געשיכטע

שׂימחה באַזשור
שׂימחה באַזשור

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

שׂימחה באַזשור

דעם 3טן מײַ 1996 האָט די בוענאָס־אײַרעסער פֿאָלקשפּראַך־אַקאַדעמיע, אַ פּרעסטיזשפֿולע אינסטיטוציע, אויסגעצייכנט דעם ווירטואָז שׂימחה באַזשור מיטן טיטל "טאַנגאָ־גלאָריע", פֿאַר זײַנע דערגרייכונגען אין מוזיק.
דאָס איז געווען אַ גוט פֿאַרדינטע אָנערקענונג פֿאַר אַ מענטשן וועמען סײַ דער ברייטער עולם, סײַ קאָלעגן, ווי אויך היסטאָריקערס, האָבן געהאַלטן פֿאַרן וויכטיקסטן פֿידלער פֿון אַרגענטינע, אין טאַנגאָ, אין דער קלאַסישער מוזיק, ווי אויך ווי אַ מוזיק־פּעדאַגאָג.
ער איז געבוירן אין נאַשעלסק, אַ קליין שטעטל ניט ווײַט פֿון וואַרשע, דעם 4טן אַפּריל 1928. אין יאָר 1934, צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן, איז ער אָנגעקומען קיין בוענאָס־אײַרעס.
אַלט זײַענדיק קוים 13 יאָר, שפּאַנט ער אַרײַן אין דער טאַנגאָ־וועלט, אָנטייל נעמענדיק פֿון דעמאָלט אָן אין פּרעסטיזשפֿולע אָרקעסטערס. נאָר ווי אַ בײַשפּיל וועלן מיר דערמאָנען די אָרקעסטערס פֿון מיגעל קאַלאָ, קאַרלאָס די סאַרלי, אָסוואַלדאָ פּוגליעסע און דער ערשטער אַסטאָר פּיאַצאָלאַס־קווינטעט (1959—1961). צוואַנציק יאָר פֿון כּסדרדיקער אָנוועזנהייט אינעם טאַנגאָ, געווינענדיק די אָנערקענונג פֿון מוזיקערס און פּובליקום.
גלײַכצײַטיק האָט ער געהאַט אַן אַקטיווע און פֿרוכפּערדיקע באַטייליקונג אין דער קלאַסישער מוזיק: ער איז געווען ערשטער פֿידל אין דעם אַרגענטינער נאַציאָנאַלן סימפֿאָנישן אָרקעסטער (1949—1954), קאָנצערטינאָ אין די סימפֿאָנישע אָרקעסטערס פֿון קובע, אוניווערסיטעט פֿון סאַן כואַן (אין אַרגענטינע), וועראַקרוס־אוניווערסיטעט (אין מעקסיקע), פֿילהאַרמאָנישע אָרקעסטערס פֿון די אַמעריקעס.
אין יאָר 1973 האָט ער געשפּילט, צום ערשטן מאָל אין אַרגענטינע, אין דעם באַרימטן בוענאָס־אײַרעסער טעאַטער קאָלאָן, בעטהאָווענס אינטעגראַלן ציקל פֿון די פֿידל־ און פּיאַנע־סאָנאַטעס.
ווי אַ מוזיק־פּעדאַגאָג איז ער פֿאַררעכנט געוואָרן ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע אין דער וועלט. אַ גאַנצן דור פֿידלערס און וויאָלע־שפּילערס זײַנען אַ דאַנק אים אויסגעשולט געוואָרן, באַרײַכערנדיק אַזוי אַרום פֿאַרשיידענע סימפֿאָנישע, פֿילהאַרמאָנישע און קאַמאַריסטישע אָרקעסטערס איבער דער גאָרער וועלט.
איך האָב געהאַט דעם זכות צו האָבן זייער אַ נאָענטע פֿרײַנדשאַפֿט מיט אָט דעם מערקווירדיקן מאַעסטראָ.
נישט געקוקט אויף זײַן גרויסן שם, בין איך אַן עדות פֿון זײַן באַשיידנקייט.
ער האָט קיין מאָל ניט אויפֿגעהערט צו לערנען. קיין מאָל ניט. ביז די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן. אַ מאָל האָב איך בײַ אים געפֿרעגט: "שׂימחה, וואָס באַוועגט אײַך זיך כּסדר צו לערנען, זײַענדיק, ווי איר זײַט, אַ וועלט־באַוווּסטער פֿידלער?"
איך טראָג מיט זיך, ווי אַן אוצר, זײַן ענטפֿער: "איר ווייסט, פֿרײַנד כאָסע, ווען איך בין אַלט געווען אַ 4—5 יאָר, האָב איך, אינעם ראַדיאָ וואָס מײַנע עלטערן האָבן געהאַט, געהערט מאָדנע און זיסע קלאַנגען וואָס זײַנען געקומען פֿון בודאַפּעשט, אונגאַרן. דאָס זײַנען געווען פֿידלערס, ציגײַנערס, זיכער אָן קיין שום אַקאַדעמישער צוגרייטונג. אינטויִטיווע מוזיקערס באַשאָנקענע מיט אַן אויסערגעוויינלעכן מוזיקאַלישן טאַלאַנט. פֿון דעמאָלט אָן האָב איך זיך צוגעזאָגט, אַז אַמאָל וועל איך אויך קענען שפּילן אויף אַ פֿידל מיט דער זעלבער קלינגעוודיקייט און ליריזם. איך מוז זיך מודה זײַן פֿאַר אײַך, אַז נישט געקוקט אויף מײַן גאַנצער אַקאַדעמישער צוגרייטונג, האָב איך דאָס ביז הײַנט נאָך נישט געפּועלט. איך האָף נאָך אַ מאָל דאָס צו דערגרייכן. דערפֿאַר לערן איך און איך לערן".
ער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 8טן פֿעברואַר 2005.
דערלויבט מיר, טײַערע לייענערס, אַ פּערזענלעכן איבערבליק איבער אָט דעם מענטשן. ער איז נישט נאָר געווען אַן אויסערגעוויינלעכער קינסטלער אין מוזיק. ער האָט אויך אַזוי אויסגעזען! ער האָט געהאַט אין זײַן גאַנג אַזאַ פֿיזישן ריטעם, ווי ער וואָלט אויף זיך געטראָגן אַ ריזיקן רוקזאַק פֿול מיט אויסגעמישטע נאָטן, וואָס ער האָט געהאַט בדעה צוזאַמענצושטעלן, צו גלײַך מיט זײַן געשולטער ריידעוודיקייט, אַרויסברענגענדיק מיט זײַן טיפֿער שטימע לעבנסלוסט און אומעט אין דער זעלבער מאָס. לעבנסלוסט אויף צו קענען שפּילן פֿידל אַזוי ווי די ציגײַנערס. אומעט איבער דעם וואָס, נאָך זײַן מיינונג, האָט ער עס ניט דערגרייכט.

בערנאַרדאָ סטאַלמאַן
בערנאַרדאָ סטאַלמאַן

בערנאַרדאָ סטאַלמאַן

ער איז געווען אַן אויסגעצייכנטער פֿידלער וואָס האָט, ווי אַ מוזיקער און ווי אַ דירעקטאָר, געשפּילט נישט נאָר טאַנגאָ, נאָר אויך דזשעז, קלאַסישע מוזיק און כּלי־זמר־מוזיק.
ער איז געבוירן געוואָרן אין בוענאָס־אײַרעס דעם 15טן יולי 1910, בײַ אַ ייִדישער משפּחה. די עלטערן און זײַן עלטערער ברודער לויִס זײַנען געקומען פֿון אָדעס.
בײַ אים אין שטוב זײַנען אַלע געווען שטאַרק פֿאַרבונדן מיט מוזיק. זײַן פֿאָטער, ר׳ דוד, וואָס פֿון פֿאַך איז ער געווען אַ שערער, האָט אָבער ווי אַ ליבהאָבער געשפּילט גיטאַרע און באַס און זיך באַטייליקט אין די קליינע טאַנגאָ־מוזיק־גרופּעס פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, די אַזוי־גערופֿענע "העלדישע טריאָס", ווײַל זיי פֿלעגן אויפֿטרעטן אין "נישט קיין אָנשטענדיקע פּלעצער".
זײַן מוטער פֿאַני, אַ וווּנדערבאַרע פֿרוי, נאָך דער מיינונג פֿון אירע קינדער, פֿלעגט שפּילן אויף דער פּיאַנע זיסע מעלאָדיעס פֿון אָדעס, איר געבוירנשטאָט. זײַן עלטערער ברודער, אַ טאַנגאָ־פּיאַניסט, האָט געשאַפֿן און אָנגעפֿירט זייער אַ טיכטיקן דזשעז־אַנסאַמבל, וואָס האָט געהאַט גרויס דערפֿאָלג אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.
דעריבער האָט דער וועג צו מוזיק זיך נאַטירלעך אַנטפּלעקט פֿאַר בערנאַרדאָ סטאַלמאַנען. זײַענדיק קוים 11 יאָר אַלט, האָט ער שוין אָנטייל גענומען אין אַ באַרימטן טאַנגאָ־טריאָ אין לאַ פּלאַטאַ־שטאָט (פּראָווינץ בוענאָס־אײַרעס), וווּ דער איינציקער אָפּצאָל וואָס זיי פֿלעגן באַקומען איז געווען דאָס, וואָס דער עולם פֿלעגט אַרײַנוואַרפֿן אין דעם טרינקגעלט־טעלערל.
אין יענע יאָרן איז טאַנגאָ נישט געווען אָנגענומען בײַ די העכערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג.
פֿון 1927 אָן הייבט בערנאַרדאָ סטאַלמאַן אָן זײַן פּראָפֿעסיאָנעלן וויכטיקן וועג.
1927—1930: ער שפּילט אין דעם סעקסטעט וואָס פֿלעגט באַגלייטן דעם באַוווּסטן טריאָ אירוסטאַ־פֿוגאַסאָט־דעמאַרע, וואָס איז געווען אָנגענומען אין שפּאַניע ווי דער וויכטיקסטער אויסלענדישער מוזיקאַלישער אַנסאַמבל ביזן אָנקומען פֿון די ביטלס.
אין 1930—1931 שפּילט ער מיט פֿראַנציסקאָ קאַנאַראָס טאַנגאָ־אָרקעסטער. אין 1932, מיטן דזשעז־קווינטעט ״American Fair״.
אין 1938—1946 שפּילט ער מיט אַלבערטאָ סופֿרס טאַנגאָ־אָרקעסטער, איינער פֿון די וויכטיקסטע טאַנגאָ־אַנסאַמלען פֿון די 40ער יאָרן, ווי ערשטער פֿידל און מוזיק־צונויפֿשטעלער.
אין 1946 שאַפֿט ער און פֿירט אָן מיט זײַן אייגענעם דזשעז־אַנסאַמבל "די מאַסטערס־דזשעז".
אין 1949 ווערט געשאַפֿן דער אַרגענטינער נאַציאָנאַלער סימפֿאָנישער אָרקעסטער און, נאָכן געווינען דעם קאָנקורס, טרעט ער אַרײַן און פֿאַרבלײַבט דאָרט במשך 40 יאָר.
ווי דירעקטאָר, צונויפֿשטעלער און קאָמפּאָזיטאָר, האָט ער זיך באַטייליקט אין מער ווי צוואַנציק אַרגענטינער פֿילמען, אייניקע פֿון זיי זייער וויכטיקע און פּרעמירטע, ווי "קאָנגרעוועסעס זון", "מערדערישער אינטערמעצאָ", "די גרויסע שטוב", "אַבאַסטאָ־מאַרק", "דער לעטצטער הונט" א"אַנד.
ער איז געווען אַן אויסערגעוויינלעכער און אַקטיווער קאָמפּאָזיטאָר פֿון הונדערטער מוזיקאַלישע פּיעסעס, ווי "איך אָטעם אַרגענטינער לופֿט", "מאַרטאַסטאַל", "אַלטע אידעעס", "פּיציקאַטאָ" אאַז״וו, וועלכע ער פֿלעגט נישט פֿאַררעגיסטרירן אין "סאַדאַיִק", וואָס איז די קערפּערשאַפֿט וואָס נעמט אַרײַן די אַרגענטינער שאַפֿונגען, זיי צו פֿאַררעגיסטרירן און אַזוי אַרום צו פֿאַרטיידיקן די מחבר־רעכטן אין לאַנד.
אַמאָל, ענטפֿערנדיק אויף מײַנע כּסדרדיקע פֿראַגעס וועגן זײַן מאָדנעם צוגאַנג ניט צו פֿאַררעגיסטרירן זײַנע ווערק, האָט ער געענטפֿערט: "ווען די אידעעס ווערן אַרויסגעלאָזט אויף דער פֿרײַער וועלט, זײַנען זיי שוין מער ניט קיין אייגנטום".
ער איז געשטאָרבן אין אָרעמקייט אין בוענאָס־אײַרעס, דעם 10טן נאָוועמבער 1994.
זאָל מיר דאָ דערלויבט ווערן אַ פּערזענלעכע באַמערקונג: ר׳ בערנאַרדאָ סטאַלמאַן איז געווען, ביזן הײַנטיקן טאָג, דער נאָבלסטער מענטש, וואָס איך האָב, ווען עס איז, געקענט, אַחוץ מײַן זיידן, פֿײַפֿל, און מײַן טאַטן, חיים.
די ייִוואָ־פֿונדאַציע, וואָס היט אָפּ די ייִדישע קולטור בכלל, האָט אין די לעצטע יאָרן אונטעגענומען אַ ברייטע טעטיקייט בכדי צו פֿאַרשפּרייטן דעם ייִדישן אָנטייל און בײַטראָג צו דער קולטור אין אַרגענטינע. אויף דעם געביט פֿירט זי אויך דורך "טאַנגאָ־אָוונטן", וווּ מען קען הערן און טאַנצן טאַנגאָס געשאַפֿענע אָדער אינטערפּרעטירטע דורך ייִדישע קינסטלערס פֿון אַרגענטינע און פֿון מיזרח־אייראָפּע.
דער ייִוואָ רופֿט אָן אַזעלכע אָוונטן "מילאָנגע". דאָס איז די פֿאַרייִדישונג פֿון ״Milonga״, אַ נאָמען פֿון אַ טאַנץ און אויך דער נאָמען פֿון דעם אָרט וווּ מען טרעפֿט זיך צו טאַנצן טאַנגאָס און מילאָנגאַס.
די "גרינע", אַשכּנזישע אימיגראַנטן, פֿלעגן פֿאַרייִדישן ווערטער וואָס האָבן נישט געהאַט קיין איבערזעצונג אויף ייִדיש, נעמענדיק דאָס שפּאַנישע וואָרט און ענדערנדיק דעם לעצטן אות אויף "ע" (e).
דאָס אָנרופֿן אַזעלכע אָוונטן "מילאָנגע" איז דעריבער אַ באַערונג פֿאַר די ערשטע דורות, וואָס זײַנען געקומען פֿון מיזרח־אייראָפּע און מיטגעבראַכט מיט זיך די ייִדישע שפּראַך.


כאָסע יודקאָווסקי איז אַן אַקאַדעמיקער אין דער בוענאָס־אײַרעסער פֿאָלקשפּראַך־אַקאַדעמיע.


איבערגעזעצט פֿון שפּאַניש: אסתּר שוואַרץ, פּראָפֿ׳ פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור, פּראָפֿ׳ פֿון פֿראַנצויזיש און פֿראַנצויזישער ליטעראַטור און אַקאַדעמישע לייטערין פֿון דער ייִוואָ־פֿונדאַציע אין אַרגענטינע