-פּראָגראַם.
געזונט, אַריכות־ימים און נחת וווּנטשן מיר אונדזער גרויסער נאַציאָנאַלער ייִדישער זינגערין!