געשיכטע
פֿון ד״ר כאָסע יודקאָווסקי (אַרגענטינע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אָרקעסטער פֿון ראַול קאַפּלון
דער אָרקעסטער פֿון ראַול קאַפּלון
דער בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ האָט זיך אונטערגענומען צו דיגיטאַליזירן פֿאַרשיידענע דאָקומענטן, צײַטונגען, ביכער, ווי אויך דעם מוזיק־אַרכיוו; מאַטעריאַלן וואָס זײַנען געראַטעוועט געוואָרן נאָכן טעראָר־אַטענטאַט פֿון 18טן יולי 1994, און מען האָט אָנגעהויבן צו געפֿינען טאַנגאָס אויף ייִדיש, געשאַפֿענע איבער דער גאַנצער וועלט און אויך אין אַרגענטינע. און ווען מיר זאָגן געשאַפֿענע, האָבן מיר אין זינען סײַ די ווערטער, סײַ די מוזיק, ווי אויך די מוזיקער און זינגער, וואָס שפּילן און אינטערפּרעטירן די טאַנגאָס.
אין שײַכות מיט אָט דער טעמע, האָבן מיר געבעטן בײַ ד״ר כאָסע יודקאָווסקין (אויף שפּאַניש, Khudkovski), דער בעסטער קענער און מבֿין אין דעם געביט, ער זאָל צוגרייטן אַן אַרטיקל וועגן דרײַ גרויסע ייִדישע פֿידלער, וועלכע האָבן זיך דערוואָרבן אַ שם ווי גרויסע ווירטואָזן. ד״ר יודקאָווסקי האָט זייער אַ סך געפֿאָרשט און האָט אַ לאַנג־יאָריקע דערפֿאַרונג; ער האָט וועגן דעם שוין אָנגעשריבן עטלעכע ביכער, וואָס דער אַרגענטינער ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן.
און אָט וואָס עס שרײַבט ד״ר כאָסע יודקאָווסקי:
טאַנגאָ דריקט אויס אין מוזיק און ליד דאָס ענדגילטיק פֿאַרלוירענע און פֿאַרשוווּנדענע: ליבעס, פֿרײַנד, יוגנט, די געגנט, די מוטער, טרוימען. דערפֿאַר איז ער, אין תּוך גענומען, אומעטיק, בענקעוודיק, מעלאַנכאָליש, עלעגיש.
"...איך האַלט אין קוקן אויף מײַן לעבן
אינעם קרישטאָל פֿון אַ סאַזשלקע.
און ס׳גייען פֿאַרבײַ, בעת איך דענק
די פֿאַרשוווּנדענע שעהען, די פֿאַרוויאַנעטע טרוימען..."
טאַנגאָ ״De barro״ (בלאָטיק) [האָמעראָ מאַנסי)

פֿון די קלאַסישע טאַנגאָ־מוזיק־אינסטרומענטן: "באַנדאָנעאָן", פּיאַנע, פֿידל, באַס, גיטאַרע, פֿלייט, פּויקן, איז אפֿשר דער פֿידל גראָד דער אינסטרומענט, וואָס באַזינגט בעסער בענקשאַפֿט און אומעט — די נאָענטסטע געפֿילן צום טאַנגאָ.
אין דעם לאַנגן פּרעסטיזשפֿולן לעבן פֿון דעם מוזיקאַלישן זשאַנער (מיר מיינען דערמיט דעם טאַנגאָ בײַ די ברעגן פֿון לאַ־פּלאַטאַ־טײַך), איז דער אָנטייל פֿון מענער און פֿרויען פֿון ייִדישן אָפּשטאַם און ייִדישע טראַדיציעס, געווען און איז געבליבן רירנדיק גרויס — סײַ אין ניוואָ, סײַ אין צאָל, אָנהייבנדיק פֿון די ערשטע צײַטן אָן, פֿון 1880 — ווי זינגער, מוזיק־דירעקטאָרן, צונויפֿשטעלער, דיכטער און קאָמפּאָזיטאָרן, פֿאָרשער, פֿאַרשפּרייטער און לערנער פֿון אָט דער קולטור־דערשײַנונג.
דער אמת איז, אַז צווישן אַלע אומצאָליקע באַטייליקטע, האָט אַ גרויסע מערהייט זיך אָפּגעגעבן מיטן שפּילן פֿידל.
דערפֿאַר האָבן מיר באַשטימט אויסצוקלײַבן דרײַ פֿון די אָנגעזעענסטע טאַנגאָ־פֿידלערס; אָנגעזען נישט נאָר ווי אויסערגעוויינטלעכע מוזיקער, נאָר ווײַל זיי זײַנען געוואָרן אמתע מוסטערן פֿאַר דער מערהייט פֿידלער, וועלכע זײַנען געקומען נאָך זיי — סײַ מיט זייער אויסגעצייכנטן סטיל, ווי אויך מיט זייער מענטשלעכקייט, וואָס האָט זיי אויסגעטיילט ווי ערנסטע מענטשן; לערנער, וואָס האָבן אין זינען געהאַט דאָס מקיים זײַן דעם זאָג פֿון גרויסן ייִדיש־אַרגענטינער קינאָ־דירעקטאָר לויִס־סימאָן זאַסלאַווסקי, וועלכער האָט געהאַלטן, אַז "דאָס פֿאָלקסטימלעכע טאָר קיין מאָל נישט זײַן פֿרײַ פֿון די שטרענגסטע עסטעטישע ווערטן".


ראַול קאַפּלון

אין דער געשיכטע פֿונעם טאַנגאָ איז פֿאַראַן אַ צײַט־אָפּשניט פֿון כּמעט 20 יאָר (1935— 1955), וואָס איז באַקאַנט ווי "די פֿערציקער יאָרן" און ווערט פֿאַרגליכן, צוליב זײַן גלאַנץ, מיט דעם "גאָלדענעם יאָרהונדערט" אין דער שפּאַנישער ליטעראַטור.
אין יענע יאָרן האָבן זיך גלײַכצײַטיק באַוויזן נישט נאָר אַ גרויסע צאָל אויסגעצייכנטע אָרקעסטערס; יעדער איינער מיט זײַן אייגנאַרטיקן מוזיקאַלישן סטיל און גרויסע זינגער, וועלכע האָבן זיך אין זיי באַטייליקט, נאָר אויך גרויסאַרטיקע דיכטער און קאָמפּאָזיטאָרן וואָס האָבן, מיט זייערע טעקסטן און מוזיק, באַשאַפֿן וווּנדערלעכע מוזיקאַלישע ווערק.
אין יענער צײַט פֿלעגט זיך אויסטיילן מיט זײַן אייגענעם גלאַנץ ישׂראל קאַפּלון, וואָס האָט פֿאַרן ברייטן עולם אָנגענומען דעם נאָמען ראַול, סײַ ווי אַ פֿידל־מײַסטער, ווי אויך ווי דירעקטאָר פֿון זײַן אייגענעם אָרקעסטער, צונויפֿשטעלער און קאָמפּאָזיטאָר.
ער איז געבוירן געוואָרן אין בוענאָס־אײַרעס דעם 11טן נאָוועמבער 1910, בײַ אַ זייער אָרעמער ייִדישער משפּחה מיט אַ סך קינדער.
זײַענדיק קוים אַכט יאָר אַלט האָבן זײַנע עלטערן אים איבערגעגעבן צו אַן אויסגעצייכנטן לערער: מאַרקאָס זאַדאָווסקי, בײַ וועמען דאָס קינד האָט זיך אויסגעלערנט נישט נאָר די סודות פֿונעם פֿידל, נאָר אויך די פּרינציפּן פֿון האַרמאָניע און קאָנטראַפּונקט. שפּעטער האָט ער פֿאַרטיפֿט זײַנע קענטענישן מיט צוויי גרויסע לערער: כאָסע פֿאַרגאַ און עדמונדאָ ווײַנגאַרד.
זײַן פֿראָפֿעסיאָנעל לעבן האָט זיך אָנגעהויבן אין 1923, בעתן שפּילן אין אַן אָרקעסטער פֿון קלאַסישער מוזיק, וואָס האָט באַגלייט די שטומע קינאָ־פֿילמען.
אין יאָר 1926 נעמט ער אָנטייל אין אַ באַוווּסטן דזשעז־אַנסאַמבל, אָנגעפֿירט פֿון כוליאָ ראָזנבערג, וואָס איז אויך געווען אָנגעזען אין דער קלאַסישער מוזיק און אין טאַנגאָ.
אין דעם זעלבן יאָר הייבט ראַול קאַפּלון אָן זײַן מעטעאָרישע קאַריערע אין טאַנגאָ, ווי דער ערשטער פֿידל פֿון די ווײַטערדיקע אַנסאַמבלען: מיגעל קאַלאָס־סעקסטעט, אַרמאַנדאָ באַליאָטיס־סעקסטעט, מיגעל קאַלאָס־אָרקעסטער און לוסיאָ דעמאַרעס־אָרקעסטער, ביז ער גרינדעט אין 1946 זײַן אייגענעם אָרקעסטער, וואָס ווערט גיך אָנערקענט דורכן פּובליקום און אָנגענומען מיט גרויס דרך־ארץ דורך זײַנע קאָלעגן.
אין יאָר 1952, בײַ זײַן פֿולער רײַפֿקייט, פֿאַרלאָזט ער זײַן מוזיקאַלישע טעטיקייט איבערן דרוק פֿון דער גראָב־יונגערישער דיקטאַטאָרישער רעגירונג, קעגן וועלכער ער האָט זיך מוטיק אַנטקעגנגעשטעלט (שוין אַזוי פֿיל מאָל איז דאָס געשען אין אונדזער געשיכטע!)
ער איז געשטאָרבן דעם 24סטן יאַנואַר 1990.
מען דאַרף דאָ דערמאָנען, אַז ראַול קאַפּלון איז געוואָרן די צענטראַלע פֿיגור אין די וויכטיקסטע מאָמענטן פֿון דער טאַנגאָ־געשיכטע. אין יאָר 1937, זײַענדיק דער ערשטער פֿידל פֿון מיגעל קאַלאָס־אָרקעסטער, שטעלט ער אײַן מיט זײַן אייגנאַרטיקער מעלאָדישקייט אַ נײַעם אופֿן בײַם שפּילן פֿידל, און זײַנע קאָלעגן, דערשטוינטע, באַמיִען זיך זייער שנעל אים נאָכצומאַכן.
ספּאָנטאַן, האָט ער געהאַט באַשאַפֿן די ביז הײַנט אַזוי אָנגערופֿענע "פֿידל־ווירטואָז־שול אין טאַנגאָ" וואָס איז, נישט מער און נישט ווייניקער ווי דער אופֿן וואָס ראַול האָט געירשנט און מיטגעבראַכט פֿון זײַנע ייִדישע וואָרצלען: די קלעזמער־מוזיק און דעם קנייטש פֿון די קלעזמאָרים בײַם שפּילן פֿידל.
כּדי דאָס צו קענען פֿאַרשטיין ראַט איך צו הערן דעם טאַנגאָ ״Tyerra kerida״ (ליבע ערד) פֿון כוליאָ דע קאַראָ מיט קאַפּלונס אייגענעם אָרקעסטער, אין אַ רעקאָרדירונג פֿון 1950, וווּ מען קען באַמערקן און אָפּשאַצן אָט דעם אייגנאַרטיקן סטיל.

(סוף אין קומענדיקן נומער)