‫רעפּאָרטאַזשן

די ציוניסטישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע — "הדסה", וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1912 דורך הענריעטע סאָלד, איז די גרעסטע ייִדישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿרוי סאָלד איז דעמאָלט געווען זייער באַזאָרגט וועגן דעם, וואָס אין ירושלים האָבן געהערשט אָרעמקייט און קרענק. און דאַן האָט זי געגרינדעט אַ פֿרויען־אָרגאַניזאַציע, וואָס ס׳זאָל קריגן און ליפֿערן מעדיצינישע אויסשטאַטונג קיין ירושלים. אין יאָר 1913 זענען קיין ארץ־ישׂראל אָנגעקומען די צוויי ערשטע קראַנקן־שוועסטער און שפּעטער — אַ דאָקטוירים־מאַנשאַפֿט אין פֿולן באַשטאַנד.

אַדאַנק דער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע, זענען אַנטשטאַנען אַמבולאַטאָריעס פֿאַר זויגקינדער און קליניקעס, ווי אויך שפּיטאָלן איבערן גאַנצן לאַנד. עס זענען געגרינדעט געוואָרן די שולן פֿאַר קראַנקן־שוועסטער, פֿאַר מעדיצין, פֿאַר פֿאַרמאַקאַלאָגיע, פֿאַר ציין־דאָקטערײַ, קוראַציע פֿאַרן געזונט־צושטאַנד פֿון ציבור און היילונג דורך אַ באַשעפֿטיקונג. די "הדסה"־וואָלונטירן האָבן געזאַמלט בײַשטײַערונגען לטובֿת דער ברייטער געזונטהייטס־נעץ און גלײַכצײַטיק ווערבירט, אַלץ מער און מער, פֿרײַוויליקע מיטגלידערינס אין דער ציוניסטישער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע "הדסה" פֿון אַלע שטאַטן אין אַמעריקע.

הײַנט־צו־טאָג באַשטייט דער "מעדיצינישער צענטער "הדסה’" פֿון צוויי אוניווערסיטעט־שפּיטעלער — אין עין־כּרם און אויפֿן הר־הצופֿים אין ירושלים; פֿינף בשותּפֿותדיקע מיט "הדסה" און העברעיִשן אוניווערסיטעט שולן פֿאַר מעדיצין־פּראָפֿעסיעס, אַמבולאַטאָריעס אינעם געזונט־הויז "שטראַוס", בײַם ביקור־חולים, בײַם טעכנאָלאָגישן גאָרטן אין וווינונגס־קוואַרטאַל "מלחה" פֿון ירושלים און אין תּל־אָבֿיבֿ. די מעדיצינישע צענטערס זענען אַנטשטאַנען אַ דאַנק דער עיקרדיקער טעטיקייט פֿון דער ציוניסטישער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע "הדסה" אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

דער "הדסה"־שפּיטאָל אין עין־כּרם איז דערעפֿנט געוואָרן אין יאָר 1961. ביז דעם האָט "הדסה" אין משך פֿון 13 יאָר צוגעטיילט מעדיצינישע הילף אין פֿאַרשיידענע ערטער אין ירושלים, ווײַל עס איז נישט געווען מעגלעך, עס זאָל פֿונקציאָנירן דער שפּיטאָל אויפֿן הר־הצופֿים. דער מעדיצינישער אוניווערסיטעט־צענטער "הדסה" באַשעפֿטיקט 850 דאָקטוירים, 1,950 קראַנקן־שוועסטער, 1,020 מענטשן פֿון אַרבעטס־פּערסאָנאַל, וועלכע באַזיצן פּראָפֿעסיעס, וואָס קומען צו הילף דער מעדיצין; צוויי קאַמפּוסן, העכער 1,000 בעטן, 31 אָפּעראַציע־זאַלן, 9 איינהייטן פֿאַר אינטענסיווער באַהאַנדלונג און העכער 120 אויסערן־אַמבולאַטאָריעס.

דער "הדסה"־שפּיטאָל אויפֿן הר־הצופֿים איז דערעפֿנט געוואָרן אין חודש מײַ, 1939. מיט פֿינף יאָר פֿריִער, אין 1934 — איז געלייגט געוואָרן דער גרונטשטיין פֿונעם שפּיטאָל. די אַרכיטעקטור־פּלאַנירונג פֿון בנין האָט דורכגעפֿירט דער אַרכיטעקט עריק מענדעלסאָן. אין מערץ 1947 האָט דער מנהיג פֿון די פּאַלעסטינער כּוחות אין ירושלים, אַבדול קאַדר כוסייני, געדראָט אויפֿצורײַסן דעם שפּיטאָל, אָבער נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער האָט נישט דורכגעפֿירט זײַן אַקציע, האָבן דאָך, די אַראַבער אָנגעהויבן אָנצוגרײַפֿן די דורכפֿאָרנדיקע צום שפּיטאָל קאַראַוואַנען.

אין לויף פֿון דער באַפֿרײַונגס־מלחמה, דעם 13טן אַפּריל 1948 איז אַ קאַראַוואַן פֿון דאָקטוירים, קראַנקן־שוועסטער און אַנדער פּערסאָנאַל באפֿאַלן געוואָרן אויפֿן וועג צום "הדסה"־שפּיטאָל. די אַראַבישע טעראָריסטן האָבן אין אייניקע שעה דערמאָרדעט די אַלע 77 מיטגלידער פֿונעם קאַראַוואַן. נאָך דעם דאָזיקן אַטאַק איז דער שפּיטאָל עוואַקויִרט און געשלאָסן געוואָרן.

דער שפּיטאָל איז ווידער דערעפֿנט געוואָרן אין יאָר 1975, נאָך דעם ווי די "הדסה"־מיטגלידערינס האָבן אים רעמאָנטירט און אויסגעברייטערט. הײַנט־צו־טאָג שטעלט צו דער הר־הצופֿים־שפּיטאָל מעדיצינישע באַהאַנדלונג די ייִדישע און אַראַבישע קוואַרטאַלן פֿון צפֿון־ און מיזרח־ירושלים. דער דאָזיקער שפּיטאָל האָט אין זײַן רשות 300 בעטן און מער ווי 30 אָפּטיילונגען און קליניקעס.

עס איז כּדאַי אונטערצושטרײַכן, אַז די איניציאַטיוו צו באַנײַען און אַנטוויקלען די שפּיטעלער איז שטענדיק אַרויס און דורכגעפֿירט געוואָרן דורך "הדסה". דער פֿאָרשריט פֿון מעדיצינישן צענטער האָט אָן ספֿק שוין פֿון זײַן בראשית אָן באַשטימט דעם ניוואָ און די אַנטוויקלונג פֿון דער מעדיצין אין ישׂראל.

"הדסה" טיילט צו איר היילונגס־הילף פֿאַר די וועלכע ווענדן זיך צו איר, אָן אַן אונטערשייד פֿון שטאַם, רעליגיע, מין, אָדער פּאָליטישער אָנשויונג. מער ווי אַ מיליאָן מענטשן ווערן באַהאַנדלט דאָרט יעדעס יאָר. מען קאָן זאָגן, אַז דער מעדיצינישער צענטער ווערט באַטראַכט ווי אַ בריק פֿאַרן שלום, ווײַל ער פֿירט דורך צוגרייטונג־ און דערגאַנצונגס־פּראָגראַמען פֿאַר מעדיצין־קאַדערס פֿון פּאַלעסטינער און סטודענטן פֿון 90 מדינות. אין יאָר 2005 איז "הדסה" געווען צווישן די קאַנדידאַטן צו באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום.

אָנהייב חודש נאָוועמבער האָט פּראָפֿ׳ יוסף שענקאַר זיך געדאַרפֿט באַטייליקן אינעם קאָנגרעס פֿון דער וועלט־אָרגאַניזאַציע פֿון גינעקאָלאָגן (FIGO — Federation of Gynecology and Obstetrics), וווּ ער אַמטירט ווי דער מיטגליד פֿון ראַט און פֿאָרזיצער פֿון דער קאָמיסיע פֿאַר עטיק. דער קאָנגרעס האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען אין מאַלאַזיע, איינע פֿון די גרעסטע מוסולמענישע מדינות אין דער וועלט, וואָס דערלויבט נישט אַרײַנצופֿאָרן די ישׂראלדיקע בירגער אויף איר טעריטאָריע. אָבער אַ דאַנק דעם הויכן ראַנג און סטאַטוס פֿון פּראָפֿ’ שענקאַר אין דער דערמאָנטער אָרגאַניזאַציע, ווי אויך ווי אַ געוועזענער דירעקטאָר פֿון אַלע דעפּאַרטאַמענטן פֿאַר גינעקאָלאָגיע און אַקושעריע אין די שפּיטעלער פֿון "הדסה", און אַ דאַנק דעם אויסגעאיבטן דרוק, האָט ער מצליח געווען אַרויספֿאָרן קיין מאַלאַזיע און זיך באַטייליקן אין דער קאָנפֿערענץ.

פּראָפֿ׳ שענקאַר איז אויך אײַנגעלאַדן געוואָרן צום קאָנגרעס ווי דער איניציאַטאָר פֿון דער וועלט־באַוועגונג פֿון דאָקטוירים־גינעקאָלאָגן, וועלכע קעמפֿן קעגן דער שטערבלעכקייט פֿון פֿרויען ווי אַ פּועל־יוצא פֿון בלוט־אויסגאָס נאָך אַ געבורט אָדער אַבאָרט.

די גרופּע דאָקטוירים־גינעקאָלאָגן פֿאַרמעסטן זיך מיט אַ האַלבן מיליאָן פֿרויען אין דער גאָרער וועלט, וועלכע שטאַרבן יעדעס יאָר, צוליב בלוט־אויסגאָס נאָך געבורטן אָדער אַבאָרטן. נישט געקוקט וואָס ס’רובֿ פֿרויען, וועלכע שטאַרבן צוליב דעם געהערן צו מדינות פֿון דער דריטער וועלט, קען מען זאָגן, אַז דאָס איז אַ וועלט־דערשײַנונג. כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די שטערבלעכקייט פֿון פֿרויען אין ישׂראל איז די נידעריקסטע אין דער וועלט — בלויז דרײַ פֿון הונדערט טויזנט פֿרויען־געווינערינס שטאַרבן צוליבן בלוט־אויסגאָס.

און נאָך אַ קאָנגרעס: אינטערנאַציאָנאַלער קאָנגרעס פֿאַר נײַער באַנעמונג אין דער קאַרדיאָלאָגיע, איז לעצטן חודש דעצעמבער דערעפֿנט געוואָרן אין "הדסה"־שפּיטאָל אין ירושלים און פּאַראַלעל אין רמב״ם־שפּיטאָל פֿון חיפֿה. דער קאָנגרעס איז טראַנסמיטירט געוואָרן דירעקט פֿונעם "הילטאָן"־האָטעל אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ עס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט מומחים פֿון דער גאַנצער וועלט. זיי האָבן אַנאַליזירט קאָמפּליצירטע קאַרדיאָלאָגישע פֿאַלן און באַנײַטע טעכנאָלאָגיעס.

פֿון יאַפּאַן איז צום קאָנגרעס געקומען פּראָפֿ׳ שיגאַרו סאַײַטאָ, אַ מומחה פֿאַר פֿאָרגעשריטענע טעכנאָלאָגיעס, וועלכער האָט זיך באַטייליקט אין דורכפֿירן אַ צינטור מיט אַ נײַער "הדסה"־טעכנאָלאָגיע.

דער מעדיצינישער צענטער "הדסה" איז בלי־ספֿק אַ מאָדערנער און פּערפֿעקטער צענטער, וואָס אַנטהאַלט אַלע מעדיצינישע סאָפֿיסטיקירטע פּראָגראַמען. "הדסה" איז מחויבֿ צו זײַן אויסגעצייכנט בײַם צוטיילן מעדיצינישע באַהאַנדלונג, בײַם דורכפֿירן רפֿואה־פֿאָרשונגען, און בײַם אונטערריכטן מעדיצינישן חינוך.